☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #10187

אשכול אן א טיטל #10187

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10187

— » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 2:59 am

· #323194

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 3:29 am

· #323200
אנאנים: איך שלאף נאכנישט. האביך פונקט באמערקט דיין ניי אויפגעמאכטן אשכול. וויבאלד כ'האב עס געזעהן האב איך געקוקט אויפ'ן העדליין, צן זעהן אין וועלכן פארום ס'איז ארויסגעוואקסן. מטבע הדברים האביך פארשטאנען אז ס'איז אנגעקומען אין ..."מ'אחורי". אבער זעענדיג אז ס'איז אין .."שמייכל"...האביך מיך צושמייכלט...!
איך וויל דיר נישט אויסכאפן די העפפי ענדינג פון די מעשה. אבער מתוך הדברים למדתי. כ'האב מיך דערמאנט אין די וועלט'ס קשיא...פארוואס זאגט מען פאר א מענטש וואס פגע'ט א צווייטן סתם אין די וועלט אריין..."פליז האק נישט אין טשייניק"...ווען מ'וויל זאגן..."דריי נישט קיין קאפ"...ווי קומט א קאפ צו א טשייניק?...
נאר דער תירוץ איז...כ'על עס מסביר זיין מיט א צווייטע מעשה, וואס כ'האב געהערט. אז אין רוסלאנד, אין קאלטן סיביר איז געווען א מנהג קדמונים. נאך פון די טעג פון דעם גרויסן צאר ניקאליי דעם ערשטן. אז די רעגירונג האט ברוב טובם וחסדם געוואלט מהנה זיין די פארפרוירענע באפעלקערונג. האבן זיי אויפגעשטעלט א פלאץ וואו די רעגירונג וועט טיילן הייס וואסער, בחינם. נו, די רוסן האבן געהערט אז מ'געט עפעס אומזינסט (און מ'דארף עס נישט גנב'נען) זענען זיי געקומען צו לויפן אין די מאסן. נאר איין תנאי האט די רעגירונג געשטעלט. אז א יעדער דארף זיך מיטברענגען זיין/איהר אייגן טשייניקל. וויבאלד ס'איז געווען זייער א לאנגע שורה, זענען עטליכע מענטשן געווארן לאנגווייליג. וואס מ'רופט אין אמעריקע..."באור'ד"...און זיי האבן זיך גענומען האקן אויף זייערע טשייניקלעך. ווען איינער האט געהאקט אין זיין טשייניק, און ס'האט געמאכט א הויכן גערודער, האטציך דער שכן אנגערופן..."האק נישט אין טשייניק"......עד כאן הסיפור. יעצט ווארטן מיר (ס'איז נישט דא קיינער אין שטוב. מיין ווייב איז געפארן קיין פלארידע אויף וואקאציע) ...מיט שפאנונג אויפ'ן המשך פון די מעשה מיט די אלמנה. וואס איז געווארן מיט איהר. דער ראש הקהל (וועלכער איז געווען א גרוש, ל"ע) האט האט מיט איהר חתונה געהאט...?!... 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 3:36 am

· #323201
אנאנים: נ.ב.: בשעת איך האב געשריבן מיין תגובה צו דיין זיס ווי צוקער'דיגע מעשה'לע. האט דיין קאמפאזיציע נאכנישט געהאט קיין 5 חלקים. האביך געשריבן לויט מיינע ידיעות דאן. אבער זייט כ'האב באמערקט אז די מעשה'לע האט פינעף חלקים (כדרכך בקודש) איז שוין אלעס, ב"ה פארענטפערט. אצינדער קאן מען שוין גיין זאגן ברכת המפיל...ווען איז דער עלות...?! א גוטע נאכט...!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 11:14 am

· #323219
די סיפה פון די ברייתא האסטו נישט מפרש געווען...

