☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער ביליגער ביבי

דער ביליגער ביבי

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10197
בלאט: 1 2

shem-tov » דינסטאג מערץ 8, 2016 9:41 am

· #323584
דער ביליגער ביבי
די כעלעמער איזראעליס ברעכן זיך שוין קאפ די לעצטע 4 חדשים זיי קענען זיך נישט גלייבן וואס דא גייט פאר, מען האלט אינמיטן א העפטיגער קאמפיין אין אמעריקע און קיינער דערמאנט נישט קיין ווארט פון איזראעל... נישט טראמפ נישט בערני נישט קלינטאן, קוים וואס איינער דערמאנט איר אבער, בכלל נישט קיין פארגלייך צו די אמאליגע גוטע צייטן ווען יעדער האט פארשפראכן נאכאמאל און נאכאמאל גאנצע פעק מיט זעק טובות פאר איזראעל. די רול איז היינט צו טאגס מער ווייניגער די זעלבע ביי אלע פאליטישאנס און ביי רוב בירגער, איזראעל איז אונזער וויכטיגע עליי אין די מידל איסט, מיר באטראכטן איר ווי דער איין און פופציגער סטעיט, מיר ברויכן איר האבן, דעריבער וועלן מיר איר שטיצן און באגלייטן, דאס מיינט אבער נישט אז מיר גייען מיטטאנצן מיט אלע זייערע משוגעתן און סטראשונגן, מיר פארשטייען נאך אזוי גוט ווי זיי צו די וועלטס פאליטיק און מיר וועלן טאן וויאזוי מיר פארשטייען.

אט דער נייער סיסטעם האט איינגעפירט אבאמא און דערמיט מעכטיג צוגעפיקסט דעם ביבי מיט זיין מדינה אז זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן, אנגעהויבן ווען ביבי מיט זיין סארקאסטישער שמייכעל האט זיך גענומען באהאנדלן אונזער פרעזידענט מיטן גרעסטן מאס בטול און דיסרעספעקט כמנהג איזראעל, ווען ער האט אים געגעבן לעקטשורס ביים ערשטען וויזיט. אבאמא האט שנעל קלאר געמאכט פאר ביבי אז מיר וועסטו נישט דרייען קיין קאפ איך בין דער פרעזידענט און נישט דו... דיינע חכמות און דריי שטיקעס וועסטו שפילן מיט דיינע רעפובליקאנער לעקער ביי מיר גייט זיין עכטע שלום ביזנעס. דער שחור האט צובראכן זיין גאווה און אגב געווארן א העלד אין די גאנצע וועלט, ער האט אנגעפיפן די מדינה מיט זייערע שטיקעס ובפרט ביי די איראן דיעל ער האט זיך פון זיי אויסגעלאכט און וואונדער איבער וואונדער דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק שטיצט דעם פרעזידענט ופני ביבי וכל בני מדינה חפו, אלע איזרעליס שימפן פאר כעס בעיקר קענען זיי נישט אראפשלינגן אז יעצט ביי די עלעקשאנס קוקט קיינער ניטאמאל אויף זייער זייט. מען רעדט פון מעקסיקאו פון פלינט מישיגען פון סיריע און אויך אביסעלע פון איזראעל... אבאמא, טראמפ, קלינטאן, בערני יעדער רעדט היינט פון די מדינה ווי גלייך מען רעדט פון עפעס א קליינער סכסוך וואס מען דארף אויסגלייכן און דאס איז פאר די מדינה ממש טויט שטראף.

זענען די חכמי כעלעם אויפגעקומען מיט א פלאן, לויט ווי איך הער פון מיינע קוועלער האט מען אויפגעברענגט מערערע פארשלאגן אבער דער פלאן איז די מערסטע געפאלן פאר דעם פארשעמטן ביבי... מען גייט ארבעטן אונטערן טיש צו באקומען א מיטינג מיט די ווייסע הויז און ווי באלד דער מיטינג וועט באשטימט ווערן מטעם די אמעריקאנער וועט ביבי לאזן וויסן אז ער קומט נישט.. פארוואס.. ווייל ער וויל זיך נישט אריינמישן אין די איצטיגע פרעזידענשעל פאליטיקס... פונקט ווי אבאמא האט אים נישט געוואלט אויפנעמן פאראיאר.. ממש א שטיקל שאין כמוהו בעולם וואס מיט דעם האט מען מעכטיג אפגלערענט אבאמאס ביינער און אוודאי וועט יעצט יעדער רעדן פון די נעבעכדיגע איזראעל וואס ווערט אזוי געפייניגט פון אבאמא און אולי יחוס אז מען וועט צוריק אנהייבן רעדן פון זיי ביי די עלעקשאנס.. וואס דער ביליגער ביבי כאפט נישט איז אז ער טוט דערמיט די גרעסטע טובה פאר אבאמא וואס קען באמת נישט דערליידן דעם עקעלדיגן ביבי, אויך פארשטייט ער נישט אז עס גייט אים גארנישט העלפן מיט טראמפ וואס באטראכט זייער פאליטיק ווי עפעס א ריעל עסטעיט דיעל, (פארשטייט צעך אז זיי ציטערן פאר אים אויך אימת מות ווען ער וועט זיי צווינגען מיט זיינע דיעלס...) אויך גייט עס אים גארנישט העלפן מיט די וויילער דא וואס זענען שוין לאנג פעד אפ מיט איזראעלס שטיק דער איינציגסטער וואס וועט ליידן דערפון איז ביבי אליינס וואס וועט נאך אסאך כאפן דערפאר פון זיינע מענטשן.. אלץ א יודע פאליטיק און אלץ א סאטמארער קען איך זאגן אז דער פרישער פלאנטער וועט אים נאך אסאך באנק טאן...

