☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » זעלבסט היפנאזיע

זעלבסט היפנאזיע

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10181

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:22 pm

· #322945
זעלבסט היפנאזיע
וואס איז דאס היפנאזיע?

וואס איז עס נישט?

ווי אזוי ארבעט עס?

ווער קען ווערן היפנאזירט?

ווי אזוי טוט מען זיך אליין היפנאזירן?

פארוואס איז דאס געמאכט פאר יעדעם?

האסטו געוואוסט אז דו קענסט זייער גרינג טוישן אלע דיינע הרגלים, ווערן מער קאנפידענט, פטור ווערן פון סטרעס, פאביעס, געוויסע אלערגיעס, טוישן מידות, ווערן מער פראדאקטיוו, וכו'?

די אלע פראגעס בנוסף צו נאך אסאך אינטערעסאנטע ענינים אויף דעם נושא ווי אויך אן הלכה למעשה'דיגן טריט ביי טריט אנווייזונג אויף זעלבסט היפנאזיע (ומבשרי אחזה וד"ל), האף איך אי"ה אויסצושמועסן דא, ווי אויך וויל איך בעזר ה' איבערטייטשן אן אינדאקציע ווי אויך אפאר נוסחאות אויף זאכן וואס די עולם וועט ווייזן אינטערעסע דערין, געשריבן דורך פראפעציענאלע היפנאטיסטן, (כ'וועל מסתמא נעמען הילף פון די גוטע שרייבער דא אין שטיבל כדי ס'זאל זיין א דבר השלם).
ווי פארשטענדליך גייט דאס זיין א שווערע און לאנגע ארבעט, ממילא וויל איך קודם זעהן אויב ס'איז בכלל דא אן אינטערעסע אין די ענין, ולפי התוצאות אמשיך.

פליקער » מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:31 pm

· #322947
הייבן אן שרייבן זאכלעך, און גיב עס עטליכע טאג, דאן בליק וויפיל לייקס דו האסט געזעקלט, אזוי וועסטו קענען מעסטן די אינטערעסע

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 29, 2016 3:11 pm

· #322953
האמת אגיד, אז מתחילה איז דאס געווען אין פלאן, נאר די סיבה פארוואס כ'האב עס נישט געטוען איז, וויבאלד יעדע לענגערע אשכול באקומט א היבשע צאל לייקס וואלטעך נישט געוואוסט אויב ס'אינטערסירט איינעם באמת אדער סתם די עולם איז מסכים צו ליינען וועגן נאך א נושא (פאר די לייקס איז מיר נישט ווערד די ארבעט, כ'קען באקומען סאך מער פאר סאך ווייניגער ארבעט... די זאך וואס וואלט מיר געשטיפט דאס צו טוהן איז אז כ'ווייס אז ס'דא אנדערע וואס זענען אינטערעסירט אין די למעשה חלק), לכן קיינער דארף נישט לייקן מיין הודעה, מ'קען מיר שיקן אין אישי אדער שרייבן דא א תגובה אז מ'איז אינטערסירט און טאמער וועט זיין אפאר וואס זענען באמת אינטערסירט וועל איך ממשיך זיין בעזר העליון.

יעלה ויבא » מאנטאג פעברואר 29, 2016 3:22 pm

· #322954
Re: זעלבס היפנאזיע
Please don't keep us in suspense. I'll definitely take out a big "toieles" from this subject

דעת זקנים » מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:05 pm

· #322958
אוודאי זעמיר אינטערסירט, האסט אונז נאכנישט אנטוישט ברענגסט געשמאקע ענינים צום טיש, כה לחי, מיר ווארטן מיט שפאנונג.

קל וחומר
האמת אגיד, אז מתחילה איז דאס געווען אין פלאן, נאר די סיבה פארוואס כ'האב עס נישט געטוען איז, וויבאלד יעדע לענגערע אשכול באקומט א היבשע צאל לייקס וואלטעך נישט געוואוסט אויב ס'אינטערסירט איינעם באמת אדער סתם די עולם איז מסכים צו ליינען וועגן נאך א נושא (פאר די לייקס איז מיר נישט ווערד די ארבעט, כ'קען באקומען סאך מער פאר סאך ווייניגער ארבעט... די זאך וואס וואלט מיר געשטיפט דאס צו טוהן איז אז כ'ווייס אז ס'דא אנדערע וואס זענען אינטערעסירט אין די למעשה חלק), לכן קיינער דארף נישט לייקן מיין הודעה, מ'קען מיר שיקן אין אישי אדער שרייבן דא א תגובה אז מ'איז אינטערסירט און טאמער וועט זיין אפאר וואס זענען באמת אינטערסירט וועל איך ממשיך זיין בעזר העליון.

