☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10142

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 15, 2016 8:54 pm

· #321499
א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
דער הייליגער ר' דוד'ל דינובער איז אמאל געקומען אין שטאט לעמבערג קלייבן נדבות פאר א וויכטיגע צוועק. אין שטאט האבן געוואוינט אסאך מתנגדים, דערפאר איז די רבי אריבער צום ראה"ק זעהן ער זאל משפיע זיין אויף די שטאט'ס מענטשן אז מ'זאל אים שטיצן ברוח נדיבה. די ראה"ק וועלכער איז אליין געווען א היבשער מתנגד האט געקלערט ביי זיך, אז ער גייט בשום אופן נישט טון איבער דעם, סיידן אויב ער וועט זיך איבערצייגן אז די רבי איז א תלמיד חכם. די ראה"ק האט געמאלדן דעם רבי'ן, אז ער וועט זעהן צו טון וואס ער קען, נאר צום ערשט וועט ער אריבערשיקן צום רבי'ן, ר' יהושע העשיל אורנשטיין - וועלכער איז געווען א באוויסטע ת"ח אין שטאט- צו כאפן א שמועס מיט'ן רבי'ן און דערנאך וועט ער די ראה"ק טון דאס זייניגע.

ר' יהושע העשיל איז אריבער צו ר' דוד'ל, געכאפט א שמועס און דערביי געשטעלט א לומד'ישע שאלה, ר' דוד'ל האט אבער נישט געקענט ענטפערן דערויף. ר' יהושע העשיל געט א מאך מיט די האנט און זאגט מיט א ביטול "אויך מיר א רעבע", פארשטייט זיך אז ר' דוד'ל האט שוין מער נישט מצליח געווען אין שטאט.

ר' דוד'ל האט געהאט דערפון גרויס חלישת הדעת, איז ער אריבערגעפארן צו ר' יושע'לע בעלזער און זיך אויסגערעדט דאס הארץ איבער וואס דער ר' יהושע העשיל האט צו אים געטאן, האט ר' יושע'לע בעלזער אויפגעהויבן זיין הייליג האנט און געזאגט "דער באשעפער וואס האט זיך נוקם געווען פון אלע שונאי ישראל ביז היינט זאל אויך נקמה נעמען פאר די צער און עגמ"נ וואס איז דיר פאראורזאכט געווארן".

ס'גייט נישט דורך א לאנגע צייט און דער גאון איז פלוצלינג פארשניטן געווארן אין בליענדן עלטער ל"ע, יעדער האט דאן גע'רעש'ט מיט די אפענע וואונדער. צעווישן צדיקים איז אנטשטאנען חילוקי דעות איבער ווער ס'האט גורם געווען צו אט דער ביטערער עונש. ר' יהושע'לע בעלזער האט געזאגט אז דאס איז געקומען מכח זיין קללה, ר' דוד'ל דינובער זעלבסט האט גע'טענה'ט אז דאס וואס דער ר' יהושע העשיל האט אים אזוי מבזה געווען און אז ער האט זיך ארומגעטראגן מיט א קפידא אויף אים, איז שוין גענוג סיבה פארן גרויסן עונש.

אין ווייטן רוסלאנד האט גאר דער סלאנימער רבי ר' אברהמ'לע גע'טענה'ט אז דער עונש איז געקומען צוליב דעם וואס דער ר' יהושע העשיל וואס איז געווען א תלמיד פון ר' אייזל חריף, פלעגט כסדר צו פארן צו זיין רבי'ן, אויפן וועג פלעגט ער אלס אנטרעפן די חסידים וואס פלעגן פארן צו ר' אברהמ'לע, פלעגט ער זיי זאגן מיט אזא זלזול "אה איר פארט צו די רעבע פון סלאנים, וואס הערט איר דארט? פוסטע זאכן! איר עסט ביי אים ווי א הונגעריגער וואס נאגט אויס א ביין און ווערט נישט זאהט, קומט'זשע צו ר' אייזל'ן ביי אים וועט איר געוויס הנאה האבן און ארויס גיין א זאטער", דערפאר -האט ר' אברהמ'עלע אויסגעפירט- אז ער האט גערעדט אויף מיר מיט אזא זלזול איז זיך אים געקומען אט דער גרויסער עונש. (גענומען פונעם בוך מיט'ן נאמען 'די לעצטע טויער')

וואס קלערט דער עולם צו די מעשה? האט שוין איינער דא אמאל געהערט די מעשה?

