☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10191

הגיון » פרייטאג מערץ 4, 2016 10:48 am

· #323322
וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?
געווענדליך ווען איינער דרייט זיך אין ביהמ״ד א גאנצן טאג וועט זיך אים דוכטן אז די גאנצע וועלט איז אין תורה. ווען איינער דרייט זיך אין א שלעכטע סביבה וועט ער באקומען די הרגשה אז די גאנצע וועלט איז שלעכט. ווען איינער איז א ראש הישיבה פאר שוואכע בחורים וועט ער מיינען אז דאס איז היינט די יוגנט. די נקודה איז אז יעדער מענטש זעט נאר א האלבן בילד דורכאויס זיין טעגליכן רוטין. דארט וואו ער דרייט זיך וועט ער מיינען אז אלעס גייט אויף די ליניע. ווען איינער דרייט זיך אויף אייוועלט וועט ער מיינען אז תלי״ת עס איז דא אזויפיל פרומע אידן. און עמיצער וואס איז אויף קאווע שטיבל וועט מיינען אז די עולם איז אויפגעקלערט.

דאס איז וואס מיר רופן בעצם אן ״באבעל״, דארט וואו ער איז מיינט ער אז דאס איז די גאנצע וועלט. ער קען נישט זען א אנדערע קולטור, אידילאגיע, אדער גייסט. און ער לעבט אין דמיון אז יעדער איז בערך אין זיין גאטונג.

די קונץ איז, וואס מיר אלע טרייען, צו זען די אמת. זיך ארויסצוזען פונעם באבל, און לעבן אין א דיווערסיפייד ספיריט.

מיינע פאלגענדע ווערטער איז ח״ו נישט צו קריטיקירן כלל ישראל. תלי״ת אז די ברייטע בילד פון שומתומ״צ איז פארהעלטנימעסיג סטאביל, עס זענען דא תורה פעסטונגען, ישיבות, בתי מדרשים, בתי חינוך, כשרות, און צניעות.

יעצט לאמיר רעדן פון די איכות נישט פון די כמות. וויאזוי זעט כלל ישראל היינט אויס? וואס איז אונזער עתיד, און וויאזוי גייען מיר אויסזען אין צען יאר ארום?

איך וויל עס פראבירן צי מאכן קורץ.

מאנכע וועלן אנקוקען מיינע ווערטער אלס א צייכונונג פון איינער וואס דרייט זיך אין א געוויסע סביבה דערפאר מיין איך אז אלעס דרייט זיך אזוי.

אבער, לאמיר זיך נישט נארן:

אן קיין ספק אז די אינטערנעט איז די הויפט שפילער, אבער דער מחיצה איז געווארן דורכזיכטיג. אפילו די וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, אדער האבן כשר׳ע אינטערנעט, דער וויסענשאפט קומט אן איבעראל ווי וואסער נאך א האריקען. אויב עמיצער האט נישט קיין אינטערנעט האט ער א סעריע פון צענדליגער ״כשרע״ outlets אדער ליטעראטור וואס געבן אים איבער די גאנצע טעלעוויזע אויף א גאלדענעם טעלער. אנגעהויבן פון די אומשולדיגער קול מבשר, ביז די אלע מאגאזינען וואס פארמאגען אלעס ביז א האלב פארמעקטען בילד פון א פרוי.

איך שטרייך דא אינטער די קאנסקיווענצען צווישן חרידים וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, אדער האבן באגרעניצוגען מיט אינטערנעט. די פעלאשען איז אין די ליפט, אין די צייטונגען, אין מקואות, אין אייוועלט, אין בתי מדרשים, אין חדר, אין ישיבות. ווער האט פאר צען יאר צוריק געוויסט ווער עס איז דאס מיעיגען קעלי, ביל אריילי, jeanine pirro, און ווער רעדט נאך פון פרייע זינגער ביז פרויאישע זינגער, טעילער סוויפט, קעטי פערי, שרית חדד וכו׳ וכו׳ וכו׳

וואס צירקולירט ארום אויף די סאשעל געוועב געפינט זיך אין היימישע צייטונגען. יעדער שרייבט פון אלעמען, רעדט פון אלעמען, ציטירט פון אלעמען (אסאך מאל אנאנים).

