☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » English -A word a day

English -A word a day

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10213
בלאט: 1 2

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:11 am

· #323884
English -A word a day
אין א אנדערע אשכול האב איך געזעהן אז ס׳איז דא אידן וואס זענען אינטערסירט זיך צו פארבעסערן אין די ענגלישע שפראך וואס איז די שפת המדינה. וואלט איך פארגעשלאגן אז מ׳זאל מאכן א אשכול ווי יעדער קען ארויפלייגן א ווארט א טאג און דורכשמועסן די פונקטליכע דעפיניציע און באדייט און ווען און וויאזוי זיך צו באניצן מיט די ווארט. ס׳מוז נישט זיין עפעס א הויכע vocabulary ווארט אבער מ׳זאל פראבירן ארויפלייגן ווערטער וואס קען ברענגען א תועלת פאר אונז אידיש רעדיניגע צו קענען אפליינען א ענגלישע בוך אדער א וויקעפידיע בלעטעל.

כהאף אז ס׳וועט זיין אסאך פאון און נוצן פאר ק״ש לייענער, ביטע נישט פארדרייען די אשכול.

ביטע לייגן א נומבער פאר די ווארט לויט די סדר, ס׳זאל זיין גרינגער.
אויב ס׳איז שוין דא אזא אשכול לאזט מיך וויסן.

איך קלעים נישט צו זיין ווער ווייסט וואספארא תלמוד חכם אין ענגליש אבער לערנענדיג chemistry און לייענעדיג ענגלישע ביכער האב איך מיך אסאך פארבעסערט אין די לעצטע פאר יאהר איך האב שטענדיג אויפגעקוקט יעדע ווארט וואס איך האב נישט געוואוסט אדער פארשטאנען אין דיקשאונערי און פראבירט זיך אנחזרן די באדייט , כהאב מיך אסאך געמיטשעט אין די לעצטע פאר יאהרן אבער איך האב ליעב צו לערנען און וויסן נאך און נאך און דעס האט מיך געשטיפט! וויסנשאפט און סייענס איז מיין לאוו! ווי אויך האב איך די לעצטע פאר יאהר גערעדט אסאך מעהר ענגליש ווי אמאליגע צייטן משום איזה סיבות (לאמיר זאגן אז מיין נייע ווייב האט נישט געקענט קיין אידיש 😂) איז ממילא האב איך מיך אסאך פארבעסערט אין ענגליש סיי מיטן רעדן און סיי מיטן שרייבן אבער איך בין נאך אלץ נישט צופרידן און איך דארף מיך נאך אסאך פארבעסערן ספעציעל אין Grammar און מיין שיטה איז אזויווי חז״ל זאגן איזה חכם הלומד מכל אדם! מכל מלמדי השכלתי! איך שטרעב צו קענען נאך און נאך אבער איך בין ביזי מיט פאליטיקס יעצט און איך האב געלאזט אפאר ביכער וואס כהאלט אינמיטן לייענען אויף האלד, פאליטיקס איז יעצט וויכטיגער און אסאך מעהר פאון ווי לייענען פילאסעפישע און היסטאריע ביכער וכודומה.

לאזט אייך הערן -לאמיר לערנען און פארשטיין נייע ווערטער!!!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:15 am

· #323885
1)ambiguous
וויאזוי זאגט מען עס אויף אידיש, און ווען צוניצן די ווארט. (מיין תירוץ מארגן ביינאכט)

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:18 am

· #323886
2)hence
אידישע איבערזעצונג און באדייט. (מיין תירוץ מארגן ביינאכט)

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:20 am

· #323887
3)Transcend
מיין תירוץ מארגן ביינאכט

דער עולם איז מכובד צו ענטפערן אויף די דריי ווערטער, און ווער עס וויל איז מכובד צוצולייגן נייע ווערטער בכבוד גדול!

מאטי » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 5:55 am

· #323891
"Poise"
איינע פון די געוואלדיגסטע ווערטער כ'האב באגעגנט. האט מערערע באדייטן פון דעם שורש באלאנסירט, באזעצן, צעגענגליך צו די מאס.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:05 am

· #323892
מאטי
"Poise"
איינע פון די געוואלדיגסטע ווערטער כ'האב באגעגנט. האט מערערע באדייטן פון דעם שורש באלאנסירט, באזעצן, צעגענגליך צו די מאס.

