☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מ'גייט סיינען קאנטרעקט!

מ'גייט סיינען קאנטרעקט!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10128

קל וחומר » פרייטאג פעברואר 12, 2016 12:10 pm

· #321199
מ'גייט סיינען קאנטרעקט!
רבותי כאפטס אייך שטארק אן.... ס'קומט א גוטס....

לטובת הציבור בינעך נענה געווארן לבקשתכם און כ'האב אויסגעארבעט א 'לייקינג קאנטרעקט', ס'ארבעט גאנץ פשוט, דו לייקסט מיר און אויף אויסטויש לייק איך דיר!

ווער ס'איז 'אין' זאל זיך ביטע נישט מעלדן צו מיר אין פרייוועט (בשעת'ן שרייבן די שורות האב איך שוין באקומען אפאר אישי'ס פון חברה וואס גייען פארן געדאנק....), וואס דו קענסט יא טוהן איז, לייק דעם דאזיגן הודעה, און ווארט צו אביסל, לכאורה וועל איך נאך אמאל לייקן דיינע סחורה!

נו, לאמיר זעהן, ווער איז פון די ערשטע דרייסיג?

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 12, 2016 12:13 pm

· #321202
קינדערגארטן איז אין די אנדערע בילדינג, דו האסטוך אביסל צומישט
דרוק דא:

Ivelt.com

קל וחומר » פרייטאג פעברואר 12, 2016 12:19 pm

· #321204
אינטערסאנט אז דו האסט מיר נישט געשיקט צום פאליש... וד"ל... (תרתי משמע)

ביי אונז היימישע אידן איז יעצט אדר, אדרבא טאמער די עולם וויל עס נישט וועליך מערצעשעם (א טערם גענוצט דורך היימישע) אריינגעבן א בקשה צום מנהל ער זאל עס פארמעקן.

עכ"ז באקומסטע פון מיר א לייק (אלס מיין ערשטע השתדלות אין קירוב)