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:00 pm

· #321501
אייגענס אדער גע'גנב'ט פון א צווייטע בעקער?

ר' דויד'ל דינוב'ער איז געווען א דרייסיג יאר עלטער פון ר' ישוע'לע בעלז'ער

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:05 pm

· #321505
יעצט נאכגעקוקט ר' דוד'ל דינובער איז געווען צוואנציג יאר עלטער, נו דאס פרעגט עפעס אפ די מעשה?

ירא שמים » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:26 pm

· #321511
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
יוסף פערל?

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:28 pm

· #321512
א גוטע אויסוואהל.

יואב » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:52 pm

· #321514
איך זע נישט פארוואס די דאזיגע מעשה זאל זיין מער פרעמד אדער זיך הערן ווייניגער קרוב אל האמת ווי דער ענדלאזער צאל הימל-פליענדע מעשיות וואס האט זיך אלץ אפגעטאן צווישן תלמידי בעל שם.

בכלל, ווי ווייט איך פארשטיי באזירט אויף דעם אין אדם מוריש שקר לבניו, איז דאס אוועקלייגן מענטשן געווען פון די סאמע גרינגסטע זאכן צווישן די יעניגע שרפי מעלה. וואס דארפסטו מער פון דעם, אויף א לומדישער שאלה האט ער נישט געקענט ענטפערן; טיילן כרת האט ער יא געקענט.

איין זאך נאר, יענער ראש הקהל איז לכאורה געווען א גרויסער עסס-האלל און א נישט קליינער אנטיסעמיט. מסתם האט ער נישט געגעבן קיין היטשעס מיט זיין פולי-לאודעד קארעטע בעת ס'האט געריסן א ברוטאלע קרירה, און ווען מ'איז געקומען נאך א נדבה צו אים אינדערהיים האט מען געברויכט אויסטאן די שיך אינדרויסן און ארומשפאצירן מיט די בלויזע זאקן צו באקומען א גאנצן ניקל .א פאקן ליטוואק

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:56 pm

· #321515
יואב, מאכסט מיר לאכן, but wait ס'איז נאכנישט פארטיג.

גר ותושב » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:11 pm

· #321516
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
די מעשה איז בעצם א גמרא
און תוס איז דארט מסביר אז אלע האבן געזאגט אז זייער הקפדה האט געשאדט אלס גם ענוש לצדיק לא טוב און זיי האבן דעראוף תשובה געטוהן.

יואב » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:15 pm

· #321517
גר ותושב
די מעשה איז בעצם א גמרא
און תוס איז דארט מסביר אז אלע האבן געזאגט אז זייער הקפדה האט געשאדט אלס גם ענוש לצדיק לא טוב און זיי האבן דעראוף תשובה געטוהן.

שוין, קשים גרים לישראל כספחת. ליטוואק פון בודאפעסט איז שיער נישט אריינגעפאלן אין זאק דא. יעדער איז שולדיג אז דער גר האט פריער געלערנט בבא בתרא.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:17 pm

· #321518
אוי וויי האסט מיר גע'הרג'ט.
איבער דעם תוס', לערנט'זשע אפ די גמרא און זאג מיר ווי דו זעהסט דאס.
ווי האט דער הייליגער צאנזער רב געזאגט אז בשעת די רמ"א האט געשריבן איבערן מנהג פון זאגן הלל פסח אויף דער נאכט נאכן דאווענען " ואנו אין נוהגין כן" האט דער רמ"א פארלאזט אפאר טרערן.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 15, 2016 11:42 pm

