☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס

טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10158

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 19, 2016 12:50 pm

· #322037
טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס
איך האב שוין געברענגט פון הרב אהרן הערש פריעד נ"י און זיין ארטיקל'ן וועגען חינוך ווי ס'איז דא אסאך וואס צו טראכטען און קלערען און איך וויל אויסשמועס'ן איינער פון זיין נושאים, וואס לדעתי איז וויכטיג און נייטיג. איך בין נישט אינגאנצען איינשטימיג מיט זיין לעזונגען און מיינונגען אין יעדער זאך, אבער ס'איז זיכער דא וואס צו טראכטען דארט, וישמע חכם ויוסיף לקח.

אונזער סיסטעם און חינוך איז געווידמעט מקיים צו זיין דער מצוה פון ושננתם לבניך, אז מ'דארף לערנען תורה מיט קינדער עד שתהא מחודדים בפיך, אז זיי זאלען גוט קענען תורה און זיין אויף א וועג צו קענען גוט לערנען דער תורה ביז לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אז נאכ'ן דורכגייען דער סיסטעם זאל מען זיך באזעסען אויפ'ן בארג, אויפ'ן לייטער וואס גרייכט ביז צו די שפיץ קענשאפט פון תורה. אוודאי איז מעגליך אז נישט יעדער קינד וועט מצליח זיין אינגאנצען און אונקומען צו דער שפיץ, אבער יעדער איינער האט טועם געווען פונ'ם אילנא דחיי, און מ'האט איהם געגעבען די געלעגענהייט צו קענען דארט דערגרייכען, און פון דארט זאל ער שוין אליינס קער נעמען און זיך שלאגען מיט זיין יצה"ר. ווען מ'גיבט איהם נישט די כלים, וועט ער קיינמאל נישט קענען אנהייבען אויף די בארג, און אלס וועט איהם זיין פיל שווערער. דאס לאזען קינדען נאר קענען וואס ס'איז איהם נייטיג צו ווערען א פרומער איד, און לכתחלה אוועק שטעלען א סיסטעם פון די מינימום, איז נישט אין קלאנג מיט די תורה'ס פארלאנג פון ושננתם לבניך, און דאס טוט מאכען דער קינד הינקעדיג א גאנץ לעבען.

לימוד התורה און אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא איז, אויפ'ן שפיץ גאפעל, אז מ'דארף לערנען די יסודות פון די גמרא'ס און די פוסקים. זייער אלע ווערטער זענען א משל צו דער נמשל וואס דאס איז די הלכה למעשה. מ'דארף ווערען גוט אויסגעקאכט אין די משל אין די יסודות פון די סוגיות, און נאר פון דעם קען מען צוקומען צו די מסקנא להלכה. ווען איינער לערנט אסאך הלכות נישט קענענדיג די יסודות דערפון, קען ער קיינמאל נישט מדמה זיין מילתא למילתא און זיין הלכה קענשאפט איז שטארק באגרעניצט, וכמו שביארתי והארכתי במקום אחר, עיי"ש ותמצא נחת. הרי"ד סולובייציק רעדט עס ארום אין זיין קונטרס 'מה דודך מדוד' א הספד אויף זיין פעטער דער בריסקער רב און מיט א גרעסערע אריכות אין זיין איש הלכה. דערנאך דארף מען אויך האבען דער טעטיגקייט צו קענען ארויסנעמען די משל פון די נמשל, צושטעלען די יסודות צו דער למעשה.

און דאס דארף אלס אנהויבען פון די טעקסט, די ווערטער וואס מ'ליינט. מ'דארף א. קענען לערנען און פארשטייען די ווערטער וואס ס'שטייט אין ספר, ב. קענען פארשטייען די יסודות וואס ליגען אונטער די ווערטער און די לאגיק וואס ס'טוט ערצייגען, ג. צושטעלען די משל צו אנדערע ערטער. און דאס איז אויף די סדר, נישט כיפערען קיין טריט און נישט זוכען צו גייען ווייטער ביז מ'האט גוט אויסגע'ארבעט דער שטאפל אין וואס מ'שטייט

יעצט ווען מ'קוקט די חילוק צווישען די אלגעמיינע לימודים וואס איז איינגעפיהרט ביי די גוים און די מאדערנע מוסדות און צומאל די מיידלעך שולע'ס און דער לימוד התורה איז עס קלאר אז דער לימודי חול איז אויף א פיהל העכערע שטאפעל.

איך האב לעצטענ'ס געבארגט א בוך פון די לייברער"י פאר מיין קינדער אויף עפעס א נושא, נישט וויכטיג וועלכער. ס'איז אויסגעשטעלט מיט כמה פרקים, און נאך יעדער פרק האט מען געדרוקט א פאר שאלות וואס דארפען ארויסברענגען די קינד'ס פארשטאנד פון וואס מ'האט געליינט. מ'פרעגט וואס מיינט דאס און וואס מיינט יענס, און דערנאך פארלאנגט מען פון איהם צו נוצען זיין קריטיקירעריש'ע דענקונג, ער זאל עס אדער פראבירען אפצוווענדען צו אויפווייזען אדער פראבירען צו טרעפען א לעזונג צו די פראבלעמ'ן וואס ס'שטייט דארט. אזוי לערנען זיי גע'אגראפי"ע און היסטוריא, סייענ"ס און סיווי"ק שטודירען (גוטע בירגערשאפט).