איך האף אז דיין כוונה דערמיט איז נישט צו היפאטייזאן דעם עולם צו ווערן אינטערסירט דערין.

ירא שמים » מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:08 pm

· #322959
in

ביליג » דינסטאג מערץ 1, 2016 1:10 am

· #323002
Re: זעלבס היפנאזיע
ביטע ! דאנקע שיין!

ירא שמים » דינסטאג מערץ 1, 2016 8:24 pm

· #323066
Re: זעלבס היפנאזיע
נו, כוויל שוין מאכן א יאגע!

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 1, 2016 9:13 pm

· #323072
מיר אנטשולדיגן זיך פאר דעם הויעכגעשעצטן עולם אויף די אומערוואטענדע פארשפעטיגונג, אבער די טעלעפראמטער ארבעט נאך נישט געהעריג,

קל וחומר » דינסטאג מערץ 1, 2016 11:07 pm

· #323091
Re: זעלבס היפנאזיע
מורי ורבותיי, כ'וועל ענק נישט צו לאנג אויפהאלטן, מ'העמער עס מאכן קורץ, כ'האף אפירצוקומען מיט פרק א' אינעם נאנטן צוקונפט, ס'האט זיך מיר געמאכט פונקט לעצטנס אפאר פארנומענישן, אבער כ'האב נאכנישט מסיח דעת געווען פון די פילע נהמא דכיסופא'דיגע לייקן וואס מ'האט מיר דא אנגעמאכט.

דערווייל קען מען נאך לערנען אפאר בלאט גמרא רש"י.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ירח בן יומו » דינסטאג מערץ 1, 2016 11:59 pm

· #323094
[

ירח בן יומו » מיטוואך מערץ 2, 2016 12:00 am

· #323095
[ציטאט אראפגענומען]

וואס דאס מיינט אז ער איז יעצט היפנאזירט...

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 12:06 am

· #323184
פרק א'

אין דעם קאפיטל וועט ארומגערעדט ווערן די קאנטשעס (באוואוסטזיין) און סובקאנטשעס חלקים פונעם מח און זייער צוזאם ארבייט, ווי אויך וועט אויסגעשמועסט ווערן די סיבה פארוואס טוישן א הרגל איז זייער שווער דורך סתם ארבעטן אויף זיך, און פארוואס דורך היפנאזיע איז עס זייער גרינג. ובזה החלי.

שוין אמאל אריינגעקלערט פארוואס דו קענסט נישט פון איין טאג צום צווייטן אויפהערן רויכערן, עסן געזונט, אדער סתם אזוי זיין א מער רואיגער מענטש און מער הנאה האבן פונעם לעבן?
די תירוץ איז וויבאלד איין חלק אין דיר זאגט 'יא, איך גיי זיך טוישן', בו בעת וואס א צווייטע חלק זאגט מיט א פעסטקייט 'ניין, כ'גיי זיך נישט טוישן'.

ווי באקאנט באשטייט די מח פון צוויי חלקים (לפחות) קאנטשעס און סובקאנטשעס.

די קאנטשעס חלק איז די חלק וואס האט געמאכט די החלטה אריינצוגיין אין דעם אשכול, ער מאכט אפ וואס ד'עסט פאר פרישטיג, וואו איר גייט גיין נאכן ארבעט (חוץ אויב איר גייט יעדן טאג בקביעות צו די זעלבע פלאץ איז עס שוין סובקאנטשעס...) וכו' בקיצור ער איז דער וואס מאכט החלטות.

די סובקאנטשעס ווידער ארבעט פון אונטערן באוואוסטזיין, ס'איז די חלק וואס אנאליזירט די סימבאלן וואס דו זעהסט יעצט, וואס ד'האסט געלערנט שוין לאנג צוריק אין חדר און ווערן יעצט אוטומאטיש איבערגעטייטש אויף ווערטער און זאצן.
די סובקאנטשעס איז אויך אחראי אויף די מערכת הגוף, א שטייגער ווי ווי שנעל דאס הארץ זאל קלאפן, פארדייען דאס עסן וכו' זאכן וואס ד'האסט מסתמא נישט צוגעלייגט קיין סאך פון דיין קאנטשעס מח דערצו.
די סובקאנטשעס אנטהאלט אלע דיינע זיכרונות מיום שיצאת לאויר העולם ועד עתה! דארט זענען דיינע דעות, שיטות, אמונות, וכדו' (ומהאי טעמא האט דער חזו"א נישט געוואלט זיך מתוכח זיין מיט הגר"ח נאה ואיכמ"ל).