איין זאך וואס איך וויל אבער פארשטיין ווי קומט צו א גוי אזויפיל כוחות הנפש ווי דער אבאמא פארמאגט וויאזוי קען ער זיך נאך בכלל וועלן טרעפן מיט דעם דל גאה וואס האט אים פרובירט צו באהאנדלן ווי א אפגעשמיסענער קליין קינד, וואס האט אפען און גראב קאמפיינט קעגן אים, וואס איז געגאנגן אין קאנגרעס אים צו פארשעמן, וואס פייפט זיך אן אין אמעריקאנער פאליסיס וועגן בויען אין איסט, וואס האט אים פרובירט אונטערצוהאקן מערערע מאל און יעצט מיט אט דעם ביליגן שטיקל... עס איז אומגלויבלעך בו בזמן וואס דער פרעזידענט גייט אן מיט זיין סדר היום ער טוט וואס ער דארף לטובת די מדינה.. דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט מפרסם צו זיין זאל די וועלט וויסן אז מיר תורה יודן זענען נישט קיין ביליגע מטורפים נאר נארמאלע מענטשן און זאל דער אויבערשטער היטן אויף כל בית ישראל און ווייטער געבן כח און מח פאר אונזער הויעכגעשעצטע פרעזידענטן זיי זאלן זיך מיט אונז פירן מיט חסד און רחמים עד ביאת משיח

מר. קלונימוס » דינסטאג מערץ 8, 2016 10:07 am

· #323585
shem-tov
און וואונדער איבער וואונדער דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק שטיצט דעם פרעזידענט

האסט אפשר א לינק צו דיינע אנקעטעס? אדער סתם האסטו ליב צו שרייבן שקר?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 8, 2016 10:23 am

· #323587
Re: דער ביליגער ביבי
ביבי איז א ריזיגער מנהיג ישראל. פארוואס פארמעקט מען נישט די אשכול?

וויצען אויף די זייט, לכאורה די בעסטע זאך פאר איזרא'על איז אז מ'זאל אויפהערען רעדען פון די איזרא'על-פאלעסטיניע סומאטוכע. די פאלעסטיניע'ס וועלען מוזען האנדל'ן מיט איזרא'על, נישט דער אינטערנאציאנעלער געמיינדע, און אן ערנסטע שלום קען קומען אין באטראכט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירח בן יומו » דינסטאג מערץ 8, 2016 10:32 am

· #323588
רוביא ביי זיינע קאמפעינס הייבט אלעמאל אן מיט רעדן אז ער וועט צוריק ברענגען מדינת ישראל לתפארתו. שפעטער רעדט ער פון העלט קעיר און פון עקקנאמיע.

זעהט אויס אז ער איז פון די פאר אמעראקנא וואס האבן נאכנישט פארשטאנען אז מ'האלט שוין לאנג נאך סתימת הגולל, לדבריך.

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 8, 2016 12:40 pm

· #323599
בלי עין הרע... אזא שנאה האביך נישט עקספיריענסט זייט כ'האב זיך אמאהל געהאט אנגעשטויסן אין א שטיקל שעטנז... 😉

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 8, 2016 1:56 pm

· #323616
ונבנתה העיר
בלי עין הרע... אזא שנאה האביך נישט עקספיריענסט זייט כ'האב זיך אמאהל געהאט אנגעשטויסן אין א שטיקל שעטנז... 😉

ונבנתה העיר: ייש"כ. נאר לפענ"ד איז ער נישט נאר א סעלף העיטינג אידיש יונגעלע. נאר א כעלעמער אויך. ווען ער פריידט זיך מיט זיין שמחה לאיד, כאפט ער נישט אז די פעטש געט ער פאר זיך אליין. אויסער אז איך זאלל לערנען פשט אז... 🙄
עניוועי. ראה תגובתי להלן...!

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 8, 2016 2:07 pm

· #323617
זאג נאר ערעב שעם טאףף: דו שטאמסט פון אונגערן און דו ביסט אפשר א געוועזענער נילאש...?
אדער שטאמסטו גאר פון ווארשע און דיין נאמען איז פילסודסקי. און דו האסט א גרויסע הנאה אז מ'האקט אריין שטיקער אין די פארשיווע זשידעס...?
זאלל דיר וואויל באקומען דיין חזיר'שע הנאה. דו האסט שוין אויפגעגעסן די חזיר און בולוועס וואס דיין מאמע האט דיר אנגעגרייט צו פרעסן...?
אזוי ווי דער ליובאוויטשער איד פון קרוינהייטס האט געזאגט פאר דעם שטינקעדיגן נטורי חרתא דבר אחר, אז זיין מאמע איז מסתמא געווען אן אונגערישע קליענינג לעידי. האביך מורא אז דיין יחוס איז פון אן ענליכן אפשטאם. אדהערווייז העוו עי נייס דעי...!
יא...שמעקעדיג. דו קענסט שוין שרייבן א א געזונטע לאכעדיגע תגובה...בהצלחה...!

הוגה » דינסטאג מערץ 8, 2016 2:09 pm

· #323618
ס'האט זיך פארמעקט. שוין א כפרה.

בקיצור, כ'בין מיט דיר שם טוב, נאר tone down די העצערישע רעטאריק און טויש דער קעפל צו עפעס וואס האט א שייכות מיט דיין ארטיקל.