ביי חומש ביי אונז איז עס נישט אזוי. מ'זינגט מיט די אומשולדיגע שעף חומש מיט טייטש, טייטלען איז דער מצוות היום וכל המרבה בזינגעריי הרי זה 'א וואוילע אינגעלע', 'א קליינע צדיק'. אין לעיקוואוד איז נאך ערגער, מ'טייטשט פון איין אומבאקאנטע שפראך אויף א צווייטען, כמעט אלע חדרים טייטשען אויף אידיש, א שפראך וואס די קינדער, זייער עלטער'ן און די מלמדים קענען גאנץ ווייניג, און דער עיקר איז דער ניגון. נישט דער טייטש און זיכער נישט דער באדייט.

דער תכלית דבריו איז אז מ'האט געלאזט דער ענין פון טראכטען און פארשטייען צו די לימודי חול, און מ'לערנט חומש און משניות ווי אין א מאדראסס"א, אן קאפ און אן הארץ. זינגען העכער און שענער איז מער לערנען, און מ'גיבט די קינדער טאקע כל מיני פרסים און שטופען דערפאר.

דאס טוט פאראורזאכען נאך א פראבלעם. דער גאנצע לערנען ווערט שוין א פרומקייט, נישט קיין נאטורליכע חלק פון לעבען. ווען מ'איז יונג, האט מען נאך דער קינדישער קוק אויף אידישקייט און מ'פיהרט זיך אויף פרום. ווען מ'ווערט עלטער און מ'זוכט אן ערוואקסענער סבה צו זיין וואויל און צו לערנען און פארכט'ן גאט, האט מען עס נישט. מ'האט קיינמאל נישט מחנך געווען אז דאס איז אן ערוואקסענעם זאך צו טוהן, אז דאס איז א זאך וואס דער שכל שטימט דערמיט. אוודאי פאלען נישט אלע ארויס, אבער ס'איז פיל שווערע ווייל מ'איז אליינס אין די רייזע און די פערצען יאר וואס מ'האט געוויילט אין ישיבה האט ווייניג צוגעגעבען פאר דעם.

ער ברענגט א מעשה דערצו. ער האט געלערנט מיט א קינד פרשת ויקהל; לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת. דער קינד האט געליינט געטטיטעלט און געטייטשט. דערנאך פרעגט ער דער קינד צו מ'מעג אנצינדען א לעכט שבת, האט דער קינד גע'ענטפערט ניין. פרעגט ער דער קינד פון וואנעט ווייסט ער, ענטפערט דער קינד אז זיין טאטע האט איהפ אזוי געלערנט. לערנט ער איבער דער פסוק און ער פרעגט איבער דער קינד, נאך פיהר מאל האט דער קינד געכאפט וואס ער וויל.
א חבר מיינער האט זיך אפגערעדט צו מיר ווען מ'האט געלערנט פרשת נח אין חדר, האט זיין קינד, וואס לדעתו איז א קלוגער קינד וואס מ'קען נישט אפנער'ן, געלערנט די ערשטע פסוק און גארנישט געפרעגט. ואלה תולדות נח נח, ווי איז דער געבורצען פון נח נח זעלבסט? פארוואס פרעגען עס נישט די קינדער.
עד כאן די פראבלעם.
-----------------------

זיין לעזונג איז מיר נישט אזוי איי איי איי. ער רירט אן מיין נקודות, אבער ער ברענגט עס נישט אינגאנצען ארויס.
ער טענה'ט אז מ'דארף לערנען 'הענד"ס אן' ,ד.ה. מ'זאל געבען די קינד צו זען מיט די אויגען און די הענט וואס ס'לערנט זיך. צום ביישפיל אין די פרשיות וואס מיר ליינען (און אין היימישע חדרים, לערנען) אין די וואכען, פון די משכן ואביזרייהו, זאל מען ממחיש זיין די לערנען מיט א בילד צו א סליי"ד שא"ו, מיט האנט קראפט'ן וואס די קינדער מאכען אליינס וכדו', אין פרשת משפטים מיט שאלות הלכה למעשה ממחיש צו זיין הלכות חובל ומזיק וכדו', אז די קינדער זאלען זען אז ס'איז למעשה.

אין דעם קלער איך אז ער איז נישט גערעכט. איך האב עס שוין געהערט אויף א חדר אין א"י אז מ'האט א שיטה קעגען די זאכען און איך פארשטיי אויך אזוי. כמבואר לעיל און אין די אנדערע אשכול וועגען לימוד התורה, דער עיקר ארבעט איז אין די משל, נישט די נמשל. ווען מ'שפרינגט צום נמשל בלייב מען מיט א גרויסע חסרון אין פארשטאנד און טיפקייט, מ'בלייבט מיט א פלאטשיגע קוק אויפ'ן זאך. נאך א פראבלעם פון זיין מהלך איז אז מ'פיהרט אריבער דער פראבלעם פונ'ם פסוק צום בילד. ער ווייסט אליינס נישט וויאזוי מ'איז אנגעקומען פונ'ם פסוק ביז צום בילד, און דער בריק דארף ער אליינס בויען.

