☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די כח פון שלשול...

די כח פון שלשול...

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10176

קל וחומר » פרייטאג פעברואר 26, 2016 2:25 pm

· #322746
די כח פון שלשול...
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען זיך משתלשל צו זיין מיט א שלשול שנשתלש בשלש שלשולים, א שלשול וואס איז מכפר אלע עונות פון אלע גלגולים, א שלשול וואס שפירט זיך ווי זי שוועבט איצטער העכער היראשימע, א שלשול וואס מאכט חוזק פון גאז מאסקעס, א שלשול וואס זאגט איים העיר טו סטעי פאר סאם ווייל, א שלשול וואס מיינט אז מיינע געדערים זענען א וואסער סלייד ווי מ'קען איבערגיין עד כלות הנפש, א שלשול וואס מאכט מיר שפעטן פון מיין ווייב'ס אזויגערופענע חבלי לידה, א שלשול וואס קוקט מיר און פנים אריין און זאגט מיר 'לאמיר זעהן דו גרויסע צעלייגער, טוה מיר עפעס', א שלשול וואס מאכט אז תשובה מיראה זאל מיר זיין א מלתא זוטרתא, א שלשול וואס זאגט מיר 'קומענדיגס מאל העסטו טראכן פארן ארייננעמען עפעס אין פיסק', א שלשול וואס מאכט מיר זיך שאקלען ווי די קרעטשניפער'ס לולב, א שלשול וואס באצווינגט מיר צו דערקלערן טיעף אינמיטן דעם געשמאקן פארברענג א 'יציאת חירום', א שלשול וואס ברענגט מיר ארויף דעם מאמר 'אוי לי אם אלך לביה"כ אוי לי אם לא אלך', א שלשול וואס קומט אראפ אחת לשבעים שנה, א שלשול וואס זאגט מיר אז כ'האב אויך א כח הדיבור אין מיינע געדערים, א שלשול וואס מאכט מיר פיהלן ווי א ראצער וואס ווארט די מאמע זאל אים קומען צוהילף, א שלשול וואס מאכט מיר מקנא זיין די שוכבי עפר, א שלשול וואס קען נישט קיין וועגן, א שלשול וואס דערמאנט מיר עפעס א טייטש אויף 'יציאת מצרים', א שלשול וואס שפאלט דורך אלע הימלען מיט זיינע דינערן, א שלשול וואס א בחור אינמיטן בעשוי וואלט אויסגעגאנגען פון דעם מרוב בושה וחרפה, א שלשול וואס די עובדי פעור וואלטן געאפערט א בעלאנע אראפצודראפן דעם משא דארטן, א שלשול וואס בשעה שבעליו כורע לפטרו נשבע שלא יזקק למסעדות עוד, א שלשול וואס מאכט מיר טראכטן אויב איך בין דער איינציגער וואס מאכט אזאנע מאדנע פוקסן אין ביה"כ, א שלשול וואס האט מיר געמאכט פארגעסן דעם אויספיר פונעם אשכול...

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 26, 2016 2:41 pm

· #322748
פארוואס אין שמייכל? ס'יענץ געלעכטער. איך האף ס'עט אריבערגיין שנעל און מארגן ביים קדישא רבא וועסטי קענען מיטהאלטן כאחד האדם.

פליקער » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 8:30 pm

· #322773
Re: די כח פון שלשול...
אולי האט ער גענימען די קאלאנקאפי געטראנק און אזו באוויזן אזא מין געשטאנק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 9:18 pm

· #322778
ווארשיינלעך מישט מען דא אויס שלשול און עצירות
#דזשאסט סעיינג

דעת זקנים » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 9:25 pm

· #322779
וואס פארשטייט א ליטוואק צו א שלשול?
זאג נאר, האסט אפילו געגעסן טשולענט היינט?

יואב » זונטאג פעברואר 28, 2016 9:13 pm

· #322889
🙂

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 9:08 pm

· #418054
Re: די כח פון שלשול...
יארצייט

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 9:26 pm

· #418171
רבי מיילעך שווארץ שו"ב אין קרית יואל דערציילט, אז רביה"ק מסאטמאר פלעגט כמעט נישט קומען צו קיין חופות מסדר קידושין זיין, און היות ער איז געווען א שוואנץ און זיך אסאך געדרייט ביים רבי'ן אונטער די פיס אויך אין שטילערע אומשטענדן, האט ער זוכה געווען אז דער רבי זאל ארויסגיין פון זיין גדר און קומען צו זיין חופה זיין דער מסדר קידושין.
ויהי... אין ויהי אלא לשון צער, די עלטערן די שושובינין שטייען ביים חופה תחת כיפת השמים, און מען ווארט אז דער רבי בהדרתו זאל ערשיינען, און נאכאמאל ויהי, אין ויהי אלא לשון צער... דערציילט רבי מיילעך: עס האט מיר געכאפט א שלשול, אינמיטן די חופה בין איך אריינגעלאפן אין ביה"כ, און אפגעזיצן א שעה און א האלב...
ווען איך בין ארויסגעקומען צוריק אונטער די חופה-שטאנגען האב איך געטראפן מיינע עלטערן וויינען... זיי ווישן זיך די טרערן... דער רבי איז שוין דא געווען, געווארט א לאנגע וויילע, אבער דו ביסט נישט געווען צום געפינען...
נמצינו למדין כוחה של שלשול עד היכן.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 28, 2022 6:54 am

· #507473
צו באלאנסירן דאס פארכט פון חודש אלול...

