☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צום ווידערזעהן

צום ווידערזעהן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10229

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:57 pm

· #324182
צום ווידערזעהן
דער באן אזוי שיין געפארן,
פאר גאנצע פיהר יארן,
קומט יעצט אהן דער צארן,
און יעדער ווערט פארלארן,

הערליכע גערטנער דורך גערייזט,
צווישן שיינע בנינים געשפרייזט,
שוין געמיינט אז מ'האט שוין א טרייסט,
ניין, מיר זענען ווייט פון אויסגעלייזט,

חכמה מיט בינה זיך געגאסן,
אויפגעעפנט פון די שאכטלעך די שלאסן,
פון הערליכע ווערק גענאסן,
פלוצלינג קומט א בשורה, יעדער'ס צושאסן,

אזוי פיהל יגיעה אזויפיל פלאג,
געווען דאס שיינקייט פונעם טאג,
יעצט דאס איינציגסטע וואס כ'פארמאג,
אז א געזעגענונגס ווארט כ'זאג,

כמה יעברון וכמה יבראון,
פארמאכט איינס, לאמיר עפענען א נייען,
וואו מיר וועלן זיך ווייטער מיטפרייען,
זיך אויסגעבן די בויך ווייען.

צום ווידערזעהן!

Chasidishmashpia » מוצ"ש מערץ 12, 2016 8:40 pm

· #324434
אויב אבער וועט אזוי וויטער גיין
אז יעדע פאר טאג וועט מען דארפן עפענען נאך איין
ווי אזוי וועלן מיר קענען אנגיין
פרעג איך מיט א געווין