ווען מ'וואלט געבעטען פונ'ם קינד ער זאל אליינס אויסמאלען כפי הבנתו וואס דער תורה מיינט מיט אן ארון מיט יריעות מיט'ן מנורה, און וויאזוי מ'נעמט עס ארויס פונ'ם פסוק, וואלט מען צוביסלעך אויסגעלערנט דער קינד אז ס'שטייט דא עפעס מער ווי די חיצוניות זעט אויס, ער וואלט זיך געלערנט און באהאווענט אז יעדער זאך האט א המשך און א טיפקייט, און דער טייטש איז נאר די ערשטע טריט.

דאס געבען אלס פאר'ן קינד אויפ'ן זילבענעם טאץ פון מסורת התורה פונ'ם רבי'ן צום תלמיד, נעמט אוועק די כח פונ'ם קינד זיך אויסצולערנען און אויסצורעכענן.

נאך א זאך, וואס איך האב שוין מערערער מאל דערמאנט דא אין שטיבל, אז דער קינד ווייסט קיינמאל נישט אז זיין אייגענע מחשבות זענען וויכטיג און ווערט אויסצורעכענען. ווען דער קינד ווערט צוגעוואוינט אריינצוקוקען אין זיין אייגענע געוויסען און דענקונג, פארשטייט ער ממילא אז ער איז א ווערטפולע מענטש, איינער וואס מ'דארף מיט איהם רעכענען. אזא איינער איז וויניגער גרייט צו זינדיגען באומרו אז 'וועמען גייט עס אן וואס איך טו?' ווען ער האט א ריכטיגע אויסגעהאלטענעם זעלבסטשעצונג, נישט קיין גאווה כאילו ער איז וויכטיגער ווי א צווייטע'ן, נאר א פארשטאנד אז זיין מחשבות מעשים און דעות האבען אן אייגענעם וויכט, איז ער גרייט לכל מדה טובה און צו גדלות אין תורה און אויפפיהרונג.

ועתה טול את שלך, און לאמיר עס אויסשמועס'ן. אז ס'איז דא מחנכים וואס ווייסען פון זייער לעבען עפעס אנדעריש, צו סתם געדאנקען, ביטע ברענגט' אפיהר, ומיני ומיניה יתקלסון לך.

מור וקציעה » פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:24 pm

· #322039
ליטוואק פון בודאפעסט


ער טענה'ט אז מ'דארף לערנען 'הענד"ס אן' ,ד.ה. מ'זאל געבען די קינד צו זען מיט די אויגען און די הענט וואס ס'לערנט זיך. צום ביישפיל אין די פרשיות וואס מיר ליינען (און אין היימישע חדרים, לערנען) אין די וואכען, פון די משכן ואביזרייהו, זאל מען ממחיש זיין די לערנען מיט א בילד צו א סליי"ד שא"ו, מיט האנט קראפט'ן וואס די קינדער מאכען אליינס וכדו', אין פרשת משפטים מיט שאלות הלכה למעשה ממחיש צו זיין הלכות חובל ומזיק וכדו', אז די קינדער זאלען זען אז ס'איז למעשה.

אין דעם קלער איך אז ער איז נישט גערעכט. איך האב עס שוין געהערט אויף א חדר אין א"י אז מ'האט א שיטה קעגען די זאכען און איך פארשטיי אויך אזוי. כמבואר לעיל און אין די אנדערע אשכול וועגען לימוד התורה, דער עיקר ארבעט איז אין די משל, נישט די נמשל. ווען מ'שפרינגט צום נמשל בלייב מען מיט א גרויסע חסרון אין פארשטאנד און טיפקייט, מ'בלייבט מיט א פלאטשיגע קוק אויפ'ן זאך. נאך א פראבלעם פון זיין מהלך איז אז מ'פיהרט אריבער דער פראבלעם פונ'ם פסוק צום בילד. ער ווייסט אליינס נישט וויאזוי מ'איז אנגעקומען פונ'ם פסוק ביז צום בילד, און דער בריק דארף ער אליינס בויען.

ווען מ'וואלט געבעטען פונ'ם קינד ער זאל אליינס אויסמאלען כפי הבנתו וואס דער תורה מיינט מיט אן ארון מיט יריעות מיט'ן מנורה, און וויאזוי מ'נעמט עס ארויס פונ'ם פסוק, וואלט מען צוביסלעך אויסגעלערנט דער קינד אז ס'שטייט דא עפעס מער ווי די חיצוניות זעט אויס, ער וואלט זיך געלערנט און באהאווענט אז יעדער זאך האט א המשך און א טיפקייט, און דער טייטש איז נאר די ערשטע טריט.

דאס געבען אלס פאר'ן קינד אויפ'ן זילבענעם טאץ פון מסורת התורה פונ'ם רבי'ן צום תלמיד, נעמט אוועק די כח פונ'ם קינד זיך אויסצולערנען און אויסצורעכענן.