א נייע דרייווער דרייווט מיטן קאנטשעס חלק, נאכן ווערן גוט צוגעוואוינט נעמט דער סובקאנטשעס איבער און פיהרט דעם ראד. (חוץ ווען ס'מאכט זיך א שוועריגקייט אויפן ראוד וואס פאדערט א החלטה וואס מ'איז נישט געוואוינט צו מאכן, וואס דאן איז די קאנטשעס דער מחליט).

דער סובקאנטשעס מיט די קאנטשעס טוהן קאמיוניקירן איינער מיטן אנדערן, לדוגמה ווען דיין קאנטשעס איז מחליט אז ער וויל רוקן ס'האנט שיקט ער סיגנאלן צום סובקאנטשעס אז דו ווילסט יעצט רוקן דאס מייזל צום 'לייק' קנעפל... און דער סובקאנטשעס וועט כהרף עין אויסמעסטן די פונקטליכע כח וואס עס פאדערט פאר פונקטליך וועלכע מוסקולן ס'פעלט אויס צו אויספירן דעם באגער און וועט דאס אויספירן מכח אל הפועל תיכף ומיד. וויבאלד ער איז שוין געפראגרעמד און קען די אלע חשבונות מיט א פונקטליכקייט.

הגם די צוויי ארבעטן נישט איינס קעגן דעם אנדערן, קען עס צומאל אויסקוקן ווי זיי זענען אין א קריג, ווען א מענטש איז מחליט מיט זיין קאנטשעס מח צו פרובירן עפעס ניי, אדער טוישן אן אלטע געוואוינהייט, וועט די סובקאנטשעס עס נישט צולאזן אזוי גרינג, ער לאזט נישט אריין קיין נייע זאכן און לאזט נישט ארויס קיין אלטע אזוי שנעל, ספעציעל ווען די רעדע איז איבער טוישן א געוואוינהייט/אמונה/דעה וואס גייט שוין אן פאר א לענגערע תקופה.

אביסל צו פארשטיין דעם ענין וועל איך עס מער מסביר זיין.
די מח פון א מענטש האט אסאך ענליכקייטן צום קאמפיוטער, א מענטשנס מח באשטייט פון פיהלע פראגרעמס אזוי ווי א קאמפיוטער, טייל פון זיי זענען אינסטאלירט געווארן דורך דיר זעלבסט, ווי למשל ווען ד'האסט ס'ערשטע מאל געגעסן אייס קריעם און ד'האסט הנאה געהאט פונעם טעם און טעקסטשור און אזוי ארום אנגעהויבן עסן נאך און נאך ביז ד'האסט דיך איינגעוואוירן א געוואוינהייט פון עסן אייס קריעם.
טייל פון זיי קומען פון דיינע עלטערן ומחנכים, לדוגמה אהבת התורה (בעצם אלע מצוות) וואס זיי פלעגן שטענדיג שעצן דאס חשיבות דערפון און דיר מעודד געווען צו לערנען פלייסיג ביז ד'ביזט עלטער געווארן און דעוועלאפט דיין אייגענארטיגן מהלך און טעם דערין(?...).
טייל פון זיי קומען פון חברים, ווי למשל זיך צוגעוויינען צו קאווע טרונקעריי וכדו' לו (אפי' אינדרויסן פון ק"ש), וואס ד'האסט געזען ביי זיי (און געהאלטן אז טאמער וועסטו אויך אזוי טוען וועט עס דיר מער מחשיב זיין בעיני העם, ביז ד'ביסט געווארן עדיקטעד דערצו).

אסאך מאל אבער, קומט די מענטש צום החלטה אז ער וויל פטור ווערן פון א געוויסע פראגרעם, אדער וויל ער זיך איינהאנדלען א נייעם פראגרעם, אדער גאר אפדעיטן אן אלטער פראגרעם, דא טיילט זיך דער מענטש פונעם קאמפיוטער, בעת וואס ביים קאמפיוטער וועט עס נישט פאדערן מער ווי אפאר קליקס אויפן מייזל, איז עס ביים מענטשליכע מח בכלל נישט אזוי גרינג, בבחינת ומותר האדם מן המחשב אין.

