אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10165
לדעתי האט דער חבד'סקער געליטן אויף
mania ווי ס'איז באוויסט אויב מ'ליידט פון די מחלה קען מען באמת אנקומען אליינס צוהאלטן שטארק פון זיך און זיך דערקלערן אלץ 'משיח', נישט אז ער האט געפלאנט אויסצונארן דעם עולם נאר ער האט באמת אליינס געהאלטן אז ער איז משיח און פארדעם טאקע האט ער געזינגען לראות עוזו וכבודי כידוע.
חוץ מזה פלעגט ער זיך גוט אנטרינקען ביי יעדע פארברענגען.
שוין... גענוג גערעדט! ווער ס'וויל פארשטיין, פארשטייט. ווער ס'וויל נישט פארשטיין וועט במילא נישט העלפן קיין אנדערע הסברות.
mevakeshberlbalagulehמבקש: אנטשולדיג פאר זיך דינגען איבער פאקטן. אבער די טאכטער חיה מושקא איז יא געגאנגעןאין שטודירן אין לענינגראד אוניווערזיטעט. איהר שוועסטער, די רביצן חנה גור אריה ע"ה איז נישט געגאנגען אין קאלעדזש...!
אין בערלין אויך?
מבקש: דיין שאלה איז אויב אין בערלין איז חיה מושקא אויך געגאנגען שטודירן. דער ענטפער איז... יא. אבער ס'איז נישט רעלעוואנט. ווייל דעמאלס זענען זיי שוין געווען פארהייראט (חתונה געהאט). אויך. חיה מושקא איז נישט געזיצן אינדערהיים און געליינט צאינה וראינה אדער מנורת המאור מיט אידיש טייטש...!
אויך אין קראונהייטס איז זי נישט געווען די טייפ..."רביצין" וועלכע זיצט אינדערהיים און באקט קוגלען כדי איהר מאן דער רבי זאלל קענען טיילן שיריים...! זי איז געווען א פראפעסאר'קע אין נ.י. יוניווערסיטי. און האט אנגעבליך געדרייווט א קאר...!
א. תורת מנחם
ב. ילקוט שיחות קודש
ג. ליקוטי שיחות
די זענען דריי ספרים סעריעס זיינער וואס מ'חזרט איבער בערך די זעלבע זאכן אין אן אנדערע שפראך, מוגה און בלתי מוגה.
דאס נישט ליב האבן דער דרך הלימוד איז אלץ דער תירוץ פאר יעדער שוואכער ספר. ניין, ס'איז שוואך ווייל ער זאגט שוואך און ער קען שוואך. ער ווייזט שוואך אויף און זיין תפיסה אויף א סוגיא איז שוואך. אנדערע זאגען גאר אז ער האט נאר געקענט די נושאים אויף וואס ס'איז געווען געדרוקט א באנד פון אנציקלופדיה תלמודית. זיין אויפרייסענדע חידושים זענען וויצן צווישען לומדים, פון איסור החזרת שטחים פון הלכות שבת ביז מקדים זיין שבועות מיט א טאג ווייל מ׳איז געקומען פון אוסטראליא.
און דאס אז אין חב"ד איז מען מקדים נסתר איז נאר ווען מ'דארף. שלחן ערוך הרב מיט שו"ת צמח צדק זענען שטארק נתפרסם, און דער מערסטע גענוצטע ספר אויף הלכות גיטין אין דער וועלט איז פון דער רבינ'ס זיידע. ווען מ'האט נאר נסתר פארשפרייט מען נאר נסתר.
און איך בין דער איינציגסטע וואס בלייבט מיט די זעלבע מיינונג פון אנהייב ביזן סוף, דעריבער רוף איך אנדערע אז זיי דרייען אהין און אהער.
דער גאנצע נושא איז גאר א קליינער. זיין כוחות האבן גארנישט מיט לערנען איינגעלייגט. ער האט געטויגט גאר צו אנדערע זאכען, און זיין הצלחות האבען גארנישט מיט לערנען. די גאנצע תאווה איהם צו מאכען פאר עפעס א וועלטס תלמיד חכם איז נאר צוליב דער קאמפעטישן. מ'האט מורא אז א צווייטע וועט זיך צופאסען דער טיטל חכם הדור, האט מען עס שנעל גענומען פאר זיך מיט אסאך שווארצע טינט אויף ווייסער פאפיער. זיינע פעהיגקייטן און שטארקע כאראקטער זענען זיין מעלות, נישט זיין קענשאפט. ס'האט קיין שום תלמיד חכם זיך נישט געקימערט מיט זיין מיינונג אויף סיי וואס, סיידען אז ער האט א זייטיגע נגיעה.