דא האט איר א געוואלדיגע דאקומענטערי איבער ביבי און זיין רילעישאנשיפ מיט אבאמא.


.

קל וחומר » דינסטאג מערץ 8, 2016 2:23 pm

· #323621
כ'גיי דיר לייקן, דערנאך דיסלייקן...
ס'איז די איינציגע וועג מ'קען דיסלייקן דא.

shem-tov » דינסטאג מערץ 8, 2016 3:08 pm

· #323625
berlbalaguleh
זאג נאר ערעב שעם טאףף: דו שטאמסט פון אונגערן און דו ביסט אפשר א געוועזענער נילאש...?
אדער שטאמסטו גאר פון ווארשע און דיין נאמען איז פילסודסקי. און דו האסט א גרויסע הנאה אז מ'האקט אריין שטיקער אין די פארשיווע זשידעס...?
זאלל דיר וואויל באקומען דיין חזיר'שע הנאה. דו האסט שוין אויפגעגעסן די חזיר און בולוועס וואס דיין מאמע האט דיר אנגעגרייט צו פרעסן...?
אזוי ווי דער ליובאוויטשער איד פון קרוינהייטס האט געזאגט פאר דעם שטינקעדיגן נטורי חרתא דבר אחר, אז זיין מאמע איז מסתמא געווען אן אונגערישע קליענינג לעידי. האביך מורא אז דיין יחוס איז פון אן ענליכן אפשטאם. אדהערווייז העוו עי נייס דעי...!
יא...שמעקעדיג. דו קענסט שוין שרייבן א א געזונטע לאכעדיגע תגובה...בהצלחה...!



וואס נאך קענסטו א חוץ שרייען חזיר און שעלטן בהרחבה איך האב מיר מיין מיינונג און איך בין בכלל נישט אינטערסירט אז די זאלסט אגריען מיט מיר, די פאקט איז אז ביבי האט זיך צו'נער געלייגט פאר די גאנצע וועלט און יעדער פארשטייט שוין היינט צו זיינע שטיק. קענסט דיך אנעמען פאר אים וויפיל די ווילסט אבער איך מעג מיך אנעמען פאר מיין פרעזידענט און פאר מיינע מיינונגען און האסט מיר נישט אפגעוואנדן אפילו איין שורה פון מיין בלאג. עניוועי שכח ראעקאל און הוגה פאר די לייקס

סמבטיון » דינסטאג מערץ 8, 2016 3:29 pm

· #323629
קען גראדע זיין אז דער שעםטוף שטאמט גראד יא פון די הייפעלע יודן אשר לא כרעו לבעל, כמיין, איז דען דאס נישט די וואונטש פון יעדן סאקמערע חסיד אז די מדינה הטמאה זאל אינטער גיין? און ביידעוועי דו ביזט פיינע נייעס, 'אבאמא איז דער העלד און ביבי דער שוטה', זאג עס נאכאמאל, אזוי צו פאדרייען אפענע פאקטן? אנבעיוועבל.

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 8, 2016 4:38 pm

· #323633
shem-tov
איך מעג מיך אנעמען פאר מיין פרעזידענט און פאר מיינע מיינונגען

וויאזוי נעמסטו זיך אן פאר דיין פרעזידענט ווען דו רופסט אים מיט די קינדערישע אויסדריק שחור?
shem-tov
דער שחור האט צובראכן זיין גאווה און אגב געווארן א העלד אין די גאנצע וועלט

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 8, 2016 5:48 pm

· #323647
ס'איז אין דער סאמע ברען פינעם צווייטען וועלטס קריג, דער ביטערער האליקאסט איז אין אירע העכסטע שטופעס, די באן - רעלסען לענגאויס אייראפע קריצן און שוויצן ביטער שווער, פון די פולצאליגע בהמה וואגאנען, וואס פירן אפ דעם אייראפישען אידענטום צו זייער לעצטע דעסטינאציע, ווי זיי זענען פארוואנדעלט געווארן פאר אש, און ריין אידען פעטענס.
די עסקנים דרייען איבער די וועלט, ווייסמאנדעל, שטערנבוך, און נאך, אז מיט געלט איז פארהאן א מעגליכקייט צו ראטעווען וואס ס'לאזט זיך ראטעווען. די נאציס האבן ביים שוועל פון זייער ענדגילטיגער מפלה, געלעכעצט נאך א פאר דאללאר. מ'ווענדעט זיך צו די סוכנות, צו די דשזוינט און צו נאך א''ג יודישע ארגענעזאציעס וואס האבן זיך געבאדען אין שווערע מיליאנען...אז מ'זאל שיקען עפעס געלט, אבער ס'איז נישטא ווער ס'זאל הערן. די הערצער זענען הערמעטיש פארמאכט, און די אויערן זענען פולקאם פארשטאפט...
וואס איז? די עסקנים קענען נישט פארשטיין 12 טויזענט יודישע נפשות ווערן אריין געשיבט טעגליך אין די גאז קאמערן, און פאר א פאר דאללאר קען מען דאס כאטש טיילווייז אפשטעלן, אלזא? פארוואס קומט נישט קיין געלט?
דער וואונדער האט נישט צו לאנג אנגעהאלטען, דער סוכנות האט אין א בריוו מסביר געווען זייער שטעלונג.