נעמט א דוגמה די פרעזידענטליכע דעבאטע. אייוועלט וואס דארף צו זיין די פויפסט אליינס. האט נישט קיין פרויען בילדער אא״וו, אבער קאכט זיך אין די פאליטיק נאך אסאך מער פון די טיווי ענקערס אליין. אט האט א ניק געשריבן: קוק ווי זיס קעלי האט אים געענטפערט. מען ערלויבט נישט קיין ווידיאוס פון פרויען, אדער יוטוב, אבער מען לייגט עס ארויף אויף דראפבאקס. מען טאר נישט זען די דעבאטע אבער יעדער רעדט דערפון בכל הפרטים.

מיר האבן אפשר נישט קיין טיווי, אבער ריזיגער שטיקער פון טעלעוויזע רייסט אדורך מנער ועד זקן. מיר טארן נישט ליינען קיין וויקיפידיע אבער דער שטערן, מאמענט, און אנדערע צייטשריפטן און מאגאזינען טוען די ארבעט.

דאס אומפארשעמטער איז פארשעמט געווארן. דאס אוממעגליכע האט פאסירט.

לסיכום: איך בין שוין זאט און מיד פון נארישע ארגומענטס אז קוק וויפיל אידן האבן פילטערס, קוק וויפיל אידן גייען מיט קוטשמעס און בערד. עס איז דא חדרים און שולעס. אלעס פיין און וואויל, אבער איך רעד פון די טיפעניש, דאס מחיצה איז אראפגעפאלן אדער איז געווארן דורכזיכטיג. די ליפט איז פארפעסט אפילו פאר די וואס האבן נישט אינטערנעט. די יוגנט איז פריש און מינטער, ווערט מער און מער אויפגערייצט פון די אנדערע זייט מחיצה. און מען קען געבן טויזענטער פרטים און פאקטן מיט וואס איז אונזערע דור איז מיילן אפגעריקט פון די פריערדיגע דור אויסער די קאפעלוטש און הויזן. די לבוש איז גאנץ נאנט, אידישקייט בליהט און וואקסט אויף די ברייט אין כמות אבער אין נישט אין די איכות אין די טיפעניש.

קוק וויפיל מורה הוראות כלל ישראל געבט ארויס. יא, אבער קוק אויף וויפיל אידן זענען אוועקגעפאלן אין אזא קורצע תקופה. עס זענען מער אידן אפגעפארן אין די לעצטער 10 יאר ווי צוויי דעקעטס פריער.

עס געבט א סקרוך דעם הארץ. און איינער וואס איז נישט בלינד, קען זען מיט א קלארקייט די ראלארקאוסטער אויף וואס מיר זיצן.

הגיון » פרייטאג מערץ 4, 2016 2:09 pm

· #323337
ביטער ווי א גאל.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 4, 2016 2:19 pm

· #323338
הגיון
ווער האט פאר צען יאר צוריק געוויסט ווער עס איז דאס מיעיגען קעלי, ביל אריילי, jeanine pirro, און ווער רעדט נאך פון פרייע זינגער ביז פרויאישע זינגער, טעילער סוויפט, קעטי פערי, שרית חדד וכו'.

איך מאך נישט אוועק דיין נקודה, אבער איז עפעס מאדנע מיט מיר אז איך ווייס נאך היינט נישט וואס עס מיינט קיין איינע פון די זאכן אויף דיין ליסטע?

הגיון » פרייטאג מערץ 4, 2016 2:23 pm

· #323339
אן קיין ספק האב איך געוויסט אז עס וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן זאגן מי הם. אבער ניין עס איז גארנישט מאדנע מיט דיך. די ליסטע איז געווען א שפיץ נאדעל פון ענדלאזע סעריעס צו די אלגעמיינע גאס.