מאמי קויף מיר א היט , די היט איז צוקראכט, איך געב דיר א פראסק

פליקער » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 5:17 pm

· #323262
@אנאנים

דיין מעשה האט זיך נישט גענדיגט איך האב ערשט האנטיגע אינפאמאציע

ווען שרי האט זיך אויפגעכאפט האט זי געקאלט א בראקער, און שנעל געמאכט לייף אינשארענץ כדי זי זאל נישט ברויכן אויסגיין פון עסן פארדארבענע בייליג אין וואלד בשעתן טקינקן טיי אויפן קבר פון המן בשעתן לערנען דעם דף פאר דרשו אדער זכרו כדי צי קענען אויפהערן לעקן איר פיס, אדער חתונה האבן מיט א גראבער חזר א טאטע פון ניין פיציס וואס איז זאגער געווארן א אלמן וואס ארבייט ביי מוסד אדער לערענט פריוואט מיט קליינע קינדער און האט יא סעקשן עיט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 5:47 pm

· #323268
שש!!!!!!! 😂 😂 😂 😂

(ויש גורסין המעשה עם אברהמעלע מלמד, וכל אחד כפי נוסח המקובל מבית אבותיו)

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/8658">viewtopic.php?p=8658#p8658</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/8708">viewtopic.php?p=8708#p8708</a><!-- l -->

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 6:18 pm

· #323271
ששי איז מילידי הענק!

א ריכטיגער אריגענעלע ארטיסט!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 9:26 pm

· #323287
ארטיסט'ן! פוי! ארויס פון וומסב"ג!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ביליג » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 10:33 pm

· #323291
איך האב נישט געוויסט אס די גירסא איז 'בייליג' (אלטע ברויט?) כ'האב געמיינט 'בייליק' (די אויבערשטע חלק פונעם טשיקען)
כך קבלתי מרבותי

שמערל » פרייטאג מערץ 4, 2016 2:03 pm

· #323336
[ציטאט אראפגענומען]

א גוטע מעשה אבער עפעס שטימט נישט ווייל דער מקור ברוך איז אוועק תשכ"ד פאר די באפרייאונג פון ירושלים, ווען האט ער געקענט באזוכן קבר דוד? פאר תש"ח? און ווען האט ער עס איבערגעציילט פארן סאטמארער רבי וואס איז שוין דאן געווען אין אמעריקא?

בן אדם » פרייטאג מערץ 4, 2016 2:33 pm

· #323340
די מעשה איז געווען מיט די בית ישראל און סאטמאר רב וועגן 'קברי האבות' אין חברון ווי די סאטמאר רב האט מעורר געווען א ספק צו ס'ריכטיגע מקום, האט עם די ב"י געענטפערט אז אין וויליאמסבורג איז עס זיכער נישט.

ביליג » פרייטאג מערץ 4, 2016 2:39 pm

· #323342
שמערל
[ציטאט אראפגענומען]

א גוטע מעשה אבער עפעס שטימט נישט ווייל דער מקור ברוך איז אוועק תשכ"ד פאר די באפרייאונג פון ירושלים, ווען האט ער געקענט באזוכן קבר דוד? פאר תש"ח? און ווען האט ער עס איבערגעציילט פארן סאטמארער רבי וואס איז שוין דאן געווען אין אמעריקא?

די ויילסט פרעגן קשוית אדער די ווילסט הערן א גיטע מעשה ?
[ציטאט אראפגענומען]

קאצקע ציקער » פרייטאג מערץ 4, 2016 4:44 pm

· #323353
בן אדם
די מעשה איז געווען מיט די בית ישראל און סאטמאר רב וועגן 'קברי האבות' אין חברון ווי די סאטמאר רב האט מעורר געווען א ספק צו ס'ריכטיגע מקום, האט עם די ב"י געענטפערט אז אין וויליאמסבורג איז עס זיכער נישט.

ס'דא פיפציג גרסאות אויף די מעשה. איך האב עס געהערט אופן ברך.

געוואלדיג » זונטאג מערץ 6, 2016 11:40 am

· #323421
רבותי, פארפאטשקעט נישט א גוטע מעשה מיט די אמת'ע פאקטן...