גיטע ווארט!
לכאורה אויף אידיש וואלט מען עס געטייטשט ״באלאנסירט״ ס׳מיינט ווען עימיצער אדער די ענווייערמענט איז באלאנסירט ראוהיג מיט קאנפידענטס, יא?

מאטי » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:15 am

· #323893
גערעכט אז ס'טייטשט "באלאנסירט," אבער ס'מיינט פיל מער פון דעם. מ'נוצט דאס צו דעמאנסטרירן "זיין גרייט צו א גענויע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט. ווי למשל "בערני סענדערס איז אריינגעקומען poised (אין די ריכטיגע צייט/פאזיציע) ווען אמעריקע איז רייף פאר ריכטיגע פראגרעסיווע פאליסיס".

(נישט אז איך בין דא, פרא אדער קעגן סענדערס, בלויז א אילוסטראציע וואס איז ,poised אין די יעצטיגע טעג.)

טמיר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:39 am

· #323895
Re: English -A word a day
אפשר צו א פשוטע ווארט. אבער וואס פונקטליך מיינט indeed און ווען ניצט מען עס?

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:25 am

· #323896
Re: English -A word a day
טאקע, אין פאקט.

אפשר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:10 am

· #323905
קל וחומר
טאקע, אין פאקט.


איך מיין אז "טאקע" איז די ריכטיגע אפטייטש.
"אין פאקט" ניצט מען ווען מען וויל זאגן עפעס פארקערט ווי מען האט געזאגט פארדעם.

למשל: ער טענ'עט אז ס'איז קאלט אבער אין פאקט איז הייס

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:22 am

· #323911
Re: English -A word a day
"the idea is attractive to many men and indeed to many women"

Who'd believe it?” “Who indeed?

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 6:02 am

· #324255
Indeed -טאקע אזוי-גערעכט.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 6:08 am

· #324256
Ambiguous- אומקלאר- מיינט ווען איינער זאגט עפעס וואס איז נישט קלאר און ס׳קען מיינען אפאר זאכן. למשל ווען מפרעגט הילערי קלינטאן קשיות וועגן אירע סקאנדאלן וועט זיי ענטפערן א Ambiguous תירוץ-א זאך וואס איז אפען צו אפאר מיינונגען און אפטייטשן.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 6:12 am

· #324258
Hence- דעריבער-וועגן דעם. למשל מ׳קען זאגן אז היינט אין אמעריקע איז סאושליזים זייער פאפיולער ביי די יוגענטליכע hence די אויפשטייג פון בערני סענדארס. אדער למשל איינער וועט זאגן איך האב געהאט א קאר עקסידענט hence די crutches.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 6:23 am

· #324260
Transcend- צו שטייגן. צו מצליח זיין און שטייגן און גיין מעלה מעלה און דערגרייכן צו א הויכע לימיד אין א געוויסע זאך. אדער צו דערגרייכן צו העכערע לימידס אין ביאנד אונזער פארשטאנד. אדער אז מדערגרייכט א עקספיריענס פון מוזיק אדער מעדיטאציע אין ספיריטיאלטי ווי מ׳איז אין אנדערע וועלט העכער ווי אונזער פארשטאנד.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 6:28 am

· #324261
אויב איינער מיינט אז איך לערן שלעכט פשט, אדרבה איך ווארט צו הערן הערות פון אייך

ישראל קאפקע » פרייטאג מערץ 11, 2016 8:18 am

· #324267
Ambiguous - צוויידייטיג.
Hence - פון דעם (קומט, נעמט זיך). עס איז דאס בעסטע טייטש ווען מען נעמט אין באטראכט דאס ווארט henceforth (הענס אליין ווערט אויך גענוצט אין דעם זין). דעריבער וואלט איך געזאגט אז "פון דעם" נעמט זיך, איז ריכטיגער ווי "וועגן דעם/דעריבער."
Transcend - איבערשטייגן.
Poise - גלייכגעוויכט. Poised האט אינגאנצן א צווייטע באדייט, כאטש עס שטאמט פון דעם ווארט. די ריכטיג טייטש איז צווישן 'גרייט' און 'רייף'.
Indeed - ווירקליך.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 8:30 am

· #324269
זייער א גיטע אפטייטש פאר indeed- ווירקליך. קאפקע דארפסט מאכן א נייע אידישע דיקשאונערי- א קאנטעמפארערי חסידישע-אידיש(יונגעליש) דיקשאונערי.