ליטוואק פון בודאפעסט: ער האט ברוך השם געהאט חסרונות אזוי אויך (אזוי ווי יעדע מענטש), מוזט איהם נישט צונעמען די מעלות.
דיין רבי ווערט גארנישט גרעסער ווען דער ליובאוויטשער איז קלענער (אויב עפעס איז פארקערט ודו"ק)
איך בין מסכים אז ער האט געהאט מעלות, נאר לערנען איז נישט איינער פון זיי.
וואס האבען ענק חסידים א פראבלעם דערמיט? ממילא א ליטוואק, טאמער איינער קען נישט לערנען איז ער א נחות דרגא. אבער ביי ענק חסידים, מה כל הרעש? קען ער נישט לערנען, איז וואס?
אונז האמיר גראדע נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, ביי אונז ווערט מען נישט צדיק הדור ווען מען קען יא לערנען און מען ווערט אויך נישט אפגעפרעגט ווען מען קען נישט לערנען, נאר גראדע דאס מאל איז געלונגען א רבי אן ערליכער איד וואס צו אלע זיינע מעלות איז ער אויך געוועהן א גאון בנגלה ובנסתר, כידוע ליודעי דבר וואס האבן נישט קיינע אנדערע נגיעות בדבר.
כ'בין צופעליג געווען עטליכע וואכן צוריק אין 770 האב איך דארט געזען דעם רבינ'ס ספרים שאפע מיט זיינע ספרים, עס איז מיר אינערסאנט געווען דאס אז ער האט פארמאגט דארט אלע סארט אנציקלאפעדיעס און רעפרענץ ספרים. אנציקלופדיה תלמודית, תורה שלמה, שדי חמד, אוצר הפוסקים, מכלול מאמרים ופתגמים, ספרי ר' ראובן מרגליות, און נאך דאס גלייכן. אויך האב איך געזען דארט די ספרים פון ראגאטשאווער און פונעם מונקאטשער.
א שארף קעפל האט ער געהאט, ער איז זיכער געוועהן א גרויסער ידען און קענער, אבער לויט מיין טעיסט איז אלע זיינע תורות געוועהן אויף די זעלבען גאנג, די זעלבע קנייטש די זעלבע שניט און די זעלבע וועג, מיט אסאך פשעטלעך געבויט גג על גג. קיין ריעליסט איז ער זיכער נישט געוועהן. עכ״פ פון די ביסל וואס כ׳האב געליינט זיינע שיחות האב איך עס נישט ליב געהאט. קען זיין אז סאיז טאקע נישט פאר מיר מיינט נאכאלץ נישט אז סאיז נישט גיט פאר יענעם.
שבת אחיםקיין ריעליסט איז ער זיכער נישט געוועהן.
אבער כאטש אביסעל מער ריאליסט ווי די רבי דער שווער. כפי הנראה אין די ערשטע פאר יאר איז ער נישט געווען אזוי אין דעם גייסט פון ראטעווען די וועלט און בויען בנינים אויף קארענט עווענטס און זאגען דעות אין פאליטיקע ע"פ נגלה ונסתר וכולהו וכולהו כלה"ק
שמעתי פון א קראנטן מקור בשם האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואס האט זיך אויסגעדריקט פאר א יונגערמאן, אז בימינו אלה איז נישטא קיינער וואס קען סיי נגלה און סיי נסתר אדורך און אדורך עד הסוף, האט ער אויסגערעכנט פון די פריערדיגע ווער עס איז יא געוועהן אזוי, איינער פון די וואס ער האט אויסגערעכט איז געוועהן דער לעצטער ליובאוויטשער.
נאך א זאך האב איך געהערט אז דער ריי"ץ האט געשריבן אויפן איידעם ווען ער איז נאך געוועהן 23 יאר אלט אז ער איז בקי בש"ס ופוסקים ובכתבי האריז"ל
Here we go....
דער האט געזאגט, יענער האט געזאגט. און ווער האט געזאגט אויף די זאגערס?