שוואלב שרייבט אין א בריוו: "אז וואס מער אידן ס'וועלן אומקומען אלס בעסער וועט דאס זיין פארן ציוניסטישען אידיאל. ווייל אזוי ווי נאך דער ערשטער וועלטס קריג האט מען איינגעטיילט די וועלט פון דאסניי, איז גאר שטארק מסתבר אז נאך די צווייטע וועלטס מלחמה ווען מען ווידער איינטיילן די וועלט. איז אזוי די פעלקער וואס האבן פארלוירען מיליאנען זעלנער אויף די שלאכט פעלדער וועלן האבן וואס צו פארלאנגען, אבער אז כלל ישראל ווען נישט "צושטייער געבן קיין קרבנות", מיט וואס פארא רעכט וועלן זיי קענען קומען פארלאנגען א מדינה?"

אזוי האט הצדיק רבי נתן שוואלב געשריבען, און ער איז געווען אן הויכע איינגעשטעלטער אינעם וואוילטעטיגען סוכנות היהודים.

היוצא לנו מכל זה.

די ישראלים האבן א לאנגע רעפעטאציע פון אינטריגעס און פאסקיצווע שטיקעס צו מאנאווירן די וועלטס פאליטיק לויט זייער אגענדע, (ווער ווייסט דען נישט פון די פרשה מיטן נאמען עסק ביש?) און זיי האלטען זיך נישט אפ פאר גארנישט אין דער וועלט, צו דערגרייכען זייערע ביליגע אמביציעס. נאדא....

מיליאנען אידען ווערן פארגאזט צום טויט, און ווי אזוי זאגט דער רשע יצחק גרינבוים? פרה אחת בתל אביב שוה יותר מכל יהודי אייראפא. עפ''ל. זה דרכם כסל למו.

איך גלייב נישט אז דאס וואס שם טוב האט געשריבען האט עפעס צו טאן מיט רעלעוואציע, ס'איז ווארשיינליך הויל אלוזיע...

אבער דער מאסיווער אויסבראך וואס די ציונים אינעם דא אינעם שטיבל האבן אויפגעריסען, צילוב די חוצפה פון שם טוב צו רעדען אויף ר' בנימין המלך, איז גענצליך נישט אויסגעהאלטען. ס'שטייט אים גראדע זייער גוט.... היסטאריע חזר'ט זיך בלויז איבער... על מה יצה הקצף הזה?

און בכלל פארוואס טאר מען נישט אראפרייסען בנימין המלך? ער לייגט דעם ר''ת תפילין יעדען טאג, ער ענדיגט דעם דאפעיומע??? ווער איז ער דען?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 8, 2016 5:53 pm

· #323651
Re: דער ביליגער ביבי
ברוך הבא, ר' קאך. שקויעך פאר'ן צוריק קומען. שוין לאנג נישט געהערט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג מערץ 8, 2016 6:58 pm

· #323664
Re: דער ביליגער ביבי
אויף דעם האט די רעבעזכיסעגעלייני פארפירט אז ציונות וועט זיין די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח!

אדונינו » דינסטאג מערץ 8, 2016 7:14 pm

· #323668
מר. קלונימוס
shem-tov
און וואונדער איבער וואונדער דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק שטיצט דעם פרעזידענט

האסט אפשר א לינק צו דיינע אנקעטעס? אדער סתם האסטו ליב צו שרייבן שקר?

עכ״פ דא אין דעם אשכול האט נאך קיינער נישט צוגעשטימט צו ר׳ שם טוב...

סמבטיון » דינסטאג מערץ 8, 2016 10:48 pm

· #323696
קאך! פארוואס האסטו נישט צוגעלייגט די באקאנטע מאמר פון סענדר דייטש רק בדם תהיה לנו את הארץ? סעוואלט אסאל ציגעגעבן צו דיין עמאציאנעלע טרערן געשטיקטע תגובה

שמיטשיק » דינסטאג מערץ 8, 2016 10:50 pm

· #323697
וואיל געזאגט שם טוב

shem-tov » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:08 pm

· #323946
דאס האב איך אייך געזאגט, ליינט דעם רויטערס שטיקל ווי די ווייסע הויז לאכט זיך אויס פון די קיען, קום יא קום נישט, אבער אלץ א יוד מאכן זיי אונז אן אזעלעכע בושות ממש מען קען פלאצן פון די אומערצויגענע מדינת ישראל חיות, ווי איז די קאמען סענס, וועם טרייען זיי צו לעקען, איין גוטער פריינד האבן זיי נאך אין די וועלט אבער מיט אלע כוחות פרובירן זיי צו פייטן און באליידיגן, פארוואס אפשר כדי אויסצוזעהן ווי דער וויקטעם אין די אויגן פון דעם מעגע לוזער מיט ראמני... מי יודע. א פרישע תירוץ האבן זיי היינט געטראפן.. זיי בלוזען אויף אבאמא ווייל ער האט זיי געבינדן די הענט אינמיטן די לעצטע גאזע מלחמה און געשריגן בלא... הער אויף צו שיסן אונזערע באמבעס און אויב קענסטו דיך נישט אן עצה געבן מיט די פאלעסטיניער וועלן מיר זיך אינגאנצן אריינמישן און מיר וועלן קאנטראלן דאס פלאץ, אזוי האב איך געהערט, יעצט וויל שוין אבאמא נישט שיקן קיין באמבעס סתם אין די וועלט אריין, אבער נתניהו רעדט זיך איין אז ער פיקסט צו אבאמא מיטן בלייבן אינדערהיים בלוזען... א פרייליכן פורים ביבילע

<a class="postlink" href="http://mobile.reuters.com/article/idUSKCN0WA0UK">http://mobile.reuters.com/article/idUSKCN0WA0UK</a>

מאטי » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 3:08 pm

· #323960
זאב ז'בוטינסקי איינער פון די גרינדער פון די מדינה האט אימערמידלעך געארבייט צו ראטעווען פוילישע/אונגארישע אידן, אט האט איר אן אויסצוג פון וויקי:

During the 1930s, Jabotinsky was deeply concerned with the situation of the Jewish community in Eastern Europe, particularly Poland. In 1936, Jabotinsky prepared the so-called "evacuation plan", which called for the evacuation of the entire Jewish population of Poland, Hungary and Romania to Palestine.

