☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ניצליכע, ניי-אויסגעפונענע, ענגלישע ווערטער און זייער באדייט

ניצליכע, ניי-אויסגעפונענע, ענגלישע ווערטער און זייער באדייט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10153

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:19 am

· #321823
ניצליכע, ניי-אויסגעפונענע, ענגלישע ווערטער און זייער באדייט
לייענעדיג, טרעף איך מיך כסדר אן אין פרישע ווערטער וועלכעס באדייט איך באגריף שוין - אדער אפ' ווייס שוין א ווארט דערויף - אין אידיש אדער ענגליש - מימים ימימה. ווען איך טרעף ענדליך צום ערשטן מאל די ווארט דערויף אין ענגליש דערפריי איך מיר אין לשער. אמאל איז עס גאר א נייע ווארט אינגאנצן אבער די עלעגאנץ ווי שיין דאס איינע ווארט טייטשט און איז מסכם די באדייט, מיינונג און באגריף פון דעם קאנצעפט - שאפט מיר א געוואלדיגע קורת רוח און insight.

דא וועל איך און אלע צוזאמענעמען א ליקוט פון די ווערטער אזוי באלד ווי מיר באגעגענען זיך מיט זיי. (בדיעבד מעג עס אויך זיין אין סיי וועלכע שפראך)

וכן היה קורא:

gratuitous: done without good reason; uncalled for.

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:12 am

· #321831
ex gratia:(with reference to payment) done from a sense of moral obligation rather than because of any legal requirement.

ווי מ'רופט אין חדר לפנים משורת הדין

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:07 pm

· #321855
Unsittlichkeit: איגנאראנץ און שלעכטע מאניערן; אן אייגנשאפט וואס רמ"ד האט אטריביוט צום קאמאן איד פון פריע אכצן יאר-הונדערט דייטשלאנד

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 7, 2016 12:06 pm

· #336970
suprarational:

not understandable by reason alone; beyond rational comprehension

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 7, 2016 12:30 pm

· #336976
טאמבל סאס
ex gratia:(with reference to payment) done from a sense of moral obligation rather than because of any legal requirement.

ווי מ'רופט אין חדר לפנים משורת הדין

טאמבל סאס: איך מיין אז דער ריכטיגער אפטייטש אין דער אידישער קולטור (לאו דוקא, שפראך) איז. ..."שלא על מנת לקבל פרס"...!
נאר ס'האט אויך א נעגאטיווע קאנ-נאטאציע...איינער האט באליידיגט זיין חבר און געווארפן א שטעך-ווארט..."גראטואיטאסלי"...אומזינסט/ס'האט נישט אויסגעפעהלט/ נישט געווען א טייל פון דעם ויכוח...!

נאסע ליילעך » דינסטאג יוני 7, 2016 1:09 pm

· #336982
Ad hominem: (of an argument or reaction) directed against a person rather than the position they are maintaining. קלאסישער דאנעלד טראמפ

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:44 am

· #363326
Click baiting

ווען דו ווערסט אריינגעכאפט אין א וועבסייט דורך א פאלשן בילד.

צומאל וועלן געוויסע אדווערטייזער לייגן עפעס א אינטערעסאנטן ציענדן בילד וואס רוב מענטשן וועלן געבן א קליק דערויף, אבער די אינהאלט פונעם פעידזש האט נישט קיין שייכות מיטן בילד וואס דו האסט געקליקט דערויף. מענטשן ווערן געווענליך פרוסטרירט פון דעם.

# מאכט זיך ביי די שענסטע