☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » כינוס חירום בעיר קרית יואל וועגן גזירת גיוס

כינוס חירום בעיר קרית יואל וועגן גזירת גיוס

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10193

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 7, 2016 11:23 am

· #323508
כינוס חירום בעיר קרית יואל וועגן גזירת גיוס
דא איז באריכות געווארען אויסגעשמועסט וועגן די קול קורא וואס איז ערשינען פערזענליך קעגן הרב שטיינמאן מבני ברק בנוגע גזירת גיוס בחורי ישיבות
נעכטן זינטיג איז פארגעקומען אין די עפנטליך א גרויסער כינוס חירום בעיר קרית יואל ווי מען האט משמיע געווען חוות דעת הרבנים פארוואס און אויף וואס מען האט געטון אזא אויסנאמליכער שריט צו פערזענליך ארויסטרעטן קעגן א פערזענליכקייט

ביים כינוס איז אויך פארטיילט געווארן א קונטרס פון 300 עמודים ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די מציאות און פאקטען
ווער עס האט דעם חיבור זאל עס ארויסשטעלן פארן פובליק, וירא הקהל.

ביבער » מאנטאג מערץ 7, 2016 3:22 pm

· #323527
מיר געפונען פאר וויכטיג צו מוחה זיין אויף צענזור.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 7, 2016 3:29 pm

· #323528
דא איז גיוועהן געשריבן אן אטאקע אנטקעגן איינער פון די גרעסטע מנהיגי ישראל???
דאכט זיך מיר אז דא איז געשטאנען אז עס איז גיוועהן אן אסיפת הסברה בעיר ואם קרית יואל מסביר זיין פארוואס זיי האבן געחתמ'ט אנקעגן דער גדול!
איז דא עפעס אן אטאקע דערין???

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 7, 2016 3:51 pm

· #323531
Re: כינוס חירום בעיר קרית יואל וועגן גזירת גיוס
שטייט נישט אין די תקנות אז מ'טאר נישט אפרייסען מנהיגים. נאר אז ס'באלאנגט אין צימעס און אז מ'דארף שרייבען פאסיגע טיטלען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 7, 2016 4:19 pm

· #323534
יעצט בין איך שוין טאקע נייגעריג וואס דא איז געשטאנען

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 8, 2016 1:02 pm

· #323606
הכל על מקומו בא בשלום.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 8, 2016 1:32 pm

· #323610
Re: כינוס חירום בעיר קרית יואל וועגן גזירת גיוס
הייסט'ס די חותמים האבען זיך דערשראקען. עלה מוות בחלונינו! איזרע'אלישע וועבסייטען האבען פארבינדען א הארץ אטאקע פון איינער צו צוויי פון די חותמים מיט זייער חתימה און מ'דארף שוין זען אפצושטעלען דער זאך בקרוב.
וואס טוט מען? תשובה! פעה, א נעכטיגע טאג! מיר זענען דאך גערעכט געווען! (אויב אזוי, ט'וואס דארף מען תשובה טוהן?)
מ'גייט שוין ווייזען דער מלאך המות דער טייוועל דער שלאק דארטען.
מ'עט זיך פאראסאפס'ן אינאיינעם, מיט ווארמער מעים חיים אויפ'ן טיש, ברייטער קאפעלוטשען אויפ'ן הויכען קאפעל וואס זיצט אויף איהר בענקעל וואס איז עטוואס פארבונדען מיט א גענאק וואס שלעפט זיך ארויס פון א ברייטען קערפער וואס איז איינגעוויקעלט אין א בלוסקע מיט פארקערטע קנעפליך און א געל-ברוינע טלית קטן, א וועסט'ל, א רעקעל מיט טאשען וואס פאלען שוין שיף אין די זייט מרוב עומס און האלבע הויזען מיט דאפעלטע זאקען, ומה שחיסר זה מילא זה, אבער האלבע שיך וואס קיינער זארגט זיך נישט אנצופילען וואס ס'פעלט דארט. און מיט אן אוסף פון אזעלכע כאראקטער'ן גייט מען באקעמפען דער טייוועל.
און וואס איז זייער געווער? מ'נעמט דריי הונדרעט שיינער ווייסער פאפירען, ריין פון א פלעק גאנץ אן א פעלער, און מ'פילט עס אן מיט שווארצע פלעקען, מאנכע גרעסער מאנכע קלענער, מיט ציטאטען פון איינער א רביזכרוינעלברוכע, און דאס דארף אפצושרעקען דער שלאק דארט!

טוט'ס ענק א טובה און זאג פיטום הקטרת פון א קלף. אפשר קויפט'ס צוויי; כתב אר"י און כתב ב"י. ס'עט אנפילען מער צייט, וואס דאס אליינס נעמט אוועק חרון אף.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 8, 2016 1:47 pm

· #323613
.
מיר געפונען פאר וויכטיג צו פארמעקןן דעם אשכול, וואס איז געשריבן באופן אטאקע אין ריכטונג פון איינע פון די גרעסטע מנהיגי ישראל בדורינו.

ערשט יעצט געזען אין אישי אזא תגובה
איך זעה נישט מיט וואס דער אשכול איז אנדערש ווי די אשכול וואס האט פארדאמט די חותמים קעגן רב שטיינמאן

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 8, 2016 1:54 pm

· #323614
ליטוואק פון בודאפעסט

און וואס איז זייער געווער? מ'נעמט דריי הונדרעט שיינער ווייסער פאפירען, ריין פון א פלעק גאנץ אן א פעלער, און מ'פילט עס אן מיט שווארצע פלעקען, מאנכע גרעסער מאנכע קלענער, מיט ציטאטען פון איינער א רביזכרוינעלברוכע, און דאס דארף אפצושרעקען דער שלאק דארט!


האסט עס געליינט? געב עס אהער
איך הער אז דארט ווערט געברענגט ציטאטען פון דברי כפירה און גאר שרעקליכע מעשים מחצר חזו"א5 וואס האט געברענגט די פערזענליכע אנגריף