The same year he toured Eastern Europe, meeting with the Polish Foreign Minister, Colonel Józef Beck; the Regent of Hungary, Admiral Miklós Horthy; and Prime Minister Gheorghe Tătărescu of Romania to discuss the evacuation plan. The plan gained the approval of all three governments, but caused considerable controversy within the Jewish community of Poland, on the grounds that it played into the hands of Polish anti-Semites. In particular, the fact that the 'evacuation plan' had the approval of the Polish government was taken by many Polish Jews as indicating Jabotinsky had gained the endorsement of what they considered to be the wrong people.

The evacuation of Jewish communities in Poland, Hungary and Romania was to take place over a ten-year period. However, the British government vetoed it, and the World Zionist Organization's chairman, Chaim Weizmann, dismissed it. Two years later, in 1938, Jabotinsky stated in a speech that Polish Jews were "living on the edge of the volcano", and warned that a wave of pogroms would happen in Poland sometime in the near future. Jabotinsky went on to warn Jews in Europe that they should leave for Palestine as soon as possible. There is much discussion about whether or not Jabotinsky actually predicted the Holocaust. In his writings and public appearances he warned against the dangers of an outbreak of violence against the Jewish population of Central and Eastern Europe. However, as late as August 1939, he was certain that war would be averted

שטילע אינגערמאן » מאנטאג מערץ 21, 2016 8:19 pm

· #325939
הרה שם-טוב, וואס זאגסטו צום האנטיגע התנהגות?
זעהט אויס ווי די קאנדיעדאטען האבן געהאט א קאנטעסט ווער קען בעסער קישן ישראל׳ס אונטען.
נאך די היינטיגע טאג איז דער דאזיגע אשכול ללעג ולקלס

בן אדם » מאנטאג מערץ 21, 2016 9:53 pm

· #325947
אה יענער, ער איז דאך סתם אזוי א איד..

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 21, 2016 10:07 pm

· #325955
קל וחומר
אויף דעם האט די רעבעזכיסעגעלייני פארפירט אז ציונות וועט זיין די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח!

נו, זאלל שוין משיח צדקינו קומען און אונז אלע וועללן איינזעהן אז די רבי זי"ע איז געווען גערעכט....!

ליפא » מאנטאג מערץ 21, 2016 10:17 pm

· #325957
[ציטאט אראפגענומען]

מ'האט יענעם נישט געלאדענט

ליפא » מאנטאג מערץ 21, 2016 10:43 pm

· #325963
ער האט געוואלט אבער גיין

shem-tov » דינסטאג מערץ 22, 2016 9:30 am

· #326017
שטילע אינגערמאן
הרה שם-טוב, וואס זאגסטו צום האנטיגע התנהגות?
זעהט אויס ווי די קאנדיעדאטען האבן געהאט א קאנטעסט ווער קען בעסער קישן ישראל׳ס אונטען.
נאך די היינטיגע טאג איז דער דאזיגע אשכול ללעג ולקלס




כן בנות צלפחד דוברות. מען לעקט אפ מען שיסט לגיונות און מען גייט ווייטער. אזאלעכע שטותים און הבלים צאמצורעדן... אוודאי גייט טראמפ ברענגן די עמבעסי קיין ירושלים... תיכף נאכן ענדיגן די געיט ביי מעקסיקאו... קוק איבער טראמפס דרשה ביים סוף ווי ער זאגט קלאר אז שלום גייט קומען פון וואשינגטאן נישט פון די יו ען און נישט פון איזראעל. יא איזראעל איז אן אמעריקען עליי, א גאר וויכטיגע סטראטידשיקעל פריינד אבער זי קען מער נישט אליינס, און קיין שום פאליסי גייט זיך נישט טוישן מיט א נייע אמעריקאנער פרעזידענט, וויי פאר
איזראעל אז טראמפ גייט זיך איין טאג פארלייגן אויף איר מיט צווינגן זיינע דיעלס מיט די פאלעטינער. ווען סקומט צו עיפעק דרשות זינגט יעדער די זעלבע פזמון, זיך אפיר א יו טוב קליפ פון די עטליכע אבאמא דרשות ביי עיפעק וועסטו זעהן ער רעדט נאך שטארקער פון די אלע יעצטיגע דרשנים. דאס אלעס גייט ביז מען ווערט פרעזידענט און מען באקומט אביסל אינערליכע אינפארמאציע.