· #321533
שוין וועל איך ברענגן די לשון פונעם בוך 'די לעצטע טויער' אויך באקאנט אין די לומדישע וועלט אלס מסכתא בבא בתרא (כ"ב ע"ב)

רב דימי מנהרדעא אייתי גרוגרות בספינה א"ל ריש גלותא לרבא פוק חזי אי צורבא מרבנן הוא נקיט ליה שוקא א"ל רבא לרב אדא בר אבא פוק תהי ליה בקנקניה נפק [אזל] בעא מיניה פיל שבלע כפיפה מצרית והקיאה דרך בית הרעי מהו לא הוה בידיה א"ל מר ניהו רבא טפח ליה בסנדליה א"ל בין דידי לרבא איכא טובא מיהו על כרחך אנא רבך ורבא רבה דרבך לא נקטו ליה שוקא פסיד גרוגרות דידיה אתא לקמיה דרב יוסף א"ל חזי מר מאי עבדו לי א"ל מאן דלא שהייה לאוניתא דמלכא דאדום לא נשהייה לאוניתיך דכתיב (עמוס ב) כה אמר ה' על שלשה פשעי מואב ועל ארבעה לא אשיבנו על שרפו עצמות מלך אדום לסיד נח נפשיה דרב אדא בר אבא רב יוסף אמר אנא ענישתיה דאנא לטייתיה רב דימי מנהרדעא אמר אנא ענישתיה דאפסיד גרוגרות דידי אביי אמר אנא ענישתיה דאמר להו לרבנן אדמגרמיתו גרמי בי אביי תו אכלו בישרא [שמינא] בי רבא.
די גמרא ברענגט בהמשך צו, נאך אמוראים וואס האבן גענומען קרעדיט.

גר ותושב » דינסטאג פעברואר 16, 2016 9:31 am

· #321572
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
נהורא נפישא
.
איבער דעם תוס', לערנט'זשע אפ די גמרא און זאג מיר ווי דו זעהסט דאס.


ע' תוס' ד"ה אנא ענישתיה

טמיר » דינסטאג פעברואר 16, 2016 10:27 am

· #321583
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
נהורא ביזט אייזן! נאך א מזל כ'האב מיך איינגעהאלטן מיין אויפברויז אויף די מעשה.
דערמאנסט מיר א מעשה, ביי אן אסיפה פון מתנגדי'שע גדולים האט איינער נאכגעזאגט א חסידישע פאני תורה, און דר'עולם האט חוזק געמאכט. דערנאך האט ער געוויזן ווי עס שטייט ערגעץ אין חז"ל

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

אחד העם » דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:33 am

· #321589
אהה סאיז מער א דזשאוק, כאנישט געכאפט, חא חא נאדיר א גרינע... ( קרעדיט #@הוגה)

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 16, 2016 12:16 pm

· #321596
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
יא, צו זיין א ליטוואק דארף מען לערנען. אנישט פאלט מען אריין אין זאק.
ס'איז נישט ממש אזוי ווי די גמרא. נקיט ליה שוקא איז טאקע נאר פאר א תלמיד חכם. פארוואס זאל ער איהם נישט פארהערען?
ס'איז דא נאך א גמרא אין ב"ב וואס מ'קען מאכען אזעלכע אנטי-מתנגדיש'ע מטעמים. ח' ע"א

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 16, 2016 12:51 pm

· #321603
שמעון וואלף
אייגענס אדער גע'גנב'ט פון א צווייטע בעקער?

ר' דויד'ל דינוב'ער איז געווען א דרייסיג יאר עלטער פון ר' ישוע'לע בעלז'ער

שמעון וואלף: נאר ס'קען אויך זיין אז די מעשה איז גענומען פון משכיל'ישע מקורות. זייער ציהל איז אייביג געווען צו לייגן אלע ערליכע אידן, ספעציעל די חסידישע רבי'ס אין זייער א שווארצן ליכט...!

