משה געציל
לייבעלע איז בעיקר באקאנט מיט זיינע רייכע קאמפעזיציעס און אידישע לידער א שטייגער ווי דער באקאנטער שטיקעל ״מיין זיידע ע״ה״. אבער לדעתי האט דער אלגעמיינער גאס היבש אינטער געשאצט זיין שטימע, ער האט געהאט זייער א פולע געשמאקע שטימע, ווי אויך האט ער געדרייט אויסנאם שיין און גליטשיג באגלייט מיט זיינע אייגענארטיגע מתיקותדיגע קרעכצען אין די זייט. ביי מיר איז ער דער דריטער אין ראנג נאך יאסעלע און קווארטען, עס איז זייער אינטערעסאנט ווי אזא חזן ווי לייבעלע איז אזוי פארלוירען געווארען צווישען די אלע אנדערע חזנים ווען ער וואלט ווען געדארפט ארויס צושטארצען מיט זיין זעלטען גוטע ווערק.
דער ליד 'מיין זיידע ע"ה' האט קאמפאזירט דער באקאנטער "אברהם זינגער" ספעציעל פאר לייבעלע, ווי מען זעהט אז עס האט ספעציעלע תנועות פאסיג פאר איהם (פאר ווער ס'פארשטייט)
דא האט איר די ווערטער <a class="postlink" href="http://www.tapuz.co.il/forums2008/articles/article.aspx?forumid=516&aId=28415">http://www.tapuz.co.il/forums2008/artic ... &aId=28415</a>
-----
איך ווייס נישט פארוואס איר זאגט אז "דער אלגעמיינער גאס האט היבש אינטער געשאצט זיין שטימע".
לפי ידיעתי איז ער געווען זייער פאפולער אין זיין צייט. ער פלעגט אסאך ערשיינען אויף די ראדיא - וואס זיין שטימע איז געווען צוגעפאסט דערפאר - און אויף פילמען.
און ער ווערט נאך היינט פאררעכנט צווישן די גרויסע, ביי חובבי חזנות. (כאטש איך וואלט איהם נישט געשטעלט דער דריטער אין ראנג. קאסעוויצקי איז זיכער מער פון איהם)
(פארהאן וואס באצייכענען איהם אלס באריטאן, א זאך וואס נאר געציילטע חזנים - ווי קווארטין און אהרן קאטשקאו - האבן געהאט)
-----
דא איז דער אינהאלטסרייכער בלאג פון וואס קווארטין רעדט <a class="postlink" href="http://leibelewaldman.blogspot.com/">http://leibelewaldman.blogspot.com/</a>
דארט איז דא לייוו דאווענען אום ימים נוראים אין שיקאגא תשל"ו. געוואלדיג שבגעוואלדיג!
ס'איז דא אויך פון איהם א הגדה זאגן לייוו ביי א סדר אין א האטעל (א קאלעקטערס אייטעם)