די אישו דא מיט ביבי און אבאמא איז פריוואט. די וועג וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט צו אבאמא ביים ערשטן באזוך אין ווייסן הויז און נאכדעם במשך די יארן איז געווען גאר חזריש און עקעלדיג. ער זאל נאר פראבירן צו זאגן פאר טראמפ וואס ער האט געזאגט פאר אבאמא אז ער גייט אים געבן א לעקציע איבער די מידל איסט, טראמפ וועט אים אויפ'אכל'ען ביינאכט ביים סטעיט דינער ביים ערשטן המוציא און דערנאך ארויסטראסקן מיט סעקיוריטי ביז ער בעט אים איבער

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:41 am

· #326041
שם טוב, די פארדרייסט די שמועס, האסט אנגעהויבן די אשכול אז קיינער קומערט זיך נישט מיט ישראל אין יעצט זאגסטו אז זיי וועלן נישט אנהאלטען זייערע הבטחות.
כזאג נאכמאמאל זיי האבן אלע זיך געשווירען מיט ישראל אלץ ברודער, דאס איז א אפענע פאקט אין אנדריש ווי די האסט אנגעהויבן די אשכול.

shem-tov » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:18 pm

· #326077
איזראעל פרובירט שוין ווייטער צו דרייען א קאשע דער טשערמאן פון עיפעק שרייט יעצט אז טראמפ האט פארשעמט אבאמא בקיצור זיי פיקן שוין א נייע פייט יעצט מיט טראמפ.. חא חא חא.. די אפגעפליקטע קארני לצים גייען יעצט פרובירן אלעס אין די וועלט אז איזראעל זאל בלייבן אין די נייעס פונקט ווי די אלטע גוטע טעג ווי צו ווייזן אז זיי קאנטראלן די עלעקשאנס.. מר. טשערמאן מר ביבי אייערע 15 מינוט איז אפ.. אלע קאנדידאטן האבן געלעקט און געקישט, אבער די נייע דאקטערין וואס אבאמא האט איינגעפירט און אלע קאנדידאטן האלטן זיך דערצו איז צו זאגן פאר די מדינה פארדרייט נישט עקסטער קיין קאפ, אלעס איז מסודר מיר וועלן אייך פירן על מי מנוחות זיצט איינגעלייגט דארטן, בלאז וויפיל די ווילסט, שריי זייער הויעך, קיינער איז דיר נישט גוט אבער מיר גייען דיך איגנארן אויף טויזענט.. און פונקט ווי אבאמא וועט א פרעזידענט טראמפ זיך אויך נישט לאזן שאנטאזירן.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:23 pm

· #326081
כ׳פרעג הודו אין די ענטפערסט קוש, מקען נישט פיהרן א ווכיח מיט אזא איינער, הצלחה

shem-tov » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:26 pm

· #326082
. נישט דאס האב איך געזאגט הצלחה

shem-tov » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:30 pm

· #326084
שטילע אינגערמאן
שם טוב, די פארדרייסט די שמועס, האסט אנגעהויבן די אשכול אז קיינער קומערט זיך נישט מיט ישראל אין יעצט זאגסטו אז זיי וועלן נישט אנהאלטען זייערע הבטחות.
כזאג נאכמאמאל זיי האבן אלע זיך געשווירען מיט ישראל אלץ ברודער, דאס איז א אפענע פאקט אין אנדריש ווי די האסט אנגעהויבן די אשכול.


קוק איבער איך האב בלויז געזאגט אז מען לאזט זיך מער נישט פון זייערע שטיקעס.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:15 pm

· #358010
Re: דער ביליגער ביבי
ביביס חסידים זענען ממש ערשטוינט פון אובמהס חוצפה צו נישט וועטאירן דעם יו ען רעזאלוציע וואס פארדאמדט די בויען אין די אוקיפרטע געביטן
זיי קענען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי אובמה קען זיין אזא כפוי טובה נאך אלע יארן וואס ביבי האט אלס שווער ארייגעארבייט צו שטיפן פרעזידענט אובמהס אגענדע נישט בלויז לגבי די פאלעסטינער נאר אויך לגבי איראן
עס בלייבט נישט איבער צו זאכן נאר אז דער אובמה איז א וויסטער אנטיסעמיט

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:31 pm

· #358011
Re: דער ביליגער ביבי
אן עקל פון א פארשוין.
מיינט גארנישט קיין שלום.
ער האט בלויז איין אגענדע צו שטופן וזהו.

פון זיין זייט זאל דער איינציגסטער מוסטער פון א דעמאקראטישע לאנד אין מיטל מזרח זיין איינגעהילט אין ווי מער טעראר אלס כדי מען זאל קענען זאגן אז מ'האט געשטופט דעם אגענדע.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:36 pm

· #358013
צו אובמה איז גערעכט קען מען דן זיין, אבער די שאק וואס די רעכטע איזרעליס האבן געכאפט איז נאריש, איך וואלט נישט עקספעקעט מער פון א מענטשן נאך וויאזוי ביבי האט איהם געהאלפן ספעציעל די לעצטע צוויי יאר, חוץ ווען מען רעדט פונעם אלטער פון סלאבאדקע

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:43 pm

· #358014
Re: דער ביליגער ביבי
ווילסט אפטוהן ביבי פערזענליך כל הכבוד.
אנזייען און גורם זיין טעראר אויף ציווילע בירגער אלס א חשבון פון נקמה איז רשעות מיט טפשות ביינאזאם, און עס ברויך פארדאמט ווערן בכל התוקף.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:58 pm

· #358015
סך הכל האלט ער אנדערש ווי דיר אין דעם געביט
דאס יא, אויב האלט ער אזוי ווי איז ער געווען ביז יעצט? זייער פשוט, ביז יעצט האט איהם עס נישט געלוינט פאליטיש
בכל אופן איך פארשטיי דיין בליק אז דאס ברענגט טעראר און עס איז נישט גערעכט (לויט די רעכטע) צו טוהן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז ביבי האט זיך דאס איינגעקויפט מיט די אייגענע הענט, און יעצט קען ער שרייען אנטיסעמיט