נהורא נפישא » דינסטאג פעברואר 16, 2016 8:16 pm

· #321656
ליטוואק, לאמיר דא קלארשטעלן די אישו איז נישט דא אויב צו קריגן די עקסקלוסיוו רעכטן צו פארקויפן א געוויסע פראדוקט בעדארף מען זיין א תלמיד חכם צו נישט. לאמיר זעהן וואס שטייט דא, רב דימי קומט צו גיין מיט קעסטלעך פייגן פון שיף אראפ, ער וויל מאכן פרנסה, פארשטייט זיך אז די גמרא שטעלט נישט אין ספק אז רב דימי איז נישט געווען קיין קטלא קניא, עפעס האט פאסירט דא אז רב אדא בר אבא האט אים פארהערט און ער איז דורכגעפאלן, אפשר ווייל ער איז געווען אויסגעמוטשעט, אפשר ווייל ער האט אים געפרעגט זייער א לומדישע שאלה פון א פאני מציאות פון א עלעפענט וואס שלינגט איין א קערבל און דערנאך מאכט דאס ארויס ווי ס'שטייט און גייט, אלזא איך קלער אז ר' ישראל סאלאנטער וואלט אפשר מתחילה נישט אנגעהויבן מיט אזא שווערע שאלה, אפשר האט ער געזאלט אנהויבן מיט א שאלה צו אויב איינער פארגעסט יעלה ויבא אום ראש חודש צו ער דארף איבערדאווענען, און אפשר אז ס'שטעלט זיך נעבעך ארויס אז דער באטראפענדער איז א גרויסער עיי"ן ה"א, אפשר וואלט אזא איינער ווי ר' ישראל סאלאנטער דאס איינע מאל זעענדיג אז ער וועט נעבעך בלייבן שטעקן מיט די סחורה, דאס מאל אים ארויסגעהאלפן אויף א געוויסע וועג, אבער אנשטאטס דאס גייט רב אדא און קלאפט אים מיטן שטעקן אויפן פוס מיט א זלזול, דער דברי חיים האט געפאטשט, געשריגן גאלגאן, אבער מען איז כאטש געווארן א געהאלפענער, אבער דא, א נעכטיגן טאג.
וואס קומט דערנאך, רב דימי איז ברוגז, לויפט פארציילן פאר אן אנדערען גדול, אנשטאטס צו געבן חיזוק פאר רב דימי און בארואיגן אז אפשר איז דא געווען עפעס א מיספארשטענדעניש, פארט איז דאך רב אדא אן אדם גדול,א נעכטיגן טאג, וואלט די חפץ חיים אויך ווען געשאלטן? און דאס זאגן אז מיין רבי איז גרעסער, דיין רבי פארקויפט לאקשן, וואספארא סארט מידות איז דאס ? וואלט ר' משה פיינשטיין ווען גערעדט אזוי, און דערנאך ס'פאסירט אן אומגליק, קריגט זיך יעדער צו נעמען קרעדיט ?
נאר מ'מוז דא זאגן אדער אז די מעשיות האבן קיינמאל נישט פאסירט, אדער אז מדות מגונות איז נישט קיין פראבלעם, אדער אז אויף צדיקים פרעגט מען נישט קיין קשיות.
תוס' זאגט טאקע אז זיי האבן חלילה נישט גענומען קיין קרעדיט, נאר זיי האבן זיך מתאונן געווען אז אפשר איז ער נענש געווארן בסיבתם, ד.ה. זיי האבן דאס געזאגט מיט טרערן אין די אויגן, אזוי ווי די דברי חיים זאגט אויפן רמ"א אויף ואנו אין נוהגים כן, רש"י האט אבער נישט קיין פראבלעם מיט וואס ס'שטייט פשוט אין די גמרא, ווייזט אויס אז רש"י איז געווען א גרויסע פשטן און געהאלטן אז אויף א צדיק פרעגט מען נישט קיין קשיות, און דערפאר פרעגט רש"י קיינמאל נישט וא"ת, משא"כ די בעלי תוס' וואס זיי זענען געווען מער בעלי פלפול, האלטן אז אויף א צדיק מעג מען יא פרעגן קשיות, און דערפאר זוכן זיי א תירוץ

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 16, 2016 8:35 pm

· #321657
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
הייסט'ס מ'עט אייך מסביר זיין די טייטש פון נקיט ליה שוקא 'עט שוין אלס געלונגען?