איך האב זייער הנאה פון אלע דיינע אפטייטשן, געוואלדיג 👍

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 8:44 am

· #324272
איך כאפ נישט פונקטליך פארוואס די האלטס נישט אז ׳דעריבער׳ איז די ריכטיגע דעפיניציע פון hence און וואס די חילוק פון ״פון דעם״ און ״וועגן דעם״ און דעריבער, האבן נישט די אלע דריי די זעלבע מיינונג?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:04 am

· #324852
וויאזוי וואלט איר געטייטשט די ווערטער אויף אידיש
Pristine
Beget
‏vigorous

די פונקטליכע אפטייטש ווארט אויף אידיש ווייס איך נישט אבער די אפטייטשן זענען בערך אזוי
Pristine-ריין/ארגעניעל למשל א וואלד וואס מ׳האט קיינמאל נישט אראפגעשניטן די ביימער און ס׳איז געבליבן אומבארירט אין אירע נאטריליכע אופן.

Beget מיינט צו פראדיצירן אדער געבוירן, למשל ווען מזאגט אז דאנאלד טראמפ מיט זיינע רעטאריק טוט פראדיצירן ווייעלענס וואס דעס וועט ברענגען צו נאך ווייעלענס.

Vigorous מיינט פלייסיג/קרעפטיג, בערני סענדארס איז קאמפיינינג vigorously

@ישראל קאפקע

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 6:29 am

· #325253
Anomaly-אומגעווענטליך, יעדע זאך (א מענטש אדער א חפץ) וואס איז נישט געראכטן אדער נישט אויף די נארמאלע שטייגער, למשל א קינד וואס ווערט געבוירן מיט פיר פינגערס ח״ו.

Revere-ארויפקוקן אויף א מענטש, למשל ווען א קליינע ברודער קוקט ארויף אויף זיין גרעסערע ברודער, אדער אזויווי שבת אחים קוקט ארויף אויף בערני סענדארס

Carcass-א פיגר, א מענטש אדער א בעל חי וואס איז טויט, אדער א אלטע מאשין/קאר וואס ארבעט נישט



קוקט נישט אויס ווי איינער איז נייגעריג בכלל. אכ״ז האלט איך אז ס׳איז גיט צו לערנען יעדע טאג אפאר ווערטער. און אפשר דאך איז יא דא אפאר אידן וואס האבן הנאה פון דעם.

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:44 pm

· #355315
איך וויל וויסן וואס וואלט געוועהן די ריכטיגע אפטייטש פון Feat אויף אידיש? א קונץ? קונצלעך? טריאמפף?

שלום על ישראל » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:54 pm

· #355317
שבת אחים
איך וויל וויסן וואס וואלט געוועהן די ריכטיגע אפטייטש פון Feat אויף אידיש? א קונץ? קונצלעך? טריאמפף?

'טריאמפף' קען זיין, אדער 'דערגרייכונג'.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:58 pm

· #355319
שבת אחים: איך מיין אז דאס ווארט Feat... מיינט ..."אן אקט"...!
בדוו. דו רעדסט דיך אפ אין א פריערידגע תגובה אז דער עולם איז נישט אינטרעסירט. איך בין יא אינטרעסירט. און איך געב דיר א קמפלימענט אויך.
זייט דו ביסט געווארן או.טי.די. לשיטתך. והודאת בעל דין כמאה עדים דמי. האסטו אנגעהויבן צו לערנען ענגליש. ארוןיס פונ'ם שמאלקעפיגקייט. קענמען זאגן אז ס'האטציך שוין כמעט געלוינט... 😂 🙄 ס'נישט אז מ'קען נישט לערנען און קענען א גוטן ענגליש ווען מ'בלייבט אן ערליכער איד...!