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 10:03 pm

· #358016
ביבי האט גארנישט איינגעקויפט.
אובמה האט שוין פון ערשטן טאג פון זיין אמט אנגעהויבן טיילן צרות פאר ישראל. עס איז נאטירליך אז ביבי זאל אים האסן דערפאר.
ווילאנג די געשלעג גייט פאליטיש אהין און אהער קען מען עס נאך שלינגען.
צו בעוול'ן דעם גאנצן לאנד מיט בארעכטיגן טעראר איז שלא מן העניין ושנאה מקלקלת את השורה.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 10:11 pm

· #358017
צו קומען רעדן אין קאנגרעס אפיציעל קעגן דעם פרעזידענט, איז די גרעסטע מאס חוצפה און אראגאנץ מיט אלע פאליטישע רייבערייען
און ווי געזאגט אובמה האלט נישט אז דאס איז נישט לטובת מדינת ישראל
אבער נאכאמאל מיר פארפארן פון די נושא, סך הכל ברענגט איך ארויס ווי ביביס לאגער האט באמת געמיינט אז זיי קענען טשעפען מיט אובמה און ער וועט זיך לאזן טרעטן ווייל ער וועט מורא האבן זיך ארויסצושטעלן, און זיי זענען ממש איבערראשט אז ער האט געהאט אפאר ביצים

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 10:27 pm

· #358019
ביבי האט געהאלטען א שארפע רעדע קעגען א מעכטיגע פרעזידענט.

ער האט דא א פלאן? ער האט א מאכט וואס קיינער ווייסט נישט דערפון? ער האט א צווייטע מדינה וואז קען דא העלפען?

איך ווייס אז די גאנצע מעשה איז לכאורה נישט מער ווי סימבאליש, קיין שום טעראריסט האט זיך נישט אנגעפרעגט ביים או"ם צו ער מעג שיסען, ראקעטען, ווארפען שטיינער. אבער ביבי אלס דער שוואכער פון די צוויי וואלט געמעגט טראכטן אביסל איידער ער הייבט אן.

הוגה » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:00 pm

· #358021
דער עולם גולם רעדט אזעלכע שטותים. אמעריקא איז אלעמאל געווען אקעגן בויען אין די שטחים. אמעריקא האט אלעמאל געוואוט אקעגן מדינת ישראל ווען זיי האבן געוואלט שוקן א מעסעדזש. אבאמא ווערט נישט קיין אנטיסעמיט ווייל ער האלט אנדערש ווי די עקסטרעם רעכטע אין מדינת ישראל. ער האט נאך פון די בעסטע רעקארדס פון אלע אמערעקאנער פרעזידענטן סיי מיטן שטיצן מדנ"י מיט געלט און סיי מיט מאראלישע שטיצע.


.
FB_IMG_1482724495708.jpg

הוגה » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:06 pm

· #358022
ביבי מיט זיינע שטיצער רעדן אזוי בא'גדול'ט. זיי דארפן נישט אמעריקא, זיי קענען זיך אליינס אן עצה געבן. זיי האבן צוריק גערופן אמבאסאדארן און געלט שטיצע פון אפאר לענדער, ועוד מעשים טיפשיים כהנה. סיריעסלי? וויאזוי גייט זיך מדנ"י אן עצה געבן אליינס? ווער גייט קויפן אירע produce? וועלכע לענדער וועלן נוצן אירע טעכנעלאגיע? ווער פונקטליך וועט איר באשוצן? פוטין? ווייל ער האט יא א געוואלדיגע רעקארד פון אהבת ישראל, הער איך. ביבי איז א שטארקע מנהיג אבער די לעצטע פאר טעג האט ער זיך אויפגעפירט זייער אומ'אחריות'דיג. עס איז צייט פאר א צווייטע - מער באזעסנע - איבערצונעמען דאס בענקל.


.

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:36 pm

· #358023
וואס וואלט ביבי יא געדארפט טון? גארנישט?

דעת תורה » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:36 pm

· #358024
Re: דער ביליגער ביבי
הוגה פון וואנעט קומט דער גרעף? עס סאונדט פארפירעריש. דער נאראטיוו אין די גאנצע מידיא איז אז דאס איז א פרעצעדענטלאזער שריט.

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:40 pm

· #358026
אפגעזען צו די רעכטע מהלך איז יא אויסגעהאלטן אדער נישט, איז קלאר איז די אבאמא מהלך גייט אין די דירעקציע פון איינפלאנצען די אייסיס ווארצלען אין ארצינו הק' פונקט ווי עיראק מיט סוריה.

מאן דאמר » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:41 pm

· #358027
ביבי זאגט גראב אין אפן, טראמפ איז אויף זיין זייט, און אבאמא איז סייווי מער נישט נוגע, ממילא האט ער נישט מורא אים צו באשעלטן.

החוקר » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 12:05 am

· #358028
Re: דער ביליגער ביבי
דעת תורה
הוגה פון וואנעט קומט דער גרעף? עס סאונדט פארפירעריש. דער נאראטיוו אין די גאנצע מידיא איז אז דאס איז א פרעצעדענטלאזער שריט.