זיינע ספרים זענען די ראיה, נישט זאגערס למיניהם
אין אזא פאל בלייבט נאר איבער צו ענטפערן וואס ר' סענדר דייטש ז"ל פלעגט זאגן: אויב איינער זאגט אז צוויי מיט צוויי איז פינף, זאלסטו זיך מיט איהם טענה'ן און אויפווייזן אז ער האט א טעות. אויב אבער איינער טענה'ט אז צוויי מיט צוויי איז פינף און זיבעציג, זאלסטו איהם ניטאמאל ענטפערן. דער וואס פארשטייט פארשטייט....
איך גלייב נישט, ווען יא וואלט מיר עס שוין לאנג געהערט פונעם בודאפעסטער ליטוואק
כל העניין של היחי ושליט"א מבזה את כבודו וזכרו של מרן הגאון הרבי מלובביץ' זצ"ל וקרוב יותר מדי למה שעושים הנוצרים מיש"ו. הרבי נפטר בג' בתמוז תשנ"ד והובא למנוחות ליד חמיו וגפתו נקברה ליד חמיו לאחר שעשו לה טהרה. כל הדברים האלו מפטירתו ועד הלוויה נעשו לעיני אנשים ואי אפשר להכחיש את הדברים האלו.
וגם עצם ההתייחסות אליו כמשיח הוא לא יכול להיות כוודאי כי רק כשהמשיח יתגלה ויוביל את הגאולה השלמה ויוביל את נדחי ישראל לארץ ישראל ואת בניית בית המקדש נדע בוודאות מי המשיח.
עד אז אפשר לדבר על ראוי להיות משיח ולא יותר מכך.
מרן קודש קודשיםכל העניין של היחי ושליט"א מבזה את כבודו וזכרו של מרן הגאון הרבי מלובביץ' זצ"ל וקרוב יותר מדי למה שעושים הנוצרים מיש"ו. .....עד אז אפשר לדבר על ראוי להיות משיח ולא יותר מכך.
סליחה, האדמו"ר בכבודו ובעצמו בחיים חייתו חיזק הענין. בפועל ממ"ש, ולא רק ב"ראוי" להיות...
וכל הראוי לבילה...
שליחות, שליחות, שליחות. איך האב שוין געשמועסט מיט א צאל ליבאוויטשער אידן איבער דעם, און איך האב נאכקיינמאל נישט באקומען א זאכליכער ענטפער. זיי רעדן אלץ פון מוח-וואשעריי אז שליחות איז די גרעסטע מצוה בעולם הזה. אויב איינער קען מיך געבן אביסל Insight אין דעם ענין וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען. פאלגענד איז א צאל קשיות וואס ברעטשט מיך אין קאפ:
1. זייט אידן זענען אין גלות, איז שוין געווען אזא מין מושג פאר אידן צו גיין וואוינען אין ארבה כנפות הארץ כדי צו מזכה זיין א איד מיט תפילין לייגן?
2. "שליחות" באדייט "הפצה" צו פארשפרייטן אידישיקייט אין די וועלט. זענען אונז ג-טס פאליציי? איז דא א מצוה אין די תורה פון פארן הונדערטער מיילן ווייט כדי צו געבן פאר א איד די מצוה פון נטילת לולב? איך דארף זיך זארגן אז א תינוק שנשבה אין מומביי אינדיע האט נישט געלייגט קיין תפילין? אויב שוין זארגן, אפשר זאל מען זיך זארגן אז די לאקאלע אבזערווירענדע אידן זאלן בעסער קענען דורכקומען מיט לעבן? איך פארשטיי פון אזא זאך פון מזכה זיין, אדער ערבות. אבער עד כדי כך? איז דאס יהדות?
3. שליחות מיינט אויך צו קאמפרעמייזן דעם אייגענעם אידישיקייט. דער פרושע שליח פון סאוט דעקארע, האט געגעבן די וואך אן אינטערוויו אין די עמי, און ער האט קלאר געזאגט, אז איינס פון די גרעסטע מכשולות איז, אז זיינע קינדער וואקסן נישט אויף צווישן אידן, סא זיי וועלן נישט פארשטיין, וואס דאס מיינט א פורים, א סוכות וכדו'. סא מעג א מענטש אנוואוירן זיין משפחה און לעבן צו געבן פאר אנדערע מצות?
4. ולא עוד, צו פארן אין ארץ נכריה איז שבעה מדורי גיהנם, דארף א מענטש אנוואוירן זיינע יארן פאר א צווייטן?