ווען מרעדט פון די בעסערע און קלוגערע קינדער ביסטי אפשר גערעכט אבער אסאך קינדער זענען פארשפילט אדער סתם אביסעל שוואכערע קעפ, פאר זיי זענען די פיקטשערס און סליידס זייער וויכטיג

ומזה ומזה אל תנח ידך

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:31 pm

· #322044
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
איך בין נישט אריין געגאנגען אין דעם, אבער איך ווייס אז נישט יעדער איינער איז א מצויין, און ס'איז נישט קיין באשטעטיגט פאקט אז מצויינים האבען בעסערע אויסזיכטען צו ווערען תלמידי חכמים. מיט גאר שוואכער קינדער, וואס האבען עכטע פראבלעמען, ביסטו גערעכט. אבער ביי קינדער מיט אביסל שוואכערע כשרונות ווי אנדערע, הגם מ'מיינט מ'העלפט זיי מיט די זאכען, למעשה מאכט מען זיי פאר לעבענסלאנגיגע הינקער'ס, וויבאלד מ'לערנט זיי נישט אויס ווי זיך אליינס אויפצובויען.
נאר ביי קינדער מיט לערנען פראבלעמען שטימט עס צו טוהן אזעלכע שריטען, עכ"פ לדעתי.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמערל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:21 pm

· #322062
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
אפיציעל הייסט עס - אזוי פארקויפן אונז די רבנים און מחנכים, אז די תכלית פון לערנען אין חדר איז נישט די לערנען זעלבסט, נאר זיך אויסצולערנען וויאזוי צו לערנען. דאס הייסט מען לערנט מיט א קינד נאר ביז שני, און ווען ער וועט גרויס ווערן וועט ער שוין קענען אליין ענדיגן די סדרה.

די אבסורדקייט דערפון איז דאך אבער פשוט. אויב אזוי וואלט מען ווען געדארפט לערנען מיט די קינדער די שפראך לשון קודש, אזויווי מען לערנט נארמאל שפראך, און זיי וועלן שוין קענען אליין אפלערנען די חומש. די בייפאל אז מען קען זיך עפעס אויסלערנען פון נאכבאמבלען טייטש איז פון אן אלטן שיסטער, און קיינער טאר נישט חס ושלום משנה זיין.

ירא שמים » פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:24 pm

· #322063
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
הלואי ווען מזאל לערנען לשון קודש… רוב חסידישע יוצאי הסיסטעם קענען דאך נישט קיין געהעריגע לשה״ק.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:40 pm

· #322066
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
דער שיטה פון בלויז 'לערנען וויאזוי צו לערנען' איז אין קעגענזאץ צום תורה וואס הייסט ושננתם לפניך, אין קעגענזאץ צום תורה פון ספי לה כתורא, און אין קעגענזאץ צום מציאות אז מ'לערנט דאך נישט וויאזוי צו לערנען, נאר טייטלען, טייטשען און זינגען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמערל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:11 pm

· #322068
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
דו קענסט זיך בעסער מסביר זיין? די תורה לאזט נישט זיך אויסצולערנען צו לערנען? וויאזוי קען מען לערנען אויב לערנט מען זיך עס נישט?

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:12 pm

· #322069
ירא שמים
הלואי ווען מזאל לערנען לשון קודש… רוב חסידישע יוצאי הסיסטעם קענען דאך נישט קיין געהעריגע לשה״ק.

און יודיש. אויב שטערט אונז אז מ'לערנט נישט קיין ענגליש, רעכענען וכדו', און אז מ'לערנט נישט קיין לשון הקודש - די אידישע שפראך, מה נענה אבתריה אז מיר קענען נישט אונזער מוטער-שפראך. ענגליש לערנט מען כאטש פיר שעה א וואך, און יודיש איינס (אין וואס די עיקר אקטיוויטעט איז טיילן פלעצער און קוקיס), און די מוסדות נעמען ניטאמאל אויף קיין לערערס, נאר ניצן תרי ותלת סופערווייזערס צו זיכערמאכן אז מ'קריגט זיך נישט.

אין פאקט, דאס זיך אריינלייגן צו בעסער קענען ארן פארשטיין די יודישע שפראך, איז אפגעפרעגט געווארן דורך די אכשר-דרא'ניקעס אלס אידישיסטיש, אזוי ווי עומקת התורה איז ח"ו ליטוויש און עומקת האמונה (שהוא העיקר) איז השכלה ל"ע און למדי אומנות איז רעפערמער.

אין די ענדע, דרייען מיר\זיי זיך ארויס פון לערנען סיי וועליכער חכמה און טאלאנט, און - ווי כ'לייען דא - תורה אויך נישט. נאכדעם ווינדערן מיר זיך ווי מיר קומען אהן?

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:15 pm

· #322070
שמערל
דו קענסט זיך בעסער מסביר זיין? די תורה לאזט נישט זיך אויסצולערנען צו לערנען? וויאזוי קען מען לערנען אויב לערנט מען זיך עס נישט?

דו פארפעלסט די עיקר. די תורה לאזט נישט פארברענגן די צייט מיט ארום און ארום, ווייל זי פארלאנגט ושננתם לבנך, פירש תוה"ק ממש. אלזא, ביי א געוויסע נקודה (at some point) דארפן די קינדער טאקע לערנען די תורה אליינס.