איך האב אמאל געשריבן פאר אן או.טי.די. אויף אן אנדער'ן בלאג. וועלכער האט זיך געבראכן די ציין אויף ענגליש.אז די צווייטע זאך וואס ער האט געדארפט צו טון, נאכ'ן ווערן או.טי.די. איז זיך לערנען ענגליש....נאכ'ן עסן א טרייפענעם טשיעז בורגער... 😂 🙄

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 3:13 am

· #355376
מ'דארף גארנישט קענען יא אדער נישט צו גלייבן א מעשה, מ'דארף נישט קענען קיין מורה נבוכים, מ'דארף נישט קענען קיין היסטאריע, פילאסעפי, ענגליש, גארנישט! פונקט אזוי ווי מ'דארף נישט קענען די קוראן נישט צו גלייבן אין די נביא שקר מוכאמאד און מ'דארף נישט לערנען קיין cosmology צו גלייבן אין די מולטי-יויניווירעס טעאריע, ס'איז א פשוט'ע בחירה וואס יעדע פשוט'ע מענטש קען/זאל מאכן צי זיי ווילן גלייבן אין דעם.

איך קוק ארויף אויף דיין דערגרייכונג אין שפראכן, א רבי זכרונלברוכה איד ווי אייך! א נקמה אין סענדער דער דויטש...

ערנסט גערעדט, אפשר נעמט איר די לייצעס און נעמט איבער די פארלאזטע אשכול און ברענגט יעדן טאג א ווארט מיט עברי טייטש אויף די היימישע מאמע לשון? עס וואלט געוועהן א גרויסע תועלת פארן גאנצן ציבור און פאר גאנץ כל הקהל הקאווע, לערן אביסל די אומוויסענדע יונגען ווי שבת אחים, איך בין גרייט צו קומען צו דיין טעגליכע שיעור ווילאנג מ'רעדט נאר פון שפראכן און קיין ווארט וועגן סענדער דער וויאזויהייסטנאר, מסכים?

וויפיל לייקס איר ווילט קענט איר פון מיר באקומען, איך בין אויף א unlimited פלאן.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 5:15 am

· #355514
שבת אחים: ייש"כ פאר דעם קאמפלימענט. איך וועל טאקע שוין מקיים זיין דיין עצה. אויך דעם תנאי נישט צו דערמאנען ר' סענדער דער וויזויהייסטער. זכותו יגון עלינו... 😂

דאס ענגליש ווארט פאר היינט/נעכטן...(מוצ"ש/זונטאג) איז...Ambiguous...אויף אידיש...צוויידייטיג...יעצט דארף מען מפרש זיין פאר די גרויסע געלערנטע חכמי בראדוועי וואס דאס מיינט...! ווען איינער געט אן ענטפער, אדער מאכט א סטעיטמענט וועלכעס קען ווערן אויסגעטייטשט אויף מער ווי איין אופן...אומקלאר...!

בנימין » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 2:11 pm

· #355544
ש'כח @שבת אחים פאר דעם נוצליכן אשכול. לאמיך אויך צולייגן עטליכע ווערטער.

affection און love - ביידע מיינען ליבשאפט. love איז א טיפערע ליבשאפט צו א מענטש/זאך, און affection איז ווען מען האט נאר א שטיקל געפיל צו א מענטש/זאך. בין איך גערעכט?

Devise - גוט אויספלאנירן.

Impromptu - אומצוגעגרייט.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 4:41 pm

· #355550
אמר ר' בנימן: ייש"כ. ס'איז דא נאך א ווארט אויף ענגליש וואס דער פשט דערפון איז נישט צוגעגרייט...!...Spontaneous...!

מאטי » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:13 pm

· #355585
Vassal א רעגירונג וואס איז אונטערדריקט אונטער א גרעסערע מלוכה און פירט זיך בע"כ לויט איר איינפלוס. אויך א לשון מושאל אויף א יחיד וואס איז אונטערן איינפלוס פון א שטערקערע כח.

נישט צו פארטוישן מיט Vessel וואס מיינט "א גרויסע שיף"

שבת אחים » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 7:16 pm

· #355652
berlbalaguleh
שבת אחים: ייש"כ פאר דעם קאמפלימענט. איך וועל טאקע שוין מקיים זיין דיין עצה. אויך דעם תנאי נישט צו דערמאנען ר' סענדער דער וויזויהייסטער. זכותו יגון עלינו... 😂

דאס ענגליש ווארט פאר היינט/נעכטן...(מוצ"ש/זונטאג) איז...Ambiguous...אויף אידיש...צוויידייטיג...יעצט דארף מען מפרש זיין פאר די גרויסע געלערנטע חכמי בראדוועי וואס דאס מיינט...! ווען איינער געט אן ענטפער, אדער מאכט א סטעיטמענט וועלכעס קען ווערן אויסגעטייטשט אויף מער ווי איין אופן...אומקלאר...!