איך רעספעקטיר זייער די ליבאוויטשער שליחום, ווייל זיי גייען בתמימות ובנאמנות. אבער הזאת נעמי?
אין דער עמי מאגאזין האט ער אויך געזאגט אז פונקט ווי דער רש"ב האט געזען אלע נשמות התמימים עד סוף כל הדורות, אזוי אויך האט דער רממ"ש געזען אלע שלוחים עד סוף כל הדורות......
נעבעך
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
נעבעך אויף וועלכע חלק? האט זיך די וועלט קלימאט עפעס דראסטיש געטוישט אין די 70 יאר חילוק שבין הרש"ב להרמ"ש? רוה"ק איז געווען בעפאר און איז פונקט נתבטל געווארן?
אויב איז רוה״ק געווען אזוי ווי רמ״מ דאן האבן זיי אלע געהאט די זעלבע רוה״ק.
דעת תורהנעבעך אויף וועלכע חלק? האט זיך די וועלט קלימאט עפעס דראסטיש געטוישט אין די 70 יאר חילוק שבין הרש"ב להרמ"ש? רוה"ק איז געווען בעפאר און איז פונקט נתבטל געווארן?
איך קען מסביר זיין, נאר איך גלויב אז ס'פעלט נישט אויס
דיין הסבר איז נישט אינטערעסאנט; דו זאגסט מסתמא איה"נ, דער רש"ב אויך נישט. די שאלה איז צו פרייוויליג
פרייוויליגשליחות, שליחות, שליחות. איך האב שוין געשמועסט מיט א צאל ליבאוויטשער אידן איבער דעם, און איך האב נאכקיינמאל נישט באקומען א זאכליכער ענטפער. זיי רעדן אלץ פון מוח-וואשעריי אז שליחות איז די גרעסטע מצוה בעולם הזה. אויב איינער קען מיך געבן אביסל Insight אין דעם ענין וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען. פאלגענד איז א צאל קשיות וואס ברעטשט מיך אין קאפ:
1. זייט אידן זענען אין גלות, איז שוין געווען אזא מין מושג פאר אידן צו גיין וואוינען אין ארבה כנפות הארץ כדי צו מזכה זיין א איד מיט תפילין לייגן?
2. "שליחות" באדייט "הפצה" צו פארשפרייטן אידישיקייט אין די וועלט. זענען אונז ג-טס פאליציי? איז דא א מצוה אין די תורה פון פארן הונדערטער מיילן ווייט כדי צו געבן פאר א איד די מצוה פון נטילת לולב? איך דארף זיך זארגן אז א תינוק שנשבה אין מומביי אינדיע האט נישט געלייגט קיין תפילין? אויב שוין זארגן, אפשר זאל מען זיך זארגן אז די לאקאלע אבזערווירענדע אידן זאלן בעסער קענען דורכקומען מיט לעבן? איך פארשטיי פון אזא זאך פון מזכה זיין, אדער ערבות. אבער עד כדי כך? איז דאס יהדות?
3. שליחות מיינט אויך צו קאמפרעמייזן דעם אייגענעם אידישיקייט. דער פרושע שליח פון סאוט דעקארע, האט געגעבן די וואך אן אינטערוויו אין די עמי, און ער האט קלאר געזאגט, אז איינס פון די גרעסטע מכשולות איז, אז זיינע קינדער וואקסן נישט אויף צווישן אידן, סא זיי וועלן נישט פארשטיין, וואס דאס מיינט א פורים, א סוכות וכדו'. סא מעג א מענטש אנוואוירן זיין משפחה און לעבן צו געבן פאר אנדערע מצות?
4. ולא עוד, צו פארן אין ארץ נכריה איז שבעה מדורי גיהנם, דארף א מענטש אנוואוירן זיינע יארן פאר א צווייטן?
איך רעספעקטיר זייער די ליבאוויטשער שליחום, ווייל זיי גייען בתמימות ובנאמנות. אבער הזאת נעמי?
צו פארענפטערן דיינע שאלות לכאורה איז דאס נישט קיין חיוב מן הדין, נאר מער א ענין פון לתקן עולם במלכות שדי, ער האט געוואלט אז די רבונו של עולם זאל האבן וואס מער נחת רוח פון זיין בריאה.