ירא שמים » פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:56 pm

· #322075
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
ליטוואק פון בודאפעסט
דער שיטה פון בלויז 'לערנען וויאזוי צו לערנען' איז אין קעגענזאץ צום תורה וואס הייסט ושננתם לפניך, אין קעגענזאץ צום תורה פון ספי לה כתורא, און אין קעגענזאץ צום מציאות אז מ'לערנט דאך נישט וויאזוי צו לערנען, נאר טייטלען, טייטשען און זינגען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

די מגידי שיעורים רעדן איין די בחורים אז ישיבה איז געמאכט זיך אויסצולערנען צו לערנען און דעריבער פארברענגט מען די צייט מיט כל מיני רעיד און אין ״כולל״ דעמאלטס ווערט מען א תלמיד חכם…(עכ״פ אזוי האט מיין מגיד שיעור געזאגט) כבין נייגעריג צי ביים סעקולארע וועלט איז אויך דא אזא מושג ווי קודם לערנט מען זיך ווי אזוי צו לערנען געזעץ פאר זעקס יאר און דערנאך לערנט מען געזעץ.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 7:27 pm

· #322079
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
דיין מגיד שיעור האט געוואלט זיך פארענטפערען. וואס פארא נערישקייטען האט ער דיר איינגערעדט? א דורכשניטליכער חסידיש'ער יונגערמאן אין אמעריקא איז דריי יאר אין כולל, דאס איז זיין לערנען אויף א גאנץ לעבען?! מיר האט מען אויך איינגערעדט דער לאקש, אבער כאטש א תירוץ האבען זיי. מ'דארף שוין ערגעץ אויסשמועס'ן דער דרך הלימוד פאר בחורים.
עכ"פ צו אונזער שמועס דא האט עס נישט.

ס'איז דא צוויי זאכען. ושננתם לבניך גייט אויף לימוד ע"מ צו קענען, ביז צו קענען פסקנ'ן וואס דאס איז לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, ביז ע"מ לעשות.
צווייטנ'ס איז דא א מצוה מדברי קבלה פון חנוך לנער עפ"י דרכו וואס מ'דארף מחנך זיין צו מצוות און מדות, כולל וויאזוי צו לערנען. אבער ושננתם איז דער עיקר און דער דאורייתא.עי' שו"ע הרב קונטרס תלמוד תורה פאר א גרונטליכער איבערזיכט פון די מהלך הלימוד לבנים ולמבוגרים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירא שמים » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 7:50 pm

· #322082
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
זאג מיר ליטוואק, וואס זאגסטו אויף די בן חמש למקרא מהלך? אין א״י דוכט זיך זענען דא אזעלכע חדרים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 8:33 pm

· #322086
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
לויט ווי איך פארשטיי, איז עס אן עקסטרעמע מהלך פון טייטלען.
מיין שוואגער אין א"י זאגט מיר אז ס'איז א מעוות לא יוכל לתקון. מ'ווערט יונגעלייט און מער ווי טייטלען קע'מען נישט.
אין לעיקוואוד איז דא אזא מוסד, נישט ממש אזוי עקסטרעם, אבער יענער גאנג. און דער וואס האט א שוואכערער קינד שיקט אהין. ס'איז א פרשה פאר זיך, דער גאנצע השתלשלות וואס איז דארט געשען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירח בן יומו » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 8:40 pm

· #322088
איך ווייס פון תלמוד תורה'ס וואס מ'לייגט א ספעיציעלע דגוש אויף לימוד לשון הקודש און הבנת המקרא.

ד.ה. קודם כל לערנט מיט'ן קינד די טייטש פון די ווערטער.(אפטיילנדיג די שרשים פון די שימושים) קומט אויס אז מ'לערנט בעצם לשון הקודש (וואס איז לכאורה פאר זיך אליין א מצוה פון תלמוד תורה לענ"ד).

אבער חוץ פון דעם לערנט מען די הבנה פון די פסוקים דאס היייבז אז מ'פרעגט שאלות אן מ'מאכט די קינד טרעפן די ענפטערס אין די פסוקים און איימנאל די קינד כאפט אויף אז די פסוק איז נישט סתם אסאך ווערטער נאר א סעננטענס וואס זאגט מיר עפעס קען ער שוין אליין אנגקומען אסאך

ועל הטוב יזכר די חומש פאר די תלמידים "לשו ןלימודים" וואס גיבט זיך אפ מיט דעם אז מ'זאל קלאר פארטיין די פסוקים.

ירא שמים » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 8:43 pm

· #322089
טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס
כרעד נישט לגבי די מוסדות וואס פראקטיצירן עס, נאר לגבי די עצם מהלך וואס ווערט שוין אויסגעלויבט אין מהר״ל און של״ה פון לערנען ביז די צען גאנץ מקרא שפעטער גאנץ משנה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 9:58 pm

· #322093
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
ס'איז לכאורה א דעת יחידים און מ'דארף נישט נתפעל ווערען ווען מ'זעט אזוי אין ספרים. די ראיות פון חז"ל האט ר' חיים וואלאזהינער אוועק געשטעלט אז דאס איז פאר די תושבע"פ איז געשריבען געווארען און פראקטיש מאכט עס פראבלעמען.
כאמור לעיל, ס'איז נאך א וועג פון טייטלען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירא שמים » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 11:37 pm

· #322101
טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס
מה קשר? וועגן מלערנט מקרא איז עס א וועג פון טייטלען?
און די ספרים ווייזן אז זיי האבן געהאלטן אז אזא מהלך מאכט סענס ווי זיי זענען מבאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 11:49 pm