מתבודד » זונטאג אוגוסט 28, 2022 9:22 am

· #507474
און צו באלאנסירן דאס כח השלשול ..
קאך_לעפל האט געשריבן

עס איז מוצש''ק, און דער הייליגער צדיק רבי הערשלע פון קרעשניף זי''ע, האט נארוואס אפגעראכטן א ליכטיגער שבת - מיטן גאנצן קרעשניפער קנאק ווי ס'איז געווען זיין שטייגער. אצינד זיצט דער הייליגער צדיק פארשפארט אינעם הכנות קאסטן, און פראבירט מיט אלע זיינע קרעפטן ארויסצושטויסן כאטש א טייל פון די ווארע וואס ס'האט אים אזוי שוידערליך געדרוקט... ס'הערט זיך א רעש און א געפילדער... דער צדיק פייפט, און קרעכצט, שרייט און שטופט מיט די לעצטע קרעפטן, און האפט אויף א דערלייכטערונג.
דער משמש בקודש שטייט אינדרויסן אין גאנצן פארגאפט, און האלט מיט מיט גרויס דבקות די געוואלדיגע עבודה פונעם צדיק...
מיטאמאל הערט ער ווי דער רבי הייבט אן שרייען מיט באנומענע קולות... שגץ ארויס! שגץ ארויס! שגץ ארויס!
דער גבאי האט נישט געוויסט וואס דאס באדייט... קאשמארן האבן אים אנגעהויבן ארינצודרונגן אין מוח, אז פילייכט האט זיך עפעס א בני יואל אריינגעשמוגלט דארט אינעם פארדעמפטן קאסטן... נאך א וויילע איז דער רבי ארויסגעקומען אינגאנצן פארשוויצט און פארגלייזט... ער וואשט זיך די הענד און מאכט אן אשר יצר... דער גבאי פרעגט אים מיט וואונדער, ווער איז דער שגץ וואס איז אזוי באפאלן דעם רבי'ן דארט איינערווייניג אינעם קאסטן?
דער רבי מאכט מיט אזוי די הענט און הייבט אן זיינע הייליגע רייד:
איר ווייסט דאך א מיר פירן זיך צו עסן יעדע שבת אינדערפרי, פיר קוגלען - עפל, מעל, לאקשן, און קארטאפל. עטץ ווייסט פארוואס? ווייל דאס איז די ר''ת פון עמלק. די חסידים שטייען פארגאפט... און דער רבי זעצט פאר זיינע וואודערליכע רייד. יעדער מוצאי שבת ביי הכנות דערקוטשעט מיר דער עמלק אויפן ארגסטן פארנעם, אזש ס'איז נישט אויסצוהאלטטן... דערפאר האבן איך אזוי פארפירט אז דער שגץ (עמלק) זאל ארויס גיין...
די חסידים זענען איבעראשט געווארן געווארן פונעם רבינ'ס הייליגער ווערטער.
ויהי לפלא.

היסטאריע » זונטאג אוגוסט 28, 2022 1:40 pm

· #507489
אויף אן אמת, האט מען געוויסט אז ר' מעכעל פין נתניה פלעגט זאגן שייגעץ ארויס בשעת די הכנות.

שעפטאל » מוצ"ש מאי 20, 2023 9:48 pm

· #525356
גוט וואך ליבע פריינט
אנצוהייבן דעם נייע וואך מיט לאכן איז אפשר כדי צו (איבער)ליינען דעם אשכול

כ'וואלט צוגעלייגט דריי וויכטיגע טיפ'ס
1. נאר ליינען נאכן ארויסשיקען אלע שבת'דיגע מאכלים פון די געדערים
2. מ'זאל זיך גוט צובינדען צום בענקל נישט אראפצופאלן
3. סכנת חנק. דער @קל וחומר קריעט עפעס א מין ים פון געלעכטער, די כוואליעס הייבן זיך העכער די מויל, מ'קען נישט כאפן די אטעם.

[כ'בין עם מוחל, סלח נא על קל וחומר]

סקעפטיקער » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:54 pm

· #525369
אז מ'רעדט שוין, נעמען א דאזע bentonite clay ארבעט שנעל און פיין פאר שלשול. בדוק ומנוסה

אגריפס המלך » זונטאג יוני 18, 2023 1:59 am

· #528727
אז מ'רעדט שוין, נעמען א דאזע bentonite clay ארבעט שנעל און פיין פאר שלשול. בדוק וביה"כ...

האי פרושא » זונטאג יוני 18, 2023 10:22 am

· #528743
זיך אסאך געפלאגט מיט די געמיינע מחלה, צוויי שטיקלעך פון די באליבטע פעפטא שטיקלעך איז געווען מיין פערזענליכע ריטער, עס קומט אלץ מיט מיר....