פאר די זעלבע סיבה האט ער אויך געהאט צענדליגע טויזנטע גויים וואס האבן מקבל געווען צו היטן שבע מצוות בני נח. ער האט געשטרעבט אז די בריאה זאל אויסזעהן אזוי ווי די איבישטער האט געוואלט.
וועגן די טענה פון חינוך הבנים. אין א דענעבערגדיגן אשכול ווערט שיין ארומגעשמועסט איבער פאמיליע מיט רעליגיע, כלל היוצא זיי וועלן זייער גוט וויסן פון די מצוות פון אלע ימים טובים, אפילו מיט די מאמרים פון'ם אלטען רבי'ן אויף דעם, זיי וועלן נאר נישט האב קיין ווענס אין די גאס פורים, און קיין נר מצוה 10 ברעקליך פאר בדיקת חמץ. אבער די מצוות השם כמתכונתם איז דא איבעראל.
דעת תורהדיין הסבר איז נישט אינטערעסאנט; דו זאגסט מסתמא איה"נ, דער רש"ב אויך נישט. די שאלה איז צו פרייוויליג
אוודאי איז יענער חלק אויך נארישקייטען, אבער נישט מיט די זעלבע נעבעך.
ביי רוב חסידים, זענען די מעשה'לעך נישט מער ווי מעשה'לעך. ס'איז נישט למעשה אזוי געשען בפועל ממש. דעריבער ווען מ'דערציילט א מאדנע זאך אויף א רבי וואס איז אוועק באלד הונדערט יאר צוריק, איז עס א מעשה'לע וואס מ'דערציילט, מ'זאגט זכיתו יאגעין עלייני, מ'שלינגט איין נאכאביסל אלד וויליאמסבורג, און די וועלט פארט ווייטער. ווען זיי באקען אויף א מעשה אויף א רבי וואס אונז האבן דא געזען וואס ער איז און מ׳איז גרייט צוצושטעלען אזט סארט מעשה, איז דער טייטש אז די נארישקייט איז אויף למעשה, וע"ז ידוו ההוגים 'נעבעך'. ענליך צו דער וואס וועט נישט פאלגען א דאקטאר'ס באפעל, ווייל פון אריינלייגען א שאלה אין אג"ק האט ער געהערט אן אנדערע תירוץ. אלס איז גוט, ביז אויף למעשה.
ירח בן יומו צו פארענפטערן דיינע שאלות לכאורה איז דאס נישט קיין חיוב מן הדין, נאר מער א ענין פון לתקן עולם במלכות שדי, ער האט געוואלט אז די רבונו של עולם זאל האבן וואס מער נחת רוח פון זיין בריאה.
פאר די זעלבע סיבה האט ער אויך געהאט צענדליגע טויזנטע גויים וואס האבן מקבל געווען צו היטן שבע מצוות בני נח. ער האט געשטרעבט אז די בריאה זאל אויסזעהן אזוי ווי די איבישטער האט געוואלט.
וועגן די טענה פון חינוך הבנים. אין א דענעבערגדיגן אשכול ווערט שיין ארומגעשמועסט איבער פאמיליע מיט רעליגיע, כלל היוצא זיי וועלן זייער גוט וויסן פון די מצוות פון אלע ימים טובים, אפילו מיט די מאמרים פון'ם אלטען רבי'ן אויף דעם, זיי וועלן נאר נישט האב קיין ווענס אין די גאס פורים, און קיין נר מצוה 10 ברעקליך פאר בדיקת חמץ. אבער די מצוות השם כמתכונתם איז דא איבעראל.
הייסט ער איז גאר געווען א פראקטישער מענטש, ער האט געוואלט צו העלפן ג-ט מיט די בריאה? כ'פארשטיי. דאס איז קלאר אז רמ"מ איז געווען אן אדם גדול, און האט געמיינט נאר גוטס. אבער די מלכות שדי איז אביסל ארויס פון פראפארציע.
די פאמיליע-רעליגיע שמועס, דיקליינט נישט סטאנדארטן וואס יעדער מענטש האט. איך האב בלויז ציטירט פון ראביי מענדל און מאסי עלפעראוויץ, וואס פלאנירן זיך צו אריבערציען קיין סאוט דעקארע, און לויט זייערע סטאנדארטן זעען זיי נישט קיין פראדאקטיוו אידישקייט פאר זייערע קינדער. כמובן אז עס איז דא איין גרויסע נפקא מיניה, ווען א מענטש וואוינט צווישן גויים, אן קיין לעק יהדות. דאס איז נישט בלויז אן אפוועזענהייט פון 10 ברעקלעך.
