זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10228
זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
קיין יאוש איז נישט פארהאנען, עס איז נאך נישט דורך קיין זעקס שעה זינט דער טרויעריגער מעלדונג און די אישית קעסטלעך, הענגאוט גרופעס, קאכן ווי קעסלעך. דער עולם איז ווייט פון גרייט צו שלום מאכן מיט'ן מצב.
פארשידענע פלענער זענען אויפ'ן טיש, אבער זייטשע זיכער ברידער מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן. עס ווארט אונז נאך א גלענצענדן עתיד.
איך ארבעט אויף אן אינטערוויו מיט קעלנער, האפנטליך וועט ארויסקומען גוטע נייעס דערפון.
פרטים יבואו.
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
ייש"כ. איך וואלט נישט געוואוסט ווי אנצוהויבען, דעריבער דאנק איך די וואס ארבעטען יא. (איך וויל אויך אז די אשכול זאל זיין אין 'ווייז אייער הודעות' כדי צו ווערען שנעל געמאלדען מיט די פרטים
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
אה עפעס א נחמה
איינער טוט שוין צו דער זאך
הרחמן הוא יחזר לנו...
כוכב, איך ווייס נישט פינקלעך פארוואס, אבער איך בין עפעס אזוי מין העפי דיר צו זעהן, ממש ווי א פארלוירענע ברידער. איי לאוו יו, פליז בלייב מיט אונז!
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
כוכב איך וויל מיר אנכאפן אויף דיינע ווערטער אז עס איז נאך דא וואס צו טוען איך האף נאר אז דו וועסט אונז טאקע נישט אנטוישען
אז עס איז דא עפעס מיט וואס מיר קענען העלפען לאזט אונז וויסן
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
כוכב יו די בעסט,
ווער האט נעכטן געזאגט אז די לייק סיסטעם ארבעט נישט, ס'ארבעט א מחי'
אם
@כוכב כאן, אני כאן.
מ׳קען שפעקולירן אז ס׳איז אלץ א הכנה פאר כוכב׳ס היי יעריגן ״פה-סח״ קאמפיין.
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
און קינד איז אויך צוריק.
ברוכים החוזרים.
ווער דא האט געליינט the hitchhikers guide to the galaxy?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נו הלוואי. חפץ ה' בידינו יצליח
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
מעלדונג פון @אנאנים
מיר האבן באקומען א געוואלד מיט אימעילס און אישי'ס און דערווייל האבן מיר נישט אנגעיאגט יעדן צו ענטפערן. מיר האבן אויך באקומען אסאך גוטע געדאנקען ווי אזוי צו טוישן די מצב און עס זענען דא גוטע אויסזיכטן אז מיר וועלן קענען מעלדן א גוטע בשורה בקרוב
כ'וויל יעדן פארזיכערן אז קיינער האט אונז נישט אונטערגעקויפט און קיינער קען אונז נישט אונטערקויפן. קאווע שטיבל דארף זיך שליסן ווייל אני הקטן האב שוין נישט געקענט אנגיין מיט די ארבייט, און איך האב נישט געזעהן קיין שום אופן ווי אזוי צו קענען אנגיין אן קאמפראמיסירן אויף אונזערע ווירדן. און איך מוז זאגן אז איך האב נישט גע'חלום'ט וואספארא צער דאס וועט ברענגען. טייל פון אונזערע טייערע חברים האבן אויסגעדריקט זייער צער דא, און אנדערע האבן מיר געשריבן פריוואט. און ווי געזאגט, אסאך האבן אויך געברענגט גוטע געדאנקען צום טיש וואס מיר האפן אויסצוארבייטן אין די קומענדיגע טעג.
Bear with me...
יעצט אראפ געקומען פון פליגער (דאס מאל האב איך גענומען זענעקס, ב"ה געווען אסאך בעסער) כהאב פארפאסט דעם גאנצען שערורייה. בכל אופן א דאנק אייך@אנאנים פארן ריקאנסידערן אייער אקט, מיר אנערקענען אייער שווערע און איבערגעגעבנע ארבעט שלא ע"מ לקבל פרס.