די מח פון א מענטש קומט מיט א פילטער (פארשטייט זיך ארונים האבן גדר, זלונים משומר וכו'), דאכט זיך אז ס'ווערט דעוועלעפט בערך ביי די ניין יאר, דער פילטער איז ווי אן אריינגעבויעטער סעקיוריטי סיסטעם וואס גייט דורך אלע נייע מחשבות, מנהגים, דעות, שיטות, מהלכים, דרכים, וכדו' און טוט זיי אלע שוקל זיין לפי אירע ביז יעצטיגע ידיעות און אמונות, ער איז בכלל נישט געיאגט אריינצולאזן פלוצלינגדיגע שינויים וואס פארן נישט מיט מיטן אלטער באן (פראגרעמס).

דאס איז בעצם א געוואלדיגע חסד וואס דער רבש"ע טוט מיט אונז, שטעל זיך נאר פאר ווי צומישט דו וואלסט געווען נאכן זעהן צענליגע עדס און זיך אנהערן מיט כל מיני דעות והצעות און אלס אנגענומען!

עכ"פ אויף אנצוקומען צום סובקאנטשעס מיט עפעס ניי דארף מען דורכגיין סעקיוריטי.
ס'פארהאן אפאר אופנים וויזוי מ'גייט דורך דעם סעקיוריטי, א שטארקע כאראקטער קען זיך באניצן מיט געוואלד און איבערטוען א געוויסע נייע מנהג ביז ס'רייסט זיך דורך דעם סעקיוריטי, אבער דער מהלך קען זיין א ביטערע דורכגאנג און אויך נאר געציילטע קענען דאס באווייזן.
אן אנדערע וועג איז דורך איידעלערהייט איבערזאגן פאזיטיווע זאצן איבער דעם נושא ביז צוביסלעך נעמט ער עס אהן, אבער דאס איז א גאר לאנגער פראצעדור און רוב מענטשן וועלן אויפגעבן אין די אנהייב שטאפלען.

היפנאזיע שטעלט צו א גרינגן מהלך פארן טויש, ער טרעפט זיין וועג זיך דורכצושמוגלען סעקיוריטי אויף גענוג לאנג צו קענען אריינלייגן די נייע פראגרעם אינעם סובקאנטשעס, און ווי נאר ער איז פארטיג געט ער א פיץ ארויס כאילו לא היה און די זאך איז מסודר!
אין אנדערע ווערטער ער ארבעט שנעל און גרינג!

לאמיר געבן א משל, די גביר פון לאנד מאכט חתונה, פארשטייט זיך ס'דא א גרויסע געבויטע גארד וואס לאזט נאר אריין באקאנטע, יעדער וויל דאך אריינגיין, די שטארקע מענטשן וועלן פרובירן צו גיין איינס אויף איינס, אנדערע וועלן זיך פרובירן איינטענה'ן און בעטן בתחנונים, דער חכם קומט מיט א הערליכע נקבה וואס וועט ציען דעם גארדס אויגן, זי וועט כאפן א זאפטיג שמועס מיט אים, אינצווישן וועט ער מאכן זיין וועג אריין.

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 12:11 am

· #323185
פרק ב' בקרוב אי"ה

ביליג » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 12:36 am

· #323190
Re: זעלבס היפנאזיע
עעעעענדליך שוין אזוי לאנג געווארט ש'כח we want more !

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 11:25 am

· #323221
זייער שיין הערליך ארויסגעברענגט.

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 1:54 pm

· #323240
יישר כחכם,
א גוט ווארט גיבט חיזוק אויף ווייטער!

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 10:06 pm

· #323289
איז עס זעלבס היפנאזיע, אדער זעלבסט היפנאזיע?

ביליג » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 10:15 pm

· #323290
Re: זעלבס היפנאזיע
זעלבסט

קל וחומר » מאנטאג מערץ 7, 2016 9:17 pm

· #323566
פרק ב'

אין דעם פרק וועלן מיר אויסשמועסן אויפן שפיץ גאפל:

הגדרת היפנאזיע.

די חילוק צווישן היפנאזיע און מעדיטאציע (התבודדות).

אן אומריכטיגע בליק וואס מענטשן האבן אויף היפנאזיע.

ווער קען ווערן היפנאזירט.

דרגות אין היפנאזיע.


היפנאזיע איז א מצב אין וואס דער מענטשנ'ס מח איז זיך מצמצם זיך מרכז צו זיין אויף אנצונעמען הצעות/באפעלן (suggestions), זיך אריינלייגן אין מצבים, אננעמען זאכן אז זיי זענען אזוי ווי מ'זאגט זיי זענען.