ליטוואק פון בודאפעסטאין דער עמי מאגאזין האט ער אויך געזאגט אז פונקט ווי דער רש"ב האט געזען אלע נשמות התמימים עד סוף כל הדורות, אזוי אויך האט דער רממ"ש געזען אלע שלוחים עד סוף כל הדורות......
און אויף דעם ארויף האט ראפשיצער רב געזאגט אז עס רעגנט אין ראפשיץ ווייל ווען די באשעפער האט האט געוויזען פאר אדם הראשון דור ודורשיו עד סוף כל הדורות האט ער געגעבען א שפיי...
קען זיין וועגען דעם שנייט שטארק אין דע דעקאטע'ס און די וויינטער...
כמדומני אז דער ענין פון שליחות איז בעיקר ווייל עס איז מקובל מפי הבעש"ט הק' אז משיח וועט קומען "כשיפוצו מעינותיך חוצה", און זיי ווילן מקרב זיין די גאולה דורך די הפצה ווי שנעלער. כך שמעתי יארן צוריק.
יא: אבער די עיקר ארבעט פון די חב"ד שלוחים למעשה איז מיט די בעיסיקס פון אידישקייט ווי שמירת שבת, כשרות, לימוד התורה, וכו'...מ'הייבט נישט אן מיט די שיחות הרמ"מ שליט"א/נ"ע...!
שמעקעדיגכמדומני אז דער ענין פון שליחות איז בעיקר ווייל עס איז מקובל מפי הבעש"ט הק' אז משיח וועט קומען "כשיפוצו מעינותיך חוצה", און זיי ווילן מקרב זיין די גאולה דורך די הפצה ווי שנעלער. כך שמעתי יארן צוריק.
משיח גייט דאך אבער נישט קומען אויב אידן פירן זיך נישט צוטוהן ׳גמילות חסדים׳, הפצה אליינס וועט נישט מקרב זיין די גאולה אן מצות און חסד פאר א צווייטן איד.
שוין באזוכט אדער געווען איבער שבת ביי אסאך חבד הייזער. יש ויש. ס'דא וואס טוען סטריקלי שליחות, ס'דא וואס זענען דא צו מאכן געלט, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין געהעריגע הכנסה, און ס'דא וואס זענען הארציגע בעלי חסד און געבערס שאין כדוגמתם. בקיצור, אן אפשפיגלונג פון יעדע נארמאלע סאסייעטי.
רויטע וואנצעסשוין באזוכט אדער געווען איבער שבת ביי אסאך חבד הייזער. יש ויש. ס'דא וואס טוען סטריקלי שליחות, ס'דא וואס זענען דא צו מאכן געלט, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין געהעריגע הכנסה, און ס'דא וואס זענען הארציגע בעלי חסד און געבערס שאין כדוגמתם. בקיצור, אן אפשפיגלונג פון יעדע נארמאלע סאסייעטי.
אמת אז סאיז יש ויש, אבער די מעין תפקיד זייערע איז נישט ׳גמילות חסדים׳ אדער מקרב זיין א יעדע איד און זיי געבן צו עסען און טרינקען, די עיקר וואס זיי זארגן זיך איז די רוחניות׳דיגע חלק, תפילין, שופר, לולב, וכו׳, זייער פריערדיגע רבי האט זיי אזוי גע׳פראוגרעמט, דע עיקר איז אריינכאפן נאך א בעל תשובה דורך א ׳מצוה טאנק׳, איי סאיז דא אידן וואס הונגערן אין קראונהייטס און האבן נישט וואס צו עסען, די חלק פון די תורה האבן זיי אויסגעלאזט.