· #322102
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
ס'איז א גאנג וואס מאכט דער עיקר די ווערטער, נישט די פארשטאנד וואס ס'ליגט אונטער דעם. דאס איז דער סבה וואס איך האב עס אנגערופען טייטלען.
די ספרים זענען כאמור דעת יחידים. מ'האט אלס אנגענומען נישט אזוי, און אנדערע זאגען אז דער חת"ס אין דרשות אויף פרשת בשלח מיינט צו זאגען קעגען דעם.
מ'זאגט נאך פון דער בריסקער רב אז די דרך הלימוד פון עץ חיים חדר אין ירושלים איז פונקט די זעלבע ווי זיין טאטע הגר"ח האט אוועק געשטעלט אין די חדר וואס ער האט געגרינדעט אין בריסק. כנראה פון טויזענטער מקורות אז דער מהר''ל איז נישט אנגענומען למעשה, און דער מהלך פון טרעפען עפעס פון פיהר הונדרעט יאר צוריק, אן זיך מאכען וויסענדיג פון אלס וואס ס'איז געקומען אין צווישען, איז א מסוכנ'דיגער, אומ'הלכה'דיג און נעריש.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פארוואס? » זונטאג פעברואר 21, 2016 5:55 pm

· #322189
אויב מעג איך האבן א מיינונג דערין, וואלט איך געזאגט אז דער עיקר חורבן איז ווייל מ׳לערנט נאר די טעקסט עז איט איז, אפילו אויב דאס יינגל/בחור פארשטייט שוין די טייטש און דער באדייט פון די טעקסט, האט ער נאכנישט ארויס די קאנסעפט, ווייל מ׳מאכט איהם נישט נוצן אליינס די קאפ, ער זאל פראסעסן די אינפארמאציע, און קענען צוריקגעבן ענטפערס אויף פראגעס וואס זענען נישט געווארן בכלל אויסגעשמועסט.

קריטיקל ט׳ינקינג איז זייער א וויכטיגע טול, וואס אונזער יונגט באקומט כמעט נישט. נישט נאר עס ווערט נישט דעוועלאפט, נאר דאס ביסל נאטורליכע דערפון וואס יעדע געזונטע קינד האט, פראבירן מיר צו דערשטיקן.

ווען א קינד ווערט געלערנט פון קינדווייז אן, אז נישט אלעס דארף מאכן סענס. סא, ווען ווילסטו קומען צו איהם מיט טענות, אז ער דארף נוצן זיין קאממאן סענס?! נעכטן האט ער נישט געטארט פרעגן, און היינט מוז ער פרעגן, וואס פונקטליך ווילסטו האבן פון איהם?

אבער שוין, גיי טויש די סיסטעם, דו שפיהלסט זיך דאך מיט די אקעלסטע זאכן, דאס זענען עניינים וואס מיר האבן שוין א פונקטליכע מסורה הונדערטער יאהרן, ואין לערער אחריהם.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:04 pm

· #322191
זייער גוט געשריבען, @פארוואס?. דו זאגסט מ'קען נישט טוישען די סיסטעם, און אין אסאך זאכען ביסטו גערעכט. מ'דארף זיך אבער לערנען וויאזוי מ'קען יא טוישען. ווען מ'קומט פון א פרייע שטאנדפונקט האט מען שוואכער אויסזיכטען מצליח צו זיין. ווען אבער מ'רעדט פון דער פרומע צד, קען מען אפשר מצליח זיין.
אויך האבען מיר דא א בארימטע מחנך, נישט סתם א קריצער אויף ק"ש.

דער תכלית פון דאס אויסשמועסען איז וויבאלד נייע חדרים און נייע אפציע'ס עפענען זיך כסדיר. צום סוף וועט מען גרינדען נייע שטעט, מ'עט ארויספארען פון די היינטיגע סיסטעם, דער סוף מוז קומען. טאמער מ'האט שוין אויסגעשמועס'ט דער ענין, האט מען בעסער אויסזיכטען צו קענען האבען א ווארט אינ'ם נייעם מהלך. ווען מ'האט עס נישט אויסגעשמועסט און מ'ווייסט נישט פונקט וואס מ'וויל, קען מען נישט אריינרעדען ווען די צייט קומט.

ירא שמים » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:30 pm

· #322194
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
ביים לערנען תורה קען מען נישט גיין מיטן מהלך פון אלס דארף מאכן סענס ווייל סדאך דא זאכן וואס מדארף אננעמען באמונה אז מיר חלושי השכל קענען נישט פארשטיין. (אזוי אויך בנוגע דעם רבין דארף מען דאך גלייבן אפי׳ סדא קשיות…)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:40 pm

· #322198
יא, אבער קלאר קענען דער קשיא קען מען דאך, ניין?! מ'דארף נישט ארויסקומען פון יעדער סוגיא מיט א תירוץ, מ'דארף אבער וויסען וואס איז דער קשיא.

ירא שמים » זונטאג פעברואר 21, 2016 7:10 pm

· #322201
טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס
מטאר נישט פרעגן קיין קשיות! קיינמאל נישט געהערט?

מפוזרי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:47 am

· #325275
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
לדעתי איז דא א קליינע תיקון, וואס מ'קען גרינג איינפירן אן קיינעם אויפרעגן, און ס'וועט אסאך אויפטון.
אנשטאט צו טייטשן ווארט פאר ווארט זאל מען טייטשן גאנצע זאצן אויפאמאל.

למשל במקום:
ויקרא = און ער האט גערופן
ה'= השם יתברך
אל משה= צו משה.
קען זיין אזוי:
ויקרא ה' אל משה = דער אייבערשטער האט גערופן משה'ן.