און נאך, ס'איז דא א דריטע מהלך. ווען מ'זעט עפעס אינ'ם גמרא וואס איז קעגען די אייגענעם שכל. דער רמב"ם ברענגט דיין צוויי אין הקדמה לפרק חלק און ער שפעט שטארק דערויף. מ'קען אויך פראבירען אפצולערנען די זאך מיט שכל, וואס האבען זיי געטוהן. ווייזט זיך אויס אז צו זיין א ת"ח פון נקיט ליה שוקא, איז נישט גענוג יעלה ויבא שאלות.
ווייזט זיך אויס אז דאס זיך פארשטעלען אלס א ת"ח און שרייבען אויף זיך רשכבה"ג און פוסק הדור ווען מ'איז א פלעינע יונגערמאן איז ווערט א פאטש.
ווייזט זיך אויס אז ווען א ת"ח ווערט אנגערופען אן עם הארץ איז עס א געפערליכע פאטש און א ווייטאג, וואס אמת'ער מענטשען קענען נישט דערהייבען. ס'טוט אזוי וויי ווי דאס זאגען פאר'ן סאטמארער רב אז דער פופצענסטער דור דארט האט עפעס יא פוגם געווען. מ'רייסט אפ די גאנצע מהות פונ'ם מענטש. פערצופאל איז ביי געוויסע מענטשען ע"ה נישט אזא פאטש, אבער ביי אוהבי חכמה איז עס יא אזוי.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 16, 2016 10:44 pm

· #321665
און ביי אזא שטאראקע פאטש איז מען מעניש מיט מיתה און יעדער נעמט קרעדיט.

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 16, 2016 10:48 pm

· #321667
ליטוואק פון בודאפעסט

ווייזט זיך אויס אז דאס זיך פארשטעלען אלס א ת"ח און שרייבען אויף זיך רשכבה"ג און פוסק הדור ווען מ'איז א פלעינע יונגערמאן איז ווערט א פאטש.


שטייט נישט אין גמ' אז ער האט זיך פארשטעלט ווי א ת"ח און דיינע אנדערע טיטלען וואס האסט איהם צוגעטיילט כדי צו מתיר זיין פעטש, יעצט פארשטיי איך בעסער די פאנעוויזשער מחלוקת.

ביליג » דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:11 pm

· #321671
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
נהורא !!! שטערקער פון אייזן !!!

שמערל » מיטוואך פעברואר 17, 2016 8:53 am

· #321696
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
אויב אנאלעזירט מען דא אמוראים ווי פלעינע מענטשן, וואלט איך ענדערשער קריטיקירט רב דימי ווי יעדן אנדערש.
ער קומט אן מיט א זאק פייגן צו א פרעמדע שטאט, און האפט צו מאכן אפאר דאללאר אויפן חשבון פון אירע געווענליכע ארימע סוחרים וואס וועלן יעצט ברויכן בלייבן שטעקן מיט די סחורה, בלויז ווייל ער איז א תלמוד חכם? ווי איז מענטשליכקייט? און אפשר זענען דא אין שטאט נאך תלמידי חכמים וואס דארפן פונקט אזוי וויכטיג פארקויפן זייערע פייגן, און יעצט וועלן זיי דארפן קאמפיטן מיטן נייעם תלמוד חכם אין טאון?

בלויז אויב קען ער איבערצייגן עז ער'ז דער וועלטס עילוי וואס ממש די וועלט קען זיך נישט באגיין אן זיין כח התורה, אזא איינער ברויך מען אים נאכגעבן די פריוועלעגיע. סתם נאך איינער וואס קען פסק'נן יעלה ויבא שאלות, זאל גיין זיכן א צווייט פלאץ צו פארקויפן זיינע פייגן.