הער אויס סאיז דא קאטוילישע גלחים להבדיל וואס וועלן אויך זיין זייער העפליך און זיי וועלן אפילו טוהן א חסד פאר א איד. ווען אלע די חב״ד הייזער אין יעדע פארשטיפטע ווינקל ארום די וועלט וואלטן באמת זיך געפירט מיט גמ״ח אז א יעדע איד זאל קענען אריינקומען און מ׳זאל אים פארשאפן כשר׳ע ווארימע מאלצייטן מיט קאווע און געהריגע הכנסת אורחים פאר ווער ס׳נויטיגט זיך אין דעם, וואלט
בלי שום ספק געוועהן טויזענטער פרומע און פרייע אידן רייך און ארים וואס וואלטן געווארפן אסאך געלט פארדעם, און די שלוחים וואלטן נאך געקענט מאכן שיין פרנסה דערפון, נאר אזויווי זיי זענען מעהר ווייניגער ליובאביטשער מיסיאנערן שטייען אסאך מענטשען אוועק פון זיי, גענוג רייכע אידן וואס פארן ארום די וועלט וואלטן גערן באשטייערט פאר אזא וויכטיגע פראדעיקט, ספעציעל אין די אלע פארשטיפטע ווינקלעך ווי סאיז שווער צובאקומען כשר׳ע עסען, דעמאלסט וואלט טאקע געוועהן א גרויסע אפטוה פון די חבדסקער אז סאיז אין די גאנצע וועלט א מעגליכקייט אז א איד זאל אריינקומען צו א ווארימע אכסניא מיט א היימישע אטמאספארע און היימישע כשרע עסען, אבער ליידער איז עס ווייט פון דעם- זייער ווייט.
יהודי פשוט בתוך הדברים האט דער מישקאלץ׳ער רב ז״ל איהם געפרעגט פארוואס ער גייט א בענ״ד דאו״ן און נישט קיין ספאדיק, האט דער ליובאוויטש׳ער געענטפערט אז היות ער טוט אסאך אין קירוב רחוקים איז עס גרינגער ווען ער גייט מיט אזא היט ווייל אזוי וועלן די רחוקים ענדערשט האלטן אז ער פארשטייט צו זיי,
איך האב אמאל געהערט אז איינער האט אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט קיין ספאדיק, ער וואלט דאך דורך דעם געקענט צוציען מער מענטשן, האט דער ליובאוויטש׳ער אים געפרעגט וואס פאר א סארט מענטשן? האט יענער געענטפערט, וואס הייסט חסיד'ישע אידן. האט דער ליובאוויטש׳ער געזאגט, ווען מער פרייע אידן וואלטן צוגעצויגן געווארן דורך א ספאדיק וואלט איך עס אנגעטון, אבער פאר חסיד'ישע אידן, זיי האבן דאך שוין ווי צי גיין, נו פאר זיי טו איך נישט אן קיין ספאדיק.
אברעימל: דער אנגעבליכער ענטפער פון רמ"מ מליובאוויטש, אויב ס'איז אמת, איז נאר א תשובה של ברירת מחדל. ווייל ס'איז באקאנט אז אין ארץ ישראל האבן די הויפן פון ביאלא, סאדיגורא און מאדזשיץ צוגעצויגן א סאך חילונים, וועלכע זענען געווארן אמת'ע בעלי תשובה. און די רבי'ס זענען אלע געגאנגען מיט דעם פולן חסידי'שן לבוש. אריינגערעכנט ספאדיקס...!
איינער פון די חשוב'ע בעלי תשובה וועלכע זענען נתקרב געווארן צו אידישקייט דורך מאדזשיץ/מודז'יץ, איז דער היינטיגער יועץ המשפטי לממשלה, ר' אביחי מאנדעלבליט הי"ו. א איד א תלמיד חכם...!
ר' בערל: אמעריקע איז דאך נישט ישראל.
קורקלענד: ווער בין איך דען צו זאגן א דעה איבער דעם ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל...?! מיין נקודה איז אז דער ספאדיק אליינס איז נישט קיין צוריקהאלט. דער כלל גילט סיי אין אמעריקע און סיי אין ישראל...!
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
אין חבד זאגט מען אז גלייך נאכן פטירה פין זיין שווער הריי"ץ נ"ע האט ער געוואלט דווקא די שווער'ס קאלפיק אבער זיין שוויגער האט געהאלטן מער פינעם אנדערע איידעם הר"ש גורארי און האט עם עס נישט געוואלט געבען דעריבער איז ער געבליבן מיטן היטל
Sent from my GT-I9195 using Tapatalk
berlbalagulehקורקלענד: ווער בין איך דען צו זאגן א דעה איבער דעם ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל...?! מיין נקודה איז אז דער ספאדיק אליינס איז נישט קיין צוריקהאלט. דער כלל גילט סיי אין אמעריקע און סיי אין ישראל...!