איך ווי נישט פון ווי ער נעמט עס, אבער דא האסטו א לענגערע אפהאנדלונג.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/sethfrantzman.com/2016/12/24/abstaining-from-history-heres-all-the-un-resolutions-on-israel-the-us-abstained-on/amp/?client=ms-android-tmobile-us&espv=1">https://www.google.com/amp/s/sethfrantz ... -us&espv=1</a>

החוקר » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 12:16 am

· #358029
Re: דער ביליגער ביבי
אין א זייטיגע נאטיץ, איך האלט נישט אז אבאמא האט געטון עפעס שלעכט, אדער אויסערארדענטליך דא, אבער די יו. ען. לענדער זענען פשוט און פראסט וויסטע אנטיסימיטן!

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 12:42 am

· #358030
הוגה
דער עולם גולם רעדט אזעלכע שטותים. אמעריקא איז אלעמאל געווען אקעגן בויען אין די שטחים. אמעריקא האט אלעמאל געוואוט אקעגן מדינת ישראל ווען זיי האבן געוואלט שוקן א מעסעדזש. אבאמא ווערט נישט קיין אנטיסעמיט ווייל ער האלט אנדערש ווי די עקסטרעם רעכטע אין מדינת ישראל. ער האט נאך פון די בעסטע רעקארדס פון אלע אמערעקאנער פרעזידענטן סיי מיטן שטיצן מדנ"י מיט געלט און סיי מיט מאראלישע שטיצע.
.


@הוגה, במחילת כבודך, לערן דורך די רעזולאזשן בעיון פאר דו רופסט אונז אלע אן עולם גולם

אמת אז אמעריקא האט שוין געטון ענליכס אין די פארגאנגענהייט דורך נישט ניצן די וויטאו כח קעגן א רעזולושען, אבער קיינמאל בעפאר האט זיך געהאנדלט אין אזא שארפע רעזעלושען און קיינמאל בעפאר איז דאס נישט פארגעקומען אין א מצב ווען עס קען אזויפיל שאטן פאר מדינת ישראל

די יעצטיגע רעזעלושען איז נישט סתם פאליטיש, נאר אויך מער עקזיסטענציעל, עס איז נישט א בלויזע פארדאמונג קעגן התנחלויות ווי פריערדיגע רעזעלושאנס, עס שרייבט איבער אינטערנעציאנעל געזעץ בנוגע די גרעניצן פון מדינת ישראל

אמעריקא האט אין די פארגאנגענהייט געשטיצט פארדאמונג קעגן התנחלויות אז עס שטערט די אויסזיכטן פאר שלום אבער אמעריקא האט קיינמאל נישט געשטיצט א לשון וואס מאכט זיי ״אומלעגאל״

נאך דערצו יעצט ווען די אינטערנאציאנעלער געריכט אין האג גרייט צו שוין א שטיק צייט אנקלאגעס קעגן מדינ״י מילטערלייט און פאליטיקאנטען און די BDS מאוומענט פירט א וועלטליכע עקאנאמישע מערכה צו באיקאטירן פראדוקטען פון די שטחים העלפט די רעזעלושען נישט נאר צו גיסן אויל פאר זייער פייער נאר אויך דאס צו מאכן געזעצליך

נאך מער, אלץ חלק פונעם אסלאו אפמאך האט אמעריקא צוגעזאגט פאר מדינ״י אז אמעריקא וועט נישט צולאזן אזא סטייל ערשיינונג אין די יו ען טאקע דורך ניצן דעם וויטאו כח, אויך האט אמעריקא פארזיכערט אינעם אפמאך אז דער סטאטוס פונעם וועסט בענק וועט נאר אנטשיידן ווערן דורך קעגנזייטיגע געשפרעכן

די יעצטיגע רעזעלושען ווישט אפ דעם אסלאו אפמאך און ווישט אפ דעם פלאטפארמע אויף וואס אלע דיפלאמטישע געשפרעכן האבן זיך באצויגן, עס ווישט אויך אפ דאס ביסל טראסט וואס מען האט נאך געהאט אין פריערדיגע אפמאכן ווי אסלאו

דא האסטו פונעם לינקן הארץ:
Is this the first UNSC resolution concerning Israeli settlements?

No. But it is the first to deal so specifically with the settlements in over 35 years. The previous such resolution, Resolution 465, was adopted by the Security Council in March 1980. That being said, since 1980, the Israeli-Palestinian conflict has undergone dramatic changes, the extent of the Israeli settlement enterprise has grown dramatically, and international community's focus on the settlements as a threat to the viability of the two-state solution has also increased markedly.

<a class="postlink" href="http://www.haaretz.com/israel-news/.premium-1.761049">http://www.haaretz.com/israel-news/.premium-1.761049</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 5:31 am

· #358035
די שאלה איז צוויי פאכיג.
א. האט אבאמא געטוהן אזא שלעכטס?
ב. ווען יא, איז ביבי׳ס ענטפער אין פלאץ?

איך זעי נישט קיין גרויסע חכמה אין ביבי'ס מהלך לגבי אנדערע לענדער. ער זעט מיר אויס א געפערליכע פאליטישע חיה, וואס האט נישט קיין אידיאליסטישקייט בכלל. אלס פאר'ן קורצזיניקע פאליטיק.

אן איידעלע פאליטיקאנט וואלט אויסגעדרוקט ווייטאג מיט האפענונג אז מ׳וועט קענען אויסגלייכען די פראבלעם, נישט מוסר'ן און סטראשונגען.

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 10:10 am

· #358037
א׳ יא
ב׳ מען קען זיך דינגן, קיין סך ברירות האט מען אים נישט איבערגעלאזט

מיין תגובה איז וועגן די רעזולושען און אבאמאס שענדליכע אקט, נישט וועגן ביבי
בלאט: 1 2