ר׳ בערל וו״י וואנ״ט מאו״ר. א ווארט א טאג.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:13 pm

· #355672
Bondage..: עבדות/שיעבוד...אונטערטעניגקייט...!

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:59 am

· #355725
berlbalaguleh
Bondage..: עבדות/שיעבוד...אונטערטעניגקייט...!


ר׳ בערל היקר, איבעיא להו.
געווענטליך נוצט מען עס אין א פראוואקעטיוו סעקסיואל טערמין צי אין BDSM. קען מען עס נוצן אין אנדערע טערמינען אויך? אפשר דארף מען אריינקוקן אין נטעי גבריאל. ווי איז די פירוש חי׳ מיט די בילדער ווען מ׳דארף עס האבן? הא???

וואס איז טאקע די חילוק פון submission ביז Bondage?

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:22 am

· #355742
ר' שבת אחים היקר: זיכער. מ'קען עס נוצן פאר עראטישע און פארנאגראפישע צוועקן אויך. אבער איך. אני הקטן האב נאר געוואלט אויפקלערן דעם עולם וואס דאס ווארט מיינט פאר אנשטענדיגע מענטשן.

פונקטליך דאס איז די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען. קיין שום זאך איז נישט גוט אדער שלעכט כשהוא לעצמו. ס'ווענדט זיך נאר וויאזוי און פאר וואספארא צוועק מ'נוצט עס. אט דאס איז א לימוד אויף אינטערנעט און סמארטפאונס. די שרייערס און טומלערס. די וועלכע ווילן העלפן דעם באשעפער, כביכול פיהרן די וועלט, שרייען און טומלען פאר גארנישט. ווייל א יעדער ערוואקסענער מענטש. א נארמאלער מענטש, דארף נישט קיין שום פילטערס. אויך קען ער/זי נוצן די סמארטפאונס אן קיין שום באגרעניצונגען. די וועלכע טומלען און שרייען, זענען אדער היפאקריטן מיט אן אגענדא פון געלט אדער כבוד. אדער תמימי לב וועם מ'האט גע'ברעינוואש'ד. זיי זענען אזוי ווי דער דאן קיכאטע אדער קויקזאטע פון די מעשיות, וועלכער איז געווען א תמימות'דיגער אידעאליסט. און ר'האט געדרייט ווינד מיללן. דאס איז ממש דער ריכטיגער משל. זיי שרייען און טומלען איבער גארנישט. און זיי טוען גארנישט אויף...!

איי, זיי טענה'ן אז מ'דארף די פילטערס פאר די אייגענע שמירה...אויף דעם איז דא א גמרא וואס זאגט/פרעגט רעטאריש..."אטו בשופטני עסקינו"...!

טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:43 pm

· #355794
Re: English -A word a day
די שפראך און די טערמינען זענען זייער נישט פאסיג, און וואס איז די סיבה פאר אזא שמועס???

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 8:13 pm

· #355808
טרויבן88: וואס איז נישט פאסיג?. איך האב געגעבן אן ערקלערונג פון א ווארט. האט ש.א. געזאגט אז מ'קען דאס ווארט אויך נוצן פאר נישט אנשטענדיגע צוועקן. האביך איהם געזאגט אז איך האב עס נאר אויפגעברענגט מפרש צו זיין א נארמאל ווארט.

דער איצטיגער שמועס איז ממש פון וואס איך האב גערעדט. דיין שאלה איז געווען נישט אויפ'ן פלאץ. איך האלט אז דו ביסט נישט אזוי אומוויסנד צו פארשטיין דעם תוכן פונ'ם שמועס. וואס דו טוסט הייסט אינטעלעקטועל נישט האנעסט/ערליך... 🙄

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 2:50 am

· #355836
טרויבן
וואס מאכסטו א גאנצע פשעטעל פון גארנישט?