דער אויפטו איז פילפאכיג, קודם כל, א זאץ אויפאמאל פארשטייט זיך בעסער, ס'איז נישט סתם א ליקוט פון ווערטער.
צווייטענס, אזוי מוז מען נישט איבערטייטשן מונדליך, נאר לפי המשמעות וואס דאס איז דער ריכטיגער וועג צו איבערזעצן.
דריטענס, אזוי וועט דער קינד האבן צום סוף א בעסערע פארשטאנד אין ביידע שפראכן, זייענדיג משים לב צו די פארשידענע באנוצונג פון די ווערטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 16, 2016 1:00 pm

· #325281
און אפשר זאל מען ביידע טוהן. מ'זאל טייטשען ווארטליך, און דערנאך ערקלער'ן, אדער פארהערען אויף, די באדייט פונ'ם פסוק. אזוי וועט מען זיי אויסלערנען ווי מ'גייט פונ'ם פשוט'ן טייטש צום הבנת הנקרא. און אויף דעם הייבט מען אן אריין צו קלערען די סברות הענין, וואס האט יעקב געזאגט און וואס ההאט לבן גע'ענטפערט. וואס האט יהודה געוואלט אויפטוהן ביי יוספ'ן. וואס איז געווען פרעה'ס שאלות צו משה, און וויאזוי האט זיך אנטטיקעלט די גאנצע מעשה, ווען איז ער געווען גרייט איינצוברעכען פאר משה'ן און אויף וועלכע תנאים.
פון דעם קען מען ווייטער גיין און לערנען די פסוקים אזוי ווי חז"ל, ד.ה. איינצוזען וועלכע ווערטער זע'ען אויס איבעריג, און ווי מ'וואלט זיי געדרשנ'ט. וויאזוי די דרשות שטימען און וואס האט זיך גע'ענדערט אין די גאנצע פסוק. וואס איז די סיסטעם פון דרשות חז"ל, מופנה מצד אחד, היקש וכו'. די אלע זאכען וואס לערנען זיך פון די ווערטער פון פסוק.

אזוי קען ער צוגייען צו משניות און גמרא, וויסענדיג אז גארנישט איז נישט פלאטשיג, אלס פאדערט צולייגען קאפ אויפצודעקען דאס וואס ליגט אונטער די פשוט'ער ווערטער און איהר טייטש.

שלום על ישראל » מיטוואך מערץ 16, 2016 1:06 pm

· #325284
כ'פארשטיי בכלל נישט די דין ודברים דא. אפשר האב'ך א שוואכע קאפ, אבער ווי ווייט כ'געדענק, האט מען אייביג אנגעהויבן יונגערהייט צו טייטשן ווארט ביי ווארט, און דערנאך, עס גענומען צו די קומענדיגע שטאפל.

מפוזרי » מיטוואך מערץ 16, 2016 4:30 pm

· #325309
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
כבוד המגיד מחלם; איך האב געשריבן דריי תועלת'ן פון דעם מהלך, דער דריטער איז געווען אז מ'וועט בעסער קענען די שפראך, און איך האב באטאנט אז ס'וועט נאר זיין צום סוף.
ווארט פאר ווארט איז טאקע גרינגער, אבער גרינגער וואס? גרינגער צו האבן א ווערטער ליסטע, אן קענען די שפראך.
א שפראך לערנט מען זיך נישט אויס דורך זאמלען ווערטער נאר דורך הערן ווי מ'באנוצט איר.

וכאן התשובה להרב הליטוואק; לדעתי זאל מען נישט טייטשן ווארט פאר ווארט, נאר זאץ פאר זאץ. פארשטייט זיך אז דער קינד וועט פרעגן וועט זיין א הזדמנות מסביר צו זיין צו אן אוזן שומעת. וכמובן אז דער מלמד דארף גוט קענען לה"ק.
טייטשן ווארט פאר ווארט איז א דרך קצרה וארוכה שתועלתה מועטת; טייטשן זאצן איז ארוכה בתחילה אבער לבסוף קצרה ותועלתה מרובה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 16, 2016 5:31 pm

· #325316
האסט א גוט'ן פאינט, אבער איך בין מחולק מיט דיר.

דאס לערנען א שפראך כדי צו קענען שמועס'ן, ליינען און שרייבען יענער שפראך, גייט טאקע מיט'ן נוען די שפראך, זאץ ביי זאץ. אבער לגבי תורה איז עס נישט גענוג. מיר ווילען נישט קענען די שפראך כדי צו קענען ליינען אור-אלטע ביכער אדער צו קענען שמועס'ן מיט אונזער זיידע'ס ווען זיי קומען צוריק בתחיית המתים. פאר דעם וואלט גוט געווען דיין עצות. מיר ווילען אבער לערנען תורה, און דער תורה גייט מיט א מדוקדק'דיגע שפראך, און דעריבער דארפען מיר זיך צוגעוואוינען דאס אנצוקוקען מיט א מדוקדקדיג'ער בליק.

טאמער איך 'על האבען צייט היינט נאכט, 'על איך מאכען א בילד פון די פאפירען פון דער קינד פון א חבר מיינער אין לעיקוואוד, ואוס לערנט אין א חדר וואס לערנט אזוי ווי די אור-אלטע מסורה. ד.ה. מ'טייטשט די חומש אין די שפראך וואס דער קינד רעדט נאטורליך. נישט ווי די אלע מאדערנע חדרים אין לעיקוואוד וואס טייטשען אין אידיש וואס איז נישט די מוטער שפראך פון די קינדער. די פאפירען האבען די ווארט ביי ווארט טייטש און די זאץ ביי זאץ.

