דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #10147
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10147
איך פארשטיי פארוואס דאנאלד טראמפ איז א נישטיגע קאנדידאט וואס האט זיך געלערנט פאליטיק פון א קאמעדיע שוי אבער זיי ביטע מסביר ווי קומט בערני סענדארס אריין אין די זאץ? בערני סענדארס איז א פיגור אין וואשינגטאן יאהרן לאנג וואס האט דורכגעשטיפט מעהר לעגסלאציע ווי סיי וועלכע קאנדידאט וואס לויפט יעצט פאר פרעזידענט! בערני סענדארס קומט בכלל נישט אריין אין די זאץ! ער האט זיך נישט געלערנט קיין פאליטיקס פון קאמעדי שוי, ער האט נאך אזויפיל עקספיריענס אין פאליטיק ווי דער בתש״ק קלינטאן, און אפילו די רעכטע רעפובליקענס נעמען אראפ די הוט פאר אים, משא״כ טראמפ!
#אביגירעדט
#אביגירעדט
איך וועל רעאגירן נאר אויף דעם משל, דעם נמשל וועל איך איבערלאזן פאר א צווייטן מאל (כאטש מיין הסבר קען מען אריינלערנען אינעם נמשל אויך ודו"ק).
ס'איז נישט אזוי שטארק ווי מען האט זיך אויסגעטון די קליידער פון נארמאליזם און געווארן משוגע; עס איז ענדערש אז דער פאלק האט אנגעהויבן איינזעהן אז מיט די נארמאלע פאליטישאנס, מיט זייערע 'עסטעבלישמענט און פרעסטידזש', איז מען גאנץ ווייניג אנגעקומען, אמעריקע איז טיף אין די אדמה, די אלע דיפלאמאטישע לופטיגע הבטחות מיטן שמייכל און די לשונות דמשתמע לתרי אנפין איז נישט ווערד א רעטעך, האט מען מקבל געווען מאהבה דעם לאזונג פון אלעזר לאנדא "מען טאר נישט זיין נארמאל", דאס פאלק איז שוין זאט פון די "נארמאלע" פאליטישאנס, מען האט זיך קלאר איבערצייגט אז דער אלטער וועג ארבעט נישט. משוגע זאל מען זיין אבער לכה"פ זאל מען טון צו דער זאך און אויספירן עפעס קאנקריט!
(והנמשל מובן אז דער דרך פון די אמאליגע 'נארמאלע' מנהיגים ארבעטן שוין נישט אלץ פארן היינטיגן דור, און מען מוז נעמען עפעס וואס ארבעט מער).

.
דברים פשוטים, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מ'איז אוועק פון דער וועג וואס ארבעט אמאל יא און אמאל נישט צו א וועג וואס גייט זיכער נישט ארבעטן.
שמעקעדיגדער פאלק האט אנגעהויבן איינזעהן אז מיט די נארמאלע פאליטישאנס, מיט זייערע 'עסטעבלישמענט און פרעסטידזש', איז מען גאנץ ווייניג אנגעקומען, אמעריקע איז טיף אין די אדמה, די אלע דיפלאמאטישע לופטיגע הבטחות מיטן שמייכל און די לשונות דמשתמע לתרי אנפין איז נישט ווערד א רעטעך, האט מען מקבל געווען מאהבה דעם לאזונג פון אלעזר לאנדא "מען טאר נישט זיין נארמאל", דאס פאלק איז שוין זאט פון די "נארמאלע" פאליטישאנס, מען האט זיך קלאר איבערצייגט אז דער אלטער וועג ארבעט נישט. משוגע זאל מען זיין אבער לכה"פ זאל מען טון צו דער זאך און אויספירן עפעס קאנקריט!
דברים פשוטים, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מ'איז אוועק פון דער וועג וואס ארבעט אמאל יא און אמאל נישט צו א וועג וואס גייט זיכער נישט ארבעטן.
שמעקעדיג איך בין מסכים מיט דיר אז דער עולם איז שוין זאט פון די אלטע וועג און די עסטעבלישמענט אבער פארוואס זאגסטו אז בערני איז משוגע? ער איז די איינציגסטע קאנדידאט מיט א עקענאמישע פלאן פאר אמעריקא דעס הייסט נישט משוגע! דעס מיינט אז מ׳האט פראבירט איין וועג און ס׳שטעלט זיך ארויס אז סארבעט נישט איז אלזא לאמיר טוישן צו א פלאן וואס ארבעט יא אין רוב דעמקראטישע ציוויליזירטע לענדער און דעס איז בערני סענדארס פלאן! מיט טראמפ ביסטו גערעכט ווייל ער האט נישט קיין פלאן חוץ בויען א וואנט וואס מעקסיקא גייט קיינמאל נישט באצאלן דערפאר 🙂, אבער סאנדערס האט אסאך גיטע פלענער פאר אמעריקא און סתם שרייען אויף אים און אים באטיטלן אלץ דעס און יענץ איז נישט אינטערסאנט ענדערש לאמיר הערן א קאנטער ארגעיומענט פארוואס זיין פלאן איז נישט גיט און לאמיר דיסקוסירן זיינע פאליסיס דירעקט און זעהן פארוואס ער איז נישט גערעכט.
איך ווייס נישט פונקטליך מיט ווי דו צילסט אז אין די פארגאגענהייט וואלט ער נישט געקענט זיין פרעזידענט ווייל איך זעה נאך נישט פארוואס נישט, אויב עפעס וואלט הילערי אויך נישט געקענט לויפן ווייל זי איז א פרוי און אבאמא ווייל ער איז א שווארצער און אז דו גייסט צוריק גאר לאנג צוריק וואלט ליקלאן אויך נישט געוועהן פאפיולער. סענדארס וואלט ראוהיג געקענט לויפן אין 08 ווען אבאמא איז געלויפן. א קיצור איך זעה נישט די פוינט מיט אמאל, מ׳דארף קוקן וואס איז יעצט!
מיין פוינט איז געוועהן לייג נישט אריין טראמפ אין די זעלבע קוגעל ווי סענדארס, למעשה איז דא א חילוק צווישן זיי הימל און ערד, טראמפ איז קיינמאל קיין פאליטישאן געוועהן, ער איז נישט די קלוגסטע, ער רעדט ווי כתה ג׳ יונגל וואס זוכט עטענשאון, ער האט נישט קיין שום פלאן פאר אמעריקא. משא״כ בערני איז שוין 35 יאהר א פאליטישאן מיט אסאך עקספיריענס אין גאווערמענט, ער איז איינע פון די מערסטע רעספעקטפול סענעטארס אין די סענאט וואס סיי רעפובליקאנער און סיי דעמקראטן וועלן דיר דעס זאגן, ער האט דורכגעשטיפט די מערסטע לעגעסלאציע אין וואשינגטאן ווי עני פון די קאנדידאטן וואס לויפן יעצט פאר פרעזידענט פון ביידע זייטן! אלזא איך זעה נאכנישט זייער פארגלייך!
און בד״וו די נייע פאולס ווייזן אז בערני סענדארס איז די מערסטע פעיווערטעיבל און עלעקטעיבעל און ער איז שטערקער ווי סיי וועלכע פון די ריפובליקאנער קאנדידאטן און די אמעריקענע פאלק טראסטן אים מעהר ווי סיי וועלכע קאנדידאט אפגערעדט פון טראמפ זיכער.
אויב איך מעג פרעגן, וועמען שטיצט איר פאר פרעזידענט אויב איר שטיצט איינעם?