געוויסע ווערטער האט מען באשאפן פאר געוויסע צוועקן און מ׳ניצט עס דוקא נאר אויף געוויסע טערמינען, די ווארט וואס ר׳ בערל האט דערמאנט האב איך נאר געזעהן אז מ׳נוצט עס אין ״פופציג שאוטענס פון גרעי״ וכיוצא בהן,וכדומה, היות איך האב נישט געליינט קיין ענגליש רוב חלק פון מיין לעבן האב איך געפרעגט אונזער ״שפראך מייסטער״ דער בעל עגלה קדישא צי מ׳קען עס ניצן אויף יעדע מין טערמין.

אייז קריעם » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 6:32 pm

· #355956
Clichés-אויסגעדראשענע זאצן למשל, אודך כי עניתנו, מפטירין כדאתמול

Jargon- יעדע פראפעשן האט זיך ווערטער וואס נאר דער וואס איז און דעם פראפען איז באקאנט מיט דעם. מוזיקאנטן ווייסן פון minor and major, soprano, tenor

Idiom-פאטעיטע קאפ, מיינט נישט ממש די קאפ איז געמאכט פון פאטעיטאס, נאר א נאר. פארדארבענער מיינט נישט ממש פארדארבן.

Slang-גאסן יונג, שיק יונגל, נעבעך, כזית קאפל, טונא בייגל. דאס איז זאכן וואס מען דארף האבן אויפגעוואקסן מיט די יודישע שפראך צו פארשטיין.

Euphemism- מילד גערעדט, מען זאגט יענער איז אוועק אנשטאטס צו זאגן געשטארבן.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 23, 2018 6:14 am

· #394059
Predicate

.
📎 Screenshot_2018-01-23-05-52-44~01.png

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:26 pm

· #394094
שמעקעדיג: מ'קען (און מ'נוצט) אויך אן ענליך ווארט צו באשרייבן אן ענליכן מצב...Stipulate/d...!
זיך אויסנעמען. נאר אויף א געוויסן אופן/תנאי...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 8, 2018 8:00 am

· #395103
Errand

.
📎 errand.png

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 8, 2018 1:39 pm

· #395144
שמעקעדיג: ייש"כ. דאס ברענגט מיר צוריק אלטע (גוטע? לאו דוקא) זיכרונות. איך האב אמאל געארבעט אין א געוויסן מוסד. אלס בעל עגלה/באס דרייווער. די רביצן פון יענעם מוסד האט זיך באנוצט מיט די ארבעטערס פונ'ם מוסד, כאילו זיי זענען איהרע פערזענליכע קעניגליכע באדינערס. איין טאג בעט זי אז איך זאלל אפפיהרן די בעקעלעך (פון די קאקאש קעיק) צוריק צו איהר מאמע'ס הויז. און אויפ'ן וועג זאלל איך אפ סטאפן אין דראג סטאר אויפפיקן די מעדיצין פאר די קליינע קינדערלעך...אויך זאלל איך מאכן א סטאפ אין גראסערי ברענגען 2 באטלעך מילעך, עמערדזשענסי. וכו' וכו'. דאמאלס האביך גוט פארשטאנען וואס די ווארט ..."ערראנד" שליחות מיינט...!

שבת אחים » זונטאג פעברואר 11, 2018 2:58 am

· #395274
וויאזוי וואלט מען פארטייטש אין אידיש Ominous?

1)גזירה
2)שלעכטע בשורה
3)שווארצע וואלקענס
4)שלעכטע נבואה
5)פארזאגן-שלעכטס

איז דא א אנדערע/ בעסערע אפטיישט?

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2018 12:20 pm

· #395287
שבת אחים: #4 און #5 טוען די בעסטע אפטייטשן דאס ווארט. די איבריגע האבן אנדערע אפטייטשונגען אויף ענגליש...!

וואלווי » זונטאג פעברואר 11, 2018 12:29 pm

· #395289
berlbalaguleh
שבת אחים: #4 און #5 טוען די בעסטע אפטייטשן דאס ווארט. די איבריגע האבן אנדערע אפטייטשונגען אויף ענגליש...!


ניטאמאל 4, נאר 5.