ס'דא צוויי מהלכים וויזוי צוצוקומען צו דעם מצב, איינס איז דורך צומישן דעם מענטשנ'ס מח מיט א פלוצלינגדיגע איבערפלוס פון איבעראשונג אדער אינפארמאציע וואס דורך דעם ווערט די פילטער 'אוט אוו קאנטראל', אבער ס'וועט אויספעלן פארן היפנאטיסט איבערצונעמען די לייצעס תיכף ומיד, זיכער צו מאכן אז די פילטער גייט נישט צוריק אין קראפט, דהיינו ער וועט דארפן האלטן אין איין געבן באפעלן פארן מענטש און רעדן צו אים אן אויפהער ביז די פילטער וועט ווערן גענצליך אפגעשטעלט.

אן אנדערע (מער באקאנטע) אופן איז דורך בארואיגן דעם מענטש אויף א שטארקע פארנעם, אויף אזוי ווייט אז די פילטער וועט זיך אוטומאטיש אפשטעלן זעהענדיג אז ער קומט נישט צוניץ (בעצם פארן איינשלאפן געשעהט דאס, ס'רופט זיך א 'טראנס') און דאס איז די מהלך וואט רוב היפנאטיסטן וועלן נוצן, ווי אויך ביי זעלבסט היפנאזיע גייט מען מיט דעם מהלך.


עס זענען פארהאן אסאך מיני פארמען פון מעדיטאציע, ביי די מערהייט פון זיי איז דער תכלית דערפון דאס עצם מעדיטאציע, דהיינו, דאס זיין רואיג און זיך זעלבסט טרעפן, א באקאנטע אידישע פארעם פון מעדיטאציע איז וואס די משנה זאגט אז חסידים הראשונים (די היינטיגע חסידים זענען אויך שוהה אבער נישט פאר די זעלבע סיבה) היו שוהים שעה אחת ומתפללים כדי שיכונו את לבם לשמים, (ולפי ר' אריה קאפלאן בספרו Jewish meditation קומט אויס אז דאס גאנצע דאווענען איז (עכ"פ וואלט געדארפט זיין...) איין שטיק מעדיטאציע).

מעדיטאציע איז בעצם היפנאזיע, די חילוק איז אז ע"פ רוב איז די חלק ההיפנאזיע ביי מעדיטאציע א תכלית, משא"כ ביי היפנאזיע איז עס אן אמצעי. (טאקע פארהאן געוויסע מעדיטאציעס וואס זענען אויך אן אמצעי, ואין בינם לבין היפנאזיע אלא קריאת השם בלבד).

אסאך מענטשן האבן א גרויסער טעות אינעם מושג פון היפנאזיע, ביי זיי מיינט היפנאזיע א מצב אין וואס דער מענטש האט נישט קיין שום שליטה אויף זיך, ער איז נישט קאנטשעס, מ'קען מיט אים טוהן וואס מ'וויל, וכו' וכו', זייער טעות קומט פון די סטעידש היפנאזיע שאוי'ס (ווער ס'ווייסט נישט פון וואס איך רעד קען מאכן א סירטש אויף יוטוב (נישט געאייגנט פאר טישעבאוו...)), אין וואס דער היפנאטיסט טוט קודם אויסקלויבן מענטשן וואס ווערן גרינגערהייט היפנאזירט צו א שטארקע דרגה פון היפנאזיע, זיי זענען ע"פ רוב אזעלכע מענטשן וואס מ'קען זיי טרעפן האלב פארחלומ'ט בהקיץ (לדוגמה: בען קארסען וואלט געווען א גוטער קאנדידאט) (פארשטייט זיך אז דאס ווערט געמאכט ביהיינד די סיענס), און זיי קומען דאך ברצון צו מהנה זיין דעם עולם, איז די היפנאזיע פונקט גוט אז ווען זיי זענען מסכים מחפץ לבם מיטצושפילן וועלן זיי זיך באמת שפירן אין אזא מצב וכדו', טאמער אבער וועט דער היפנאטיסט פרובירן צו בעטן פון יענעם א הונדערטער, וועט ער עס נישט באקומען. (ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז אסאך מאל היפנאזירט מען גרויסע עקטערס כדי זיי אריינצולייגן אין די מאוד און אזוי ארום קענען זיי טוהן זאכן וואס סתם אזוי וואלטן זיי נישט געקענט (לדוגמה וויינען וכדו') ואיכמ"ל).