הערליך צולייגט שלום,
און די הויפט סיבה פארוואס עס איז אזוי איז וועגן די היינטיקע סאושעל מידיא. אמאל האבן טויזנטער משוגעים געהאלטן זייער מייינונג אבער האבן זיך געשעמט צו עס זאגן אין פובליק, היינט טוט כל צרוע וכל זב פאסטן אויף טוויטער פעיסבוק אדער whatsap, און נאך פארן געבן א שאנס פאר די מח צו אריינטראכטן אדער אפילו געהעריג אפליינען איז עס שוין געריטוויט און געפארווערד וחוזר חלילה, און עס איז לאו דוקא מיט משוגעים, יעדע מענטש פארקערפערט אין זיך א קליינע משוגענער, אמאל האט מען אים געמוזט הייסן איינזיצן מיום פורים זה עד יום הפורים הבא, היינט איז עס איז די נייע נארמאל
נאכמער, אמאל ווען איינער האט געזאגט א אפיניאן האט ער געדארפט שטיין אונטער דעם מיט זיין פולע נאמען און אינטדעפיצורונג, הייינט אבער מיט די אנינאימיע סאשועל מידיא מאנטל קען מען זאגן און טון סיי וואס אן ליידן קאנסקעווענצען, און איינמאל אסאך בני בלי שם שטיצן עס איז עס שוין א "מאוומענט" מיט וואס משטאלצירט

שבת אחיםשמעקעדיג איך בין מסכים מיט דיר אז דער עולם איז שוין זאט פון די אלטע וועג און די עסטעבלישמענט אבער פארוואס זאגסטו אז בערני איז משוגע? ער איז די איינציגסטע קאנדידאט מיט א עקענאמישע פלאן פאר אמעריקא דעס הייסט נישט משוגע! דעס מיינט אז מ׳האט פראבירט איין וועג און ס׳שטעלט זיך ארויס אז סארבעט נישט איז אלזא לאמיר טוישן צו א פלאן וואס ארבעט יא אין רוב דעמקראטישע ציוויליזירטע לענדער און דעס איז בערני סענדארס פלאן! מיט טראמפ ביסטו גערעכט ווייל ער האט נישט קיין פלאן חוץ בויען א וואנט וואס מעקסיקא גייט קיינמאל נישט באצאלן דערפאר 🙂, אבער סאנדערס האט אסאך גיטע פלענער פאר אמעריקא און סתם שרייען אויף אים און אים באטיטלן אלץ דעס און יענץ איז נישט אינטערסאנט ענדערש לאמיר הערן א קאנטער ארגעיומענט פארוואס זיין פלאן איז נישט גיט און לאמיר דיסקוסירן זיינע פאליסיס דירעקט און זעהן פארוואס ער איז נישט גערעכט.
האסט מיר ראנג פארשטאנען, איך האב נישט געמיינט "משוגע" משוגע ממש, נאר ווי מען דרוקט זיך אויס, יענער איז "משוגע גוט", דאס מיינט עקסטרעם גוט, בקיצור, כ'האב געמיינט צו זאגן אז דער עולם זוכט שוין נישט די מעינסטריעם פאליטישאנ'ס, געווענליך "נארמאל" מיינט מען בדרך הממוצע, סיי וועלכע עקסטרעם פאסט זיך די ווארט 'משוגע', אדער ציעט ער צו משוגע רעכטס אדער משוגע לינקס, לענינינו דא ציט טראמפ עקסטרעם רעכט, און בערני משוגע לינקס (לכה"פ אין די פינאציעלע חלקים). ואתי שפיר, וחמת שבת אחים שכככככה 🙂