☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #10130

אשכול אן א טיטל #10130

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10130

— » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 7:08 pm

· #321237

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פליקער » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 7:56 pm

· #321240
סי ען ען און וואשינגטאן פאסט ברענגען אז אבאמא וועט יא נאמענירן א נייעם ריכטער

ליפא » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 7:57 pm

· #321241
ער קען נישט נאמענירן אן סענאט

קאמפיאטער » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 7:59 pm

· #321242
וויאזוי ארבעט עס, קען ער אליין נאמענירען א נייע סופרים קאורט ריכטער, אדער דארף ער עפראוועל פון סענעט?

ליפא » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 8:02 pm

· #321243
ער דארף עפראוועל פון ביידע הייזער

שבת אחים » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 8:09 pm

· #321244
א רחמנות אויף זיין פאמיליע און א געווינס פאר די אמעריקאנע פאלק!

יואליש » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 8:18 pm

· #321247
ליפא
ער דארף עפראוועל פון ביידע הייזער


נישט ביידע הייזער. נאכדעם וואס א פרעזידענט נאמינירט א קאנדידאט, ברויך קודם די סענאט זשודישיערי קאמיטע (צוואנציג מיטגלידער) דאס אונטערזיכן און מאכן א רעקעמאנדאציע, נאכדעם גייט עס פארענט פון די פולע סענאט פאר א וואוט. ביידע האלטן קודם אפ פובליצירטע און פאליטישע הירינגס.

מיט רעפובליקאנע קאנטראל אויף די קאמיטע (11 צו 9) און אין סענאט (54 צו 46) איז שווער צו זעהן אן עפראוועל פאר א ליבעראלע ריכטער וועלכע וועט טוישן די קאנסערוואטיווע מערהייט אויפן באנק.

מסתמא וועלן ביידע אויסניצן די קאמף אלס א מיטל צו הייצן די באזע ארויסצוקומען שטימען נעקסטן נאוועמבער.

טעד קרוז איז אויף די זשודישיערי קאמיטע, און מיר קענען זיין זיכער אז פאר דיזע הירינס וועט ער זיך באווייזן. זיין קאמפיין וועט געפירט ווערן פון דארט. ער וועט מעגליך פארליינען נאך דר. סוז ביכער.

בן אדם » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 10:15 pm

· #321258
שבת אחים
א רחמנות אויף זיין פאמיליע און א געווינס פאר די אמעריקאנע פאלק!

א דוגמא פון א ליבעראלע רחמנות.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 11:19 pm

· #321267
ליפא
ער קען נישט נאמענירן אן סענאט

ליפא: ער קען יא נאמינירן. נאר דער סענאט מוז באשטעטיגן...!

גאלד » זונטאג פעברואר 14, 2016 2:13 pm

· #321326
צו געבן צו פארשטיין,
דער פרעזידענט איז פארפליכטעט צו נאמינירן א נייער ריכטער,
דאס הייסט ער וועהלט איהם אויס און רעקאמענדירט פאר די סענאט,
נאכער מוז עס דער סענאט באשטעטיגן,
אנעם סענאט הסכמה קען קיין שום נאמינאציע פונעם פרעזידענט צושטאנד קומען (נישט דוקא סופרים קארט ריכטער)
א סופרים קאורט ריכטער איז א לעבנסלענגליכער פאזיציע,
דער סענאט איז יעצט קאנטראלירט ביי די רעפובליקאנער און דער פרעזידענט איז א דעמאקראט,
יעצט, היות סקעליע איז געווען א אויסגעשפראכנער קאנסערוואטיווער ריכטער
קענען די רעפובליקאנער נישט אראפשלינגען דעם געדאנק אז אבאמא גייט זיין דער וואס גייט איהם ערזעצן אויף לעולם ועד,
זיי ווילן אז מ'זאל אויסווארטן ביז די קומענדיגע וואלן און דער נייער פרעזידענט זאל נאמינירן,
מיטן טענה אז ער איז א לעים דאק (געלעימטער קאטשקע)
אבער אבאמא איז דא אינגאנצן אומשולדיג,
ער האט נישט געהארגעט סקעליע,
דער פאלק האט איהם ערוועלט פאר 4 יאר נישט 3,
און די גאנצע געדאנק פון "לעים דאק" איז טעאריש, סעהאט קיין שום גרינד אין די געזעץ,
ממילא דארף ער טאן וואס ער האט צו טאן,
און זאל די סענאט טאן וואס זיי ווילן,
ממילא איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די קומענדיגע יאר גייט נאר זיין 8 ריכטער אויפן יו.עס. סופרים קאורט
וואונדערט איר זיך אוואדי וואס איז די הלכה אז די ריכטער זענען ציטיילט חצי חצי איבער א פסק,
4 זאגן אזוי און 4 אזי,
האבעך מיך נישט געפוילט און עס נאכגעפארשט,
דער תירוץ איז אז עס פאלט צוריק צו וואס דער נידעריגער געריכט האט געפסקנט,
ווייל יעדער איינציגער קעיס וואס קומט אן צום סופרים קאורט, בלי שום יוצא מן הכלל, איז א תוצאה פון א פסק פון א נידעריגער געריכט, ווי איין צד איז נישט ציפרידן פונעם פסק און אפעלירט עס,
ממילא איז אזוי אויב איז דא א מיאריטעט פסק למשל 5-3 דאן אחרי רבים להטות,
אויב איז עס 4-4 בלייבט עס ווי דער נידעריגער געריכט האט געפסקנט

שבת אחים » זונטאג פעברואר 14, 2016 5:56 pm

· #321372
בן אדם
שבת אחים
א רחמנות אויף זיין פאמיליע און א געווינס פאר די אמעריקאנע פאלק!

א דוגמא פון א ליבעראלע רחמנות.


ווי האט נאר יענער לץ געזאגט:
!"I am against the death penalty. but I will celebrate the act of God"

ציבעלע-קיגל » מאנטאג פעברואר 15, 2016 12:26 pm

· #321431
פיין, נאך א שיכור אראפ פון מארק...