און צו אונזערע חברים היקרים @אנאנים
@משה געציל @מאראנצן זאפט @יאיר@יידל@געפילטע פיש @זר זהב @בן תמליון @לעיקוואוד און
@כוכבחזור בכם און קומט צוריק באשיינען אונזער שטיבל אזוי ווי דעם גלארייכן אמאל.
פאר מיר קומט אויך אן שווער צו שרייבן אעפ"כ האב איך מיך קיינמאל נישט אפגע'גט פונעם שטיבל און כסדר אריינגעוארפן א תגובה'לע און אן ארטיקל, פארוואס פרעגט עטץ? ווייל כלל ישראל פארמאגט נישט נאך אזא פלאטץ נישט אויף ענגליש נישט אויף עברית און נישט אויף אידיש און אז מען האט אפאר מינוט ליידיג ברויך מען מחזק זיין אזא מקום און דאס האב איך טאקע געטאן ווען איך האב געקענט, ווי פלעגט דער בעלזער זאגן ממני ילמדו וכן יעשו.
'
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
מ'וואלט אפשר געדארפט מאכען א באזונדערע אפטיילונג פון אלע אשכולות וואס האבען זיך גע'עפענט אויף די נושא.....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בענדזשאמין פרענקליןיעצט אראפ געקומען פון פליגער (דאס מאל האב איך גענומען זענעקס, ב"ה געווען אסאך בעסער) כהאב פארפאסט דעם גאנצען שערורייה. בכל אופן א דאנק אייך@אנאנים פארן ריקאנסידערן אייער אקט, מיר אנערקענען אייער שווערע און איבערגעגעבנע ארבעט שלא ע"מ לקבל פרס.
וזו מנא לך? שמועות זאגען אז עס איז געווען א גביר א שטיצער וואס האט געצאלט קעלנער פאר די ארבעט און די גאנצע קריזיס יעצט איז אז יענער האט אויפגעהערט צו צאלן.
מען קען אויפהערן מיט די נערישע שמועות שמועות שמועות
איך האב געמיינט איך דריי מיר צווישן גראוע"ן אפ"ס
עטץ ווייסטס נאך נישט ווי שווער עס איז אויפצומאכן שמועות? און מיט די היינטיגע טעכנילאגיע וואס יענע האט געטראכט אין ביתכסא אין תימן איז א סעקונדע שפעטער אויף דיין פאון אין מעקסיקא
סטא"פ אי"ט
און ווער רעדט נאך פון הכרת הטוב שרייבט מען נישט אזעלכע שטותים!
וואס איז דאס דער הכרת הטוב. א joker card? איך ווייס נישט, איך זאג נאר וואס דער עולם שמועסט.
אויב איז די מעשה אזוי קומט זיך דאך נישט קיין שום הכרת הטוב.
איינער, א משלם רעה תחת טובה, האט מחמת סיבה שאינה מובנת אן אגענדע אנצורייצן אונזער טייערן @אנאנים, ווען וועלט איז וועלט וואלט ער זאפארט געפלויגן פון דא.
נו אוודאי, איך ווער געצאלט פון דער יענער'ס קאמפעטישין.
עס איז ממש נישט פארשטענדליך פארוואס זאל איינער האבען טענות אויף קעלנער זז"ג? און נאך פונקט יעצט? נעכטן האט ער סתם מודיע געווען ער פארמאכט קאווע שטיבל אן קיין סיבה, היינט דרייט ער זיך אויס, ער פארציילט גארנישט וואס איז די מעשה פארוואס פארווען, אויב איז דא עצות פארוואס האט ער נישט געפרעגט עצות לעצטע וואך? פארוואס צו זיין ברויגז אויף עם? עס איז ממש נישט פארשטענדליך.
כ'פארשטיי נישט, נניח אז ער האט אן אנדערען סיבה, ביסטו עפעס ווייניגער מחויב הכרת הטוב?!?
זאג נאר, האסט אים אפשר אמאל געבארגט געלט?