כ'האב געמיינט צו זאגן אז די פרייע אין אמעריקע זענען אנדערש ווי די חילונים פון פון ישראל אז דארט רעספעקטירט מען א ספאדיק און דא א נעקטיי.
וועלכע סייז איז עס געווען?
ניקולייעבאין חבד זאגט מען אז גלייך נאכן פטירה פין זיין שווער הריי"ץ נ"ע האט ער געוואלט דווקא די שווער'ס קאלפיק אבער זיין שוויגער האט געהאלטן מער פינעם אנדערע איידעם הר"ש גורארי און האט עם עס נישט געוואלט געבען דעריבער איז ער געבליבן מיטן היטל
Sent from my GT-I9195 using Tapatalk
ווען ער האלט ווען ביים גיין מיט א ספאדיק וואלט ער געגאנגען און דערנאך געטראפען א טעם ע"פ חסידות פארוואס ס'דארף נישט זיין דעם שווער'ס, אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד וכו' וכו' וכו' אזוי ווי ביי אלעס אין חב"ד איז דא בעקאפ ע"פ פרד"ס
מהרי"צ האט אויך נישט געטראגן א ספאדיק ווייל עס איז געוועהן דער בגד פין חב"ד. די מעשה דארף זיין אז ער איז געוועהן ערגעץ בימי גלותו ביי א אדם גדול און יענער האט אים אנגעטוהן א ספאדיק, האט ער עס געטראגן סיי שבת סיי אין דער וואכען.
ממילא האט ער נישט ממשיך געוועהן מיט דער ספאדיק.
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
וואלוויניקולייעבאין חבד זאגט מען אז גלייך נאכן פטירה פין זיין שווער הריי"ץ נ"ע האט ער געוואלט דווקא די שווער'ס קאלפיק אבער זיין שוויגער האט געהאלטן מער פינעם אנדערע איידעם הר"ש גורארי און האט עם עס נישט געוואלט געבען דעריבער איז ער געבליבן מיטן היטל
Sent from my GT-I9195 using Tapatalk
ווען ער האלט ווען ביים גיין מיט א ספאדיק וואלט ער געגאנגען און דערנאך געטראפען א טעם ע"פ חסידות פארוואס ס'דארף נישט זיין דעם שווער'ס, אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד וכו' וכו' וכו' אזוי ווי ביי אלעס אין חב"ד איז דא בעקאפ ע"פ פרד"ס
דוקא אין חב"ד? דוכט זיך אז אומעטום האט מען די בעקא"פ, אדער יונגעלייט וואס זענען עקסטער באצאלט צו זיין אוועילעבעל על כל צרה שלא תבא, אויסצוטרעפען מקורות און ביאורים פאר יעדער עבודה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אין חב"ד איז דער רבי געווען דער מומחה אליינס. נעם די דין תורה פון די לייברערי למשל וואס איז א געהעריגע חושן משפט שאלה פאר א דין תורה אדער קאורט. האט ער געגעבען א גאנצע שיחה בערך אז די חפצים פון א צדיק איז דער חיות פונם צדיק און אז מ'גזלט די חיות איז ווער ווייסט וואס, אין דערנאך לא ענד בעהאלד ס'איז געווארען א חסידישער יום טוב. איך געדענק נישט פונקטליך, אבער עכ"פ ער איז געווען א מומחה צו קענען נעמען א פשוט'ער זאך און מאכען דערפון א גאנצע סוד.
ס'איז אפשר גאר א קונץ און אויך איינע פון זיינע מעלות.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך וויל אויך שרייבען אויף איהם פון מיין פערספעקטיוו. איך האב אויך אן אשכול אין מאגען אויף הרב שך. נאר מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף מאנכע דא, וואס זען פון איין זייט אין נישט אנדערע, און זענען גרייט צו פארשמירען אזעלכע אשכולות מיט בויך ווייטאג, נישט אמת'ער טענות.
מ'זאל ארומשמועס'ן און נישט צאנזארירען קיין מיינונגען, אבער נאר מיינונגען נישט בויכוויי. דער וואס דארףבארעכטיגען זיין געפיל פאר'ן רבי זיינער און בויט עס נישט אויף קריטיש אויסגעטראכטע פאקט'ן און סברות, שטערען די סארט שמועס'ן פון זיך אנטוויקעלען.
ליטוואק האט שוין אויסגעפירט זיין חלום
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
דעם שבת קודש איז געוועהן די יארצייט, זכר צדיק לברכה!