איי איז שווער פארוואס האט מען אים פארשאלטן? ווייל טשעפענען און אריינגעבן פערזענליך האט נאכאלטס נישט אויסגעפעלט.

הקטן » מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:32 am

· #321716
נהורא נפישא

איבער דעם תוס', לערנט'זשע אפ די גמרא און זאג מיר ווי דו זעהסט דאס.

נהורא נפישא

די גמרא ברענגט בהמשך צו, נאך אמוראים וואס האבן גענומען קרעדיט.


וואו זעסטטו און די גמרא אדער איו רש"י אז זיי האבן גענימען קערדיט
זייט ווען איז אמר=גענימען קרעדיט

הקטן » מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:37 am

· #321719
געוואלדיג
און ביי אזא שטאראקע פאטש איז מען מעניש מיט מיתה און יעדער נעמט קרעדיט.

זעה חזן איש

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:43 am

· #321722
@שמערל דו מאכסט די זעלבע טעות ווי דער ליטוואק, שטייט נישט אין גמ' אז ער האט געוואלט האבן מאנאפאל אדער סיי וואס, ס"ה איז ער געקומען מיט א שיף פון טייטלען צו פארקויפן, און אויב וואלט ער געווען א ת"ח וואלט דער ריש גלותא מצידו איהם געגעבן די מאנאפאל, אבער ער מצידו האט זיך קיינמאל פארגעשטעלט אלס א ת"ח און קיינמאל געפאדערט עפעס לכבוד דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:56 am

· #321724
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
נישט דער מאנאפאל. מ'וואלט אפגעשטעלט אנדערע ביז ער פארקויפט זיינס וואס ער האט שוין געהאט געברענגט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמערל » מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:57 am

· #321726
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
אויב האט ער בכלל נישט ערווארטעט אז מ'זאל אים העלפן פארקויפן, פארוואס איז ער געווען ברוגז? און פארוואס האט ער למעשה נישט געקענט פארקויפן זיינע פייגן אויפן פרייען מארקעט, פארוואס האט ער דערלייגט?
על כרחך אז זיין גאנצע ביז עס פלאן איז געווען צו פארדינען נאר ווייל אלס תלמוד חכם וועט ער קענען פארקויפן פאר טייער.

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:03 pm

· #321727
ער האט ערווארטעט צו פארקויפן ווי יעדעם, ער איז געווען פארשעמט אויף די באליידיגונג פון טפח ליה בסנדליה, רב אדא הכהו לרב דימי על סנדלו דרך שחוק, כשם שמכים למי שאינו חשוב.

שמערל » מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:30 pm

· #321731
Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?
לא נקטו ליה שוקא, פסיד גרוגרות דידיה.

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:32 pm

· #321733
אבער נישט צוליב דעם איז ער געווען באליידיגט.