ביסט אמאל געווען אין זיין פאזיציע?
כ'זעה אז ד'גלייכסט קאנספיראציעס, אפשר איז די מוסדות אויפגעקומען אויף זיינע שפורן און געסטראשעט, און ער קען דאס נישט מגלה זיין?
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
רבותי דער איד זאגט א סברא, פארוואס סתם אטאקירן?
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
@פארשוויגען איך זיך די דיסלייק קנעפל
אמר ר' בנימין...
ליטוואק פון בודאפעסטמ'וואלט אפשר געדארפט מאכען א באזונדערע אפטיילונג פון אלע אשכולות וואס האבען זיך גע'עפענט אויף די נושא.....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך האב אפגעשריבן נאך 2 ארטיקלען, אויף איינס טראכט איך צו איך זאל עס נאך אלס ארויפשטעלן.
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
ירא שמיםרבותי דער איד זאגט א סברא, פארוואס סתם אטאקירן?
מען קען רעדן בדרכי נועם
בירא דשתי !
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
איך קען נישט טעג'ן אויף מיין פאון, אבער בעטען קעלנער איז אפשר א פלאן
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
טאמער ס'איז טאקע אלס וועגען געלט, לאמיר ברענגען אן עצה פאר'ן עולם, ותן לחכם ויחכם עוד.
מ'קען איינפיהרען א סיסטעם פאר געלט און ס'קען זיך לוינען.
לאמיר שרייבען א ביזנעס מאדעל, און דער וואס האט וואס צוצולייגען, זאל צולייגען.
א. מ'זאל איינפיהרען אז מ'קען ליינען פינף אשכולות א חודש אומזיסט, דערנאך דארף מען צאלען דריי פיר דאללאר א חודש. אויף צו קענען שרייבען, דארף מען צאלען נאך א פאר דאללאר א חודש.
ב. מ'קען אפנעמען אדווערטייזמענט'ס פון ביזנעסער וואס ווילען פארקויפען צו אונזער ליינער, אזוי ווי אייוועלט
ג. אבער צו דעם דארף מען דאך צושטעלען צו דער זאך, ווי אויך פארוואס זאל איינער וועלען צאלען אויף צו קענען שרייבען? און דא קומט די נעקסטע טריט. געלונגענער שרייבער'ס זאלען ווערען באצאלט פאר'ן שרייבען ארטיקל'ן לויט'ן פארלאנג. ד.ה. אז ס'וועט זיין א סבה פאר מענטשען צו שרייבען מפרי עטם, ווייל זייער געלונגענקייט וועט צוברענגען צו ארבעט פאר געלט.
ד. מ'קען אויך מאכען א פאר דאללאר פון די יום טוב'דיגע אויסגאבע'ס, מיט אדווערטייזינג און פארקויפונג.
דער וואס נעמט זיך אונטער די ארבעט וועט נישט פארדינען אויף צו קענען לעבען א נייעם לעבען, אבער עטוואס באלוינען די צייט וואס מ'לייגט אריין אינ'ם געשעפט.
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
כוכבקיין יאוש איז נישט פארהאנען, עס איז נאך נישט דורך קיין זעקס שעה זינט דער טרויעריגער מעלדונג און די אישית קעסטלעך, הענגאוט גרופעס, קאכן ווי קעסלעך. דער עולם איז ווייט פון גרייט צו שלום מאכן מיט'ן מצב.
פארשידענע פלענער זענען אויפ'ן טיש, אבער זייטשע זיכער ברידער מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן. עס ווארט אונז נאך א גלענצענדן עתיד.
איך ארבעט אויף אן אינטערוויו מיט קעלנער, האפנטליך וועט ארויסקומען גוטע נייעס דערפון.
פרטים יבואו.
איז די אינטערוויא געקענסלט ?
יאפ, קעלנער האט שוין געשריבן אלעס וואס ער האט צו זאגן.
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
נו יעצט קען מען זיך נעמען צו פה סח? נו, אויף וואס ווארטסטו?