נהורא נפישא » פרייטאג מערץ 4, 2016 2:59 pm

· #323346
איך בין אביסל צומישט דא, איר שרייבט אז ס'איז ביטער ווי א גאל אינגערלייט ווייסן צופיל פון די נישט אידישע גאס, אבער כ'זעה דאך אז איר ווייסט אויך והא ראיה אז איר זענט בקי בהן ובשמותיהן, איז הייסט דאס אז איר באוויינט אייער אייגענעם גורל, אדער גאר האט איר עפעס א ספעציעלע אימיונעטי וואס אנדערע פארמאגען נישט אדער אפשר גאר זענט איר א גר ?

הגיון » פרייטאג מערץ 4, 2016 3:49 pm

· #323348
דו ווייסט די זאכן פונקט ווי מיר. דו ביסט די זעלבע גר ווי מיך. עס נישט די צרות רבים חצי נחמה, עס איז א שמיעס איבער די ביטערע פאקטן וואס נעמען ארום חרידיזם.

נהורא נפישא » פרייטאג מערץ 4, 2016 5:25 pm

· #323360
קלאגן קלאגט איר הייסט דאס אויף אייער אייגענעם גורל בתוך שאר אומללי ישראל, אייערע פאקטן זענען געוויס ריכטיג, די פראבלעם וואס איר זעט דערביי, זעה איך נישט, איך נעם ארויס פון אייערע ווערטער אן אנדערע פראבלעם, נעמליך אז די גאנצע חרדישע עסטעבלישמענט איז איין שטיק היפאקראטיע. און איבער די פראבלעם וואס איר ריפט גויאישקייט, כ'ווייס נישט וואס איר מיינט דא מיט גויאישקייט, ס'איז טאקע פארהאן אסאך קטנות'ער אין פאפ קולטור, דאס האט אבער נישט מיט גויאישקייט, קוקט זיך נאר אים מיט וואס מ'איז פארנומען ביי אסאך חרדישע אידן, פון כלערליי קטנות'ער, רעבעס, גבאים, נגידים, שיינע אידן, און אלע אנדערע איבלן, פאלט נישט ביי צו טראכטן מתי אעשה גם אנכי לביתי.

קאצקע ציקער » מוצ"ש מערץ 5, 2016 9:12 pm

· #323371
נו אינדערהיים איז געווען פונקט אזוי!

טמיר » מוצ"ש מערץ 5, 2016 10:24 pm

· #323379
Re: וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?
@הגיון, כ'מיין אז רובא דרובא חרידים קענען נישט קיין איינע פון די נעמען וואס דו האסט אויסגערעכענט

הגיון » זונטאג מערץ 6, 2016 12:08 am

· #323386
נהורא נפישא
קלאגן קלאגט איר הייסט דאס אויף אייער אייגענעם גורל בתוך שאר אומללי ישראל, אייערע פאקטן זענען געוויס ריכטיג, די פראבלעם וואס איר זעט דערביי, זעה איך נישט, איך נעם ארויס פון אייערע ווערטער אן אנדערע פראבלעם, נעמליך אז די גאנצע חרדישע עסטעבלישמענט איז איין שטיק היפאקראטיע. און איבער די פראבלעם וואס איר ריפט גויאישקייט, כ'ווייס נישט וואס איר מיינט דא מיט גויאישקייט, ס'איז טאקע פארהאן אסאך קטנות'ער אין פאפ קולטור, דאס האט אבער נישט מיט גויאישקייט, קוקט זיך נאר אים מיט וואס מ'איז פארנומען ביי אסאך חרדישע אידן, פון כלערליי קטנות'ער, רעבעס, גבאים, נגידים, שיינע אידן, און אלע אנדערע איבלן, פאלט נישט ביי צו טראכטן מתי אעשה גם אנכי לביתי.

היפקאריטיע איז א אשכול פאר זיך. איך רעד פון די גויאישקייט, די וועלט וואס האט אריינגעדרינגען בכל בית ישראל (איך רעד נישט פון די פריערדיגע גענעראציע.

אחד העם » זונטאג מערץ 6, 2016 12:18 am

· #323387
כ'מיין אפילו דער שטן איז שוין צומישט.