די שאלה איז, וואס פונקטליך ער מיינט מיט #2

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:14 am

· #395403
berlbalaguleh
שבת אחים: #4 און #5 טוען די בעסטע אפטייטשן דאס ווארט. די איבריגע האבן אנדערע אפטייטשונגען אויף ענגליש...!


איך וויל וויסן אויב סאיז דא א ווארט אין קאנטעמפארערי אידיש (נישט אין ענגליש) וואס אט דאס איז די ריכטיגע אפטייטש. זעהט זיך אויס אז נישט!

דאס ווייסט מען דאך אז אין ענגליש האבן זיי הונדרעטער באזונדערע אנדערע אויסדרוקן פאר יעדע אומשטאנד און צופאל, האבן זיי געמאכט אנדערע ווערטער מזאל פארשטיין די פונקטליכע מצב.

דער באקאנטער linguist פראפעסאר נועם כאמסקי (אוהב ישראל ושונא מדנ״י 😛 ) זאגט אז אונז האבן געמאכט גענוג ווערטער מזאל זיך קענען אויסדרוקן שיינערהייט און זיך מסביר זיין. נאר שרייען און קריגן זאל מען נישט. מיר האבן גענוג וועגן זיך אויסדרוקן אונזערע געפילן און פארשטיין געבן פאר די ארומיגע וואס סדרוקט יענעם. אבי זיך נישט קריגן...

העלפט עס דען?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:01 pm

· #395424
שבת אחים: ווי ס'זעהט אויס איז אויף אידיש טאקע נישט דא א דעפינישן פאר דעים ווארט. איך האב נאכגעקוקט אין גוגל טרענסלעיט ביי דייטש. אויף דויטש זאגט מען .."דרויליך"...!. מ'קען עס צולייגן צו אידיש..."דרוי-ליך"...(באדראענד.)...!

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:14 pm

· #395433
berlbalaguleh
שבת אחים: ווי ס'זעהט אויס איז אויף אידיש טאקע נישט דא א דעפינישן פאר דעים ווארט. איך האב נאכגעקוקט אין גוגל טרענסלעיט ביי דייטש. אויף דויטש זאגט מען .."דרויליך"...!. מ'קען עס צולייגן צו אידיש..."דרוי-ליך"...(באדראענד.)...!


אט יעצט האט איר געזאגט די ריכטיגע אפשטייטש- באדראענד-איז די ריכטיגע אפטיישט אויף אידיש. די ווארט האב איך געזוכט. דאנקע-שיינע...!
קעסענע״ם סעיפא״ן בלע״ז.

לאשיצער » מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:00 pm

· #395439
אומגינציג?
אין אסאך פאלן דעקט זיך דאס ווארט ominous מיטן אידישן ווארט "בייז". בייזע ווינטן אויפן האריזאנט...

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:33 pm

· #395503
לאשיצער: דאס ווארט אומ-גינציג איז נישט גענוג שטארק צו באשרייבן וואס דאס ענגלישע ווארט ..."אמינאוס"... וויל ארויסברענגען. דאס זאגט נאר אז דער מצב איז נישט געשמאק. מ'דארף א סאך א שטערקער ווארט...!

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:40 pm

· #395505
הער לאשיצער: איך האב שוין פון לאנג געוואלט אויפמאכן א דיסקוסיע (וואס איז שוין אנגעהויבן געווארן פון פריער) איבער די איינפלוס פון די פראנצויזישע שפראך אויף אידיש. און די היסטאריש/געאגראפישע סיבה דערצו...! ווייל ס'זענען דא א סאך ווערטער (אפשר 10-15%) פון אידיש וואס זייער אריגין און אפשטאם איז פון פראנצויזיש. נאר א טייל זענען שוין אזוי שטארק פארענדערט געווארן מיט אנדערע מבטאים אז דער מקור דערקענט זיך שוין נישט. ווייל אידיש, כידוע איז אויסער דייטש און לשה"ק אויך באזירט אויף א גרויסן פראצענט פון סלאווישע ווערטער. און אויך פראנצויזישע. אבער דער חלק איז כמעט ווי פארנאכלעסיגט. אפילו די סעקולערע פארשער פון די אידישע שפראך זענען עס נישט גענוג מדגיש. צי ווייל זיי ווייסן נישט בעסער. אדער פאר אן אנדערע אורזאך...!.
בלאט: 1 2