נהורא נפישא » מיטוואך פעברואר 17, 2016 7:41 pm

· #321791
די מעשה אזוי ווי ס'שטייט און גייט קוקט נישט אויס מענטשליך, מ'קען אדער האבן קשיות אויף יעדן פון זיי, אדער אויספיקן איינעם און מאכן פאר די villain ממילא טוט דאס פארענטפערן דעם קעגנער, זע איך אז ליטוואק וויל טענה'ן אז רב דימי האט זיך אהערגעשטעלט ווי א רשכבה"ג, ממילא האט רב אדא אים גוט באליידיגט ווי ס'באדארף צו זיין, אלזא מענטשליכקייט זעה איך נישט דא, אבער ווי ס'ווייזט אויס אז נישט אונזער פארשטאנד אויף מענטשליכקייט דיקטירט ביי תלמידי חכמים, נאר עפעס א באזונדערע תורה'דיגע הגדרה פון מדות טובות, איך גלייב נישט אין דעם איך גלויב אז מדות איז אין אלגעמיין אוניווערסאל (אוודאי איז דא פארשידענהייטן וויאזוי מכריע צו זיין מיט פארשידענע שיקולים אין פארשידענע אומשטענדן ועיין ברע"ב ריש מס' אבות) און ווען די גמרא זאגט אז שיהא שם שמים מתאהב על ידיך רעדט מען דאך צום המון עם וואס ווייסט נישט פון תורה'דיגע מדות, אלזא הרב ליטוואק האלט אז אין אזא פאל האט ער אים געדארפט פאטשן און באליידיגן, איך גלויב נאר נישט אז ר' ישראל סאלאנטער וואלט אזוי געטאן, איך זעה אויך נישט אז מ'זאל עפעס שטאלצירן מיט אזעלכע מעשיות, די שאלה בלייבט נאר אז רב דימי איז דאך אויך געווען א אדם גדול און מיט וואספארא רעכט קענסטו אים פארשווארצן.
ליטוואק איז עפעס נישט צופרידן מיט די כלל אז אויף א צדיק פרעגט מען נישט קיין קשיות, מורינו ר' שמערל איז מסופק דערין וזל"ק אויב קען מען אנאליזירן אמוראים ע"כ, אבער צום סוף בלייבן מיר אלס מיט די זעלבע שוועריגקייטן, הרב ליטוואק איך בין נאר נייגעריק אז אויב די מעשה פון ר' דוד'ל דינובער וואלט געשטאנען אין די גמרא גענוי ווי איך האב עס אפגעשריבן האסטו ווען עפעס א לימוד זכות אויף די אלע צדיקים, אדער די גלויבסט נישט אז מ'קען טרעפן אזא סארט פאסירונג אין די גמרא, הקטן טענה'ט אז ס'פאסט זיך דוקא נישט אריין אין די ווערטער אז יעדער האט גענומען קרעדיט, נאר אז זיי האבן סתם געזאגט, אויב אזוי וואס איז געווען זייער מאטיוו פארן דאס זאגן, קלערסט אז תוס' התנצלות ליגט שטארק אין פשט ? און פארוואס טאקע שווייגט רש"י, איז ער צופרידן מיט די מעשה וויאזוי ס'שטייט ?

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:30 pm

· #321917
וואס גענוי מיינט "אויף א צדיק פרעגט מען נישט קיין קשיות"?
מען טאר נישט פרעגן?
ס'איז נישט שיין צו פרעגן?
ס'מאכט נישט קיין סענס צי פרעגן?
פארוואס טאקע נישט?

נהורא נפישא » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 8:56 pm

· #321931
דאס איז אמאל זיכער אז לויט די חרדי'שע השקפה זענען אלע גדולי וצדיקי האומה, אישי התנ"ך, חכמי המשנה והתלמוד, נישט קיין מענטשן וואס מיר קענען פארשטיין און פסיכאנאלאזירן, איך מיין אז דאס איז דא אנגענומענע מיינונג ביי חרדים, כאטש ס'איז לאו דוקא די טראדיציאנאלע מיינונג, מקורות צו די מיינונג קען מען שוין טרעפן אין חז"ל, אלזא, וואס דאס מיינט איז פשוט מיר זענען נישט בכח צו קריטיקירן אדער שטעלן פראגען בנוגע די אישיות פון די צדיקים ווייל מיר קענען זיי בכלל נישט משיג זיין, לדוגמא קען זיין אז א צדיק טוט עפעס וואס פאר צוקוקער קוקט דאס אויס מאדנע, שלעכט, אבער מיר ווייסן נישט די צדיק'ס כוונות דערביי, אפשר זעט ער עפעס וואס אונז זעען מיר נישט, בעיסיקלי ווען א צדיק טוט עפעס וואס קוקט אויס צו זיין אומריכטיג, איז דאס מחמת קוצר המשיג, ס'איז זיכער אז ס'איז אלעס בצדק נאר מיר זענען דאס נישט משיג.