א יעדער נארמאלער מענטש קען ווערן היפנאזירט, אין פאקט ווערט דער דורכשניטליכער מענטש היפנאזירט אפאר מאל א טאג, ווען דו ליינסט א נאוועל, קוקסט א מאווי, וכדו' הגם דו ווייסט אז ס'יז פיקטיוו/געשפילט עכ"ז וועסטו ווערן אנגעצויגן, גערעגט, פרייליך, טרויעריג, וכו', די סיבה דערצו איז איין ווארט 'היפנאזיע', דיין מח לייגט זיך אריין אינעם מצב במשך די צייט און ס'ווערט היפנאזירט, און איז מסכים מרצונו הטוב צו מיטלעבן די מעשה (ווייל אז נישט ווער צווינגט דיר צו ליינען/קוקן?).

מענטשן וואס דרייוון קענען זיך אסאך מאל טרעפן אנגעקומען צו זייער דעסטינאציע און נישט וויסן בחייכון וביומייכון וויזוי זיי זענען אנגעקומען, די סיבה איז ווייטער די זעלבע, ווייל דרייוון דרייווט דאך דער סובקאנטשעס, און די אויגן וואס קוקט אריין אינעם ראוד און זעהט די גאנצע צייט די זעלבע סארט מראות איז גורם אז דער מענטש זאל ווערן היפנאזירט און איז אינגאנצן מסיח דעת פונעם דרייוון (ס'איז צום האפן אז אייער סובקאנטשעס איז א גוטער דרייווער). (משא"כ ביי א נייע דרייווער וואס די קאנטשעס דרייווט וועט דאס נישט געשען).

ס'איז פארהאן אפאר דרגות אין היפנאזיע, מילד, ממוצע, טיעף. רוב מענטשן קענען אנקומען צו דרגת ממוצע גרינגערהייט, אבער באמת איז גענוג אפילו די מילדע דרגה אויף צו קענען טוישן זאכן אינעווייניג.
באמת אמרו אז היפנאזיע איז אויך א סקיל (skill) [אומנות?], דהיינו ווי מער מ'איז עוסק דערין אלס בעסער וועט מען ווערן.

ביליג » זונטאג מערץ 20, 2016 10:26 pm

· #325809
Re: זעלבסט היפנאזיע
המשך יבא ?

קל וחומר » זונטאג מערץ 20, 2016 10:39 pm

· #325813
אה, שוין אינגאנצן פארגעסן...

מ'האלט שוין כמעט ביי הלכה למעשה, ומכאן הקריאה יוצאת צו די געלונגענע שרייבער וואס קענען א גוטן ענגליש און קענען גוט איבערטייטשן אויף אידיש, ווער ס'וויל האבן א טייל אינעם מצוה זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישית, כ'וועל אייך בל"נ אויפנעמען ווארעם, און פארשטייט זיך אז די לייקס וועלן גיין פאר אייך.

שלי שלך » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:31 am

· #337914
Re: זעלבסט היפנאזיע
נו ס'שוין כמעט דריי חדשים!

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk

ביליג » פרייטאג יוני 17, 2016 12:12 am

· #338075
Re: זעלבסט היפנאזיע
ג"א מצטרף להנ"ל
הקטן @ביליג

קל וחומר » פרייטאג יוני 17, 2016 1:25 am

· #338086
Re: זעלבסט היפנאזיע
מ'גייט זיך נעמען אין די האנט אריין.
איינע פון די חשובע ניקים האט מיר געמאלדן אז ער איז גרייט צו טוהן די עבודה.

ביליג » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:31 pm

· #346028
Re: זעלבסט היפנאזיע
@קל וחומר, בוזט געווארן היפנאזירט ?
אדער גאר די אנדערע חשוב'ע ניק ?!

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:01 pm

· #346062
Re: זעלבסט היפנאזיע
ס'טוט מיר לייד צו זאגן, אבער יענער האט ארויסגעבעקט.

ווער עס וויל די ענגלישע בוך זאל מיך שיקן זיין אימעיל אדרעס אין אישי.

(אויב איינער וועט זיין וויליג (גראמט מיט ביליג..) צו טוהן די איבעריגע ארבעט שכרו כפול מן השמים ויהא חלקו ממזכי הרבים, און פארשטייט זיך צו די זייט מאכן אפאר לייקס פאר עי ליווינג)

שלי שלך » דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 9:50 am

· #360165
Re: זעלבסט היפנאזיע
גארנישט געווארן דערפון, הא?