מפוזרי » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:49 pm

· #325345
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
א' - מדקדק זיין אין שפראך קען נאר איינער וואס קען די שפראך.
ב' - דאס איבערטייטשן ווארט פאר ווארט איז נישט קיין שום חינוך לדקדק במילים, מבשרי אחזה, ביי מיר אין חדר האט געטייטשט ווערטערליך.
טון ביידע מיין איך איז צו פיל און ס'וועט נאר צעמישן די קינדער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 11:27 am

· #326422
איך האב יעצט געטראפען א ספר פון איינער פון ליטא וואס באשרייבט וויאזוי צו לערנען חומש מיט קינדער. ער האט א הסכמה פון הגר"ח מבריסק וואס ער לייגט צו זיין השקפות און יסודות אין חינוך, ווי מ'דארף לערנען תושב"כ אויף אן אופן אז מ'זאל קענען ארויסנעמען די תושבע"פ דערפון. איך האב עס נאכנישט גרונטליך דורכגעלערנט, אבער ס'זעט אויס אינטרעסאנט.

מפוזרי » זונטאג מערץ 27, 2016 7:23 pm

· #326487
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
בין איך אריבער דעם ספר. קיין גרויסע חידושים אין חינוך זענען נישט דא דארט, אבער אפאר אינטרעסאנטע ראזשינקעס קען מען ארויסנעמען.

זיין עיקר אויפטו איז אז מ'דארף זען אז דאס קינד זאל באקומען א חוש צו חומש, און אים מסביר זיין ווי די תורה לערנט אונז אמונה, מוסר, און מדות טובות.
דאס איז א זאך וואס אונזערע מלמדים פרובירן אויך אביסל צו טון, עכ"פ אין טעאריע.
ר' חיים בריסקער האלט נישט דערפון, מ'דארף לערנען חומש לשם לימוד התורה, אויף דעם אופן ווי תורה שבעל פה טייטשט עס אויס, אזוי אז מ'זאל זען ווי די דרשות חז"ל גייען אריין אין די פסוקים. און מדות טובות וועלן שוין ממילא נאכקומען פון זיך אליין.

נאך זעט מען פון דעם ספר אז מ'האט דעמאלטס געלערנט מיט די קינדער גאנץ תנ"ך, און ער גיבט אנווייזונגען ווי צו אויסלערנען די קינדער אז אלע סיפורים אין תנ"ך קומען צייגן השגחת השם ומדות ותוכחת מוסר.
נאך וויל ער אז מ'זאל לערנען מיט די בחורים חומש און ער איז משבח די חסידים שבמצוות רבותיהם מחזיקים בחומש.

די אינטרעסאנסטע חלק פון ספר איז ר' חיים'ס הסכמה, וואו ער איז בעצם חולק אויפן מחבר'ס שיטה, און שטעלט אוועק זיין אייגענער מהלך, אביסל דומה צום מהלך פון ליטוואק דנן.
אינטרעסאנט איז אויך ווי דער מחבר לאזט זיך נישט פון ר' חיימ'ן און האלט אז ער פארשטייט בעסער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 7:30 pm

· #326488
איך בין צוגעקומען צו דער ספר נאכ'ן זע'ען דער שבת א ליקוט פון בריסק וואס מ'האט דארט אריינגעלייגט די הסכמה דארט. ס'דוכט זיך איך האב שוין געזען דער ר' חיים מיט יארען צוריק, און מעגליך איז עס מיר אריין אין קאפ אן א נאמען און דעריבער שרייב איך עס כאילו איך האב אליינס געטראכט דערפון אדער צוגעקומען דערצו פון הרב א.צ. מייזעלס.
ר' חיים גיבט אבער איבער א גדול'ס א בליק אויף די זאך, נישט סתם געזאגט.

מפוזרי » זונטאג מערץ 27, 2016 7:38 pm

· #326490
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
חלילה, ווער זאגט אז ר' חיים האט סתם געזאגט? איך האב נאר אנגעמערקט די אינטרעסאנטקייט ווי א פשוט'ע מלמד וואגט זיך קריגן מיט ר' חיים.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 8:02 pm

· #326493
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
איך האב געמיינט כלפי מיין זאגאכץ. אפילו אז איך זאג ווי איהם, דער זאך אליינס הערט זיך אנדעריש ווען ס'קומט פון ר חיים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » זונטאג מערץ 27, 2016 8:51 pm

· #326498
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
ויש להוסיף, שעל אף וואס ר' חיים האט געהאט א גדל'ישען בליק, מוז נישט זיין אז ס'איז פעדעגאגיש אויסגעצייכנט. ועיין ערך מהר"ל ווי דו האסט שוין געברענגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 9:01 pm

· #326501
Re: טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראס
איך האב נישט געמיינט זיך צו דינגען אויפ'ן מהר"ל אזויפיל ווי מסביר זיין די שיטה מרווחת. מסתמא האט דער מהר"ל אנערקענט מיין פראבלעם און געהאט א לעזונג דערצו. פראקטיש איז זיין גאנג נישט גוט ביז מיר ווייסען זיין עצה.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk