אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10125
אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
סייענטיסטן פייערן א גרויסע זיג! וואס איז געשעהן? ענדליך נאך הונדערט יאהר איז געפראווט געווארן די טעאריע פון איינשטיין פון גרעיוועיטאושאנעל וועיוועס אין ספעיסטיים! פיזיקער און אסטראנאמענאר זענען אויף מיט די נייעס אז ענדליך ענדליך האט מען עס דיטעקטעט!
אלעס פיין און וואויל, אבער פאר מענטשן וואס זענען נישט פארנומען מיט פיזיקס און אסטראנאמיע און ס'גייט זיי נישט אן וועגן קיין בלעיק האולס און געקראכטע סטארס אין די יוניווערס איז דא מעהר א רעלעוואנטע פראדיקשאן פון איינשטיין אסאך נענטער צו אונז, וואס מ'קען זאגן אז ס'איז אויך מעהר ווייניגער לעצטענס געפראווט געווארן וואס קיינער רעדט נישט פון דעם...
דער חכם מכל אדם אלבערט איינשטיין איז געוועהן א שטארקע סאושעליסט און איז געוועהן אקעגן די היינטיגע אמעריקאנע קאפיטאליזם וואס מעהר ווייניגער האט אלעס צוטוהן מיט "וועם מ'קען", און נישט מיט "וואס מ'קען". מ'זאגט אז איינשטיין האט פרידיקטעט אז אויב קעאפיטאליזם וועט אנגיין פאר נאך 2 הונדערט יאר וועלן רוב מענטשן אין אמעריקא הונגערן. למעשה נאכן זוכן אביסל אויף די נעט האב איך נישט געטראפן קיין שום פארלעסליכע מקור וואס זאל האבן דאקומענטירט פונקטליך די quote פון איינשטיין, און ס'קען טאקע זיין אז ער האט זיך נישט פונקטליך אזוי אויסגעדרוקט און ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, אבער וואס איז זיכער אז ער איז געוועהן א סאושעליסט און געוועהן שטארק קעגן שטייפע אמעריקאנע קאפיטאליזם!
דעס איז פון אלבערט איינשטיינס וויקעפידיע בלאט וואס קוואט איינשטיין:
"I am convinced there is only one way to eliminate these grave evils, namely through the establishment of a socialist economy, accompanied by an educational system which would be oriented toward social goals. In such an economy, the means of production are owned by society itself and are utilized in a planned fashion. A planned economy, which adjusts production to the needs of the community, would distribute the work to be done among all those able to work and would guarantee a livelihood to every man, woman, and child. The education of the individual, in addition to promoting his own innate abilities, would attempt to develop in him a sense of responsibility for his fellow-men in place of the glorification of power and success in our present society."
מיר ליגט אין קאפ א נייעס פון נישט לאנג צוריק אז עפעס א טעאריע פון איינשטיין האט זיך ארויסגעשטעלט פאלש
ליפאמיר ליגט אין קאפ א נייעס פון נישט לאנג צוריק אז עפעס א טעאריע פון איינשטיין האט זיך ארויסגעשטעלט פאלש
און מיר ליגט אין קאפ אז דער בעל ויואל משה האט געזאגט פאר מנחם בגין אז די OU הכשר איז טרייף! 😂
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2015/10/22/science/quantum-theory-experiment-said-to-prove-spooky-interactions.html?_r=0&referer=">http://mobile.nytimes.com/2015/10/22/sc ... 0&referer=</a>
איך רעד פון דעם
אינעם קונטרס ווארט-ביי-ווארט פונעם טעיפ, ביו"ד פון דער קדושת יום טוב, איז געדריקט אז דער בעל ויואל משה האט זיך אויס געדריקט אויף איינשטיין אז ער איז א 'שוטה'.
ליפאhttp://mobile.nytimes.com/2015/10/22/science/quantum-theory-experiment-said-to-prove-spooky-interactions.html?_r=0&referer=
איך רעד פון דעם
איך מאך נאר א וויץ, ס׳איז בכלל נישט נוגע צי ער איז געוועהן גערעכט צו נישט. קיינער זאגט נישט אז איינשטיין איז גערעכט מיט אלעס ווייל ער איז געוועהן גערעכט מיט אסאך זאכן! נישט דעס איז מיין ארגעמענט בכלל, וואס איך שרייב איז סתם א אבזערוואציע, מענטשען אין אמעריקא מיינען אז אויב איז איינער א סאושליסט איז ער ווייס-איך-וואס! איז אינטערסאנט צו באמערקן ווער נאך פון די קלוגע מענטשען וואס זענען געוועהן סאושליסטין ספעציעל אין די לעצטע אנטוויקלן וואס אמעריקע גייט יעצט דורך וועגן זייערע עקענאמישע פאליסיס און דער אויפשטייג פון בערני סענדארס און סאושליזים אין אמעריקא!
וואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.
קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.
Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!
כאגעהערט נאכזאגן (כ'נעם נישט קיין פאראנטוואטליכקייט אויף די קראנטקייט), אז איינשטיין האט געהאלטן אז סאטמארער רב איז געווען א שוטה.
Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!
און קארל מארקס איז קלאר געווען א שוטה ער אליין איז קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט א טעאריע וואס זאל אינגאנצן שטימען, זיינע ביכער זענען מלא סתירות.
דעת תורהוואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.
קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.
ווייס איך שוין וואס סאטמארער רב, דער author פון ניו יארק טיימס בעסט סעללער "ויואל משה" האט געהאלטן איבער איינשטיינ'ן. און וואס האט ער געהאלטן איבער קארל מארקס?
Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!
איינשטיין איז געווען דער קליגסטער מענטש אין די היסטאריע פון מענטשהייט, הכל פנים אויב רעכנט מען לויט חכמה וואס איינער האט אמאל מפרסם געווען, איז ער געווען דער וואס האט געברענגט אויף די וועלט די גרעסטע אויפדעקונגען אין היסטאריע.
צו זאגן אז אזא מענטש האט נישט מער שכל ווי א צווייטן אריינצורעדן אין אנדערע עניינים, איז לדעתי א טפשות עצומה.
Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!
איינשטיינ'ס חכמה קומט נישט פון שטודירן. הרבה עשו כן ולא עלתה בידם. ער איז געוועהן א זשיניעס שלא היה כדוגמתו, (פארשטייט זיך חוץ דער ראגאטשווער ) מען קען נאך היינט זעהן אינטערוויוס און בריוון פון אים, קיין נאריש ווארט איז פון אים נישט ארויס. אפשר א פאני פאקס יא.
לעיקוואוד שליט"א האלט אודאי אז ער'ז קלוגער פון איינשטיין, ולא אכניס ראשי להכריע בין שני ההרים האלה...
שמערלאיינשטיין איז געווען דער קליגסטער מענטש אין די היסטאריע פון מענטשהייט, הכל פנים אויב רעכנט מען לויט חכמה וואס איינער האט אמאל מפרסם געווען, איז ער געווען דער וואס האט געברענגט אויף די וועלט די גרעסטע אויפדעקונגען אין היסטאריע.
צו זאגן אז אזא מענטש האט נישט מער שכל ווי א צווייטן אריינצורעדן אין אנדערע עניינים, איז לדעתי א טפשות עצומה.
אין די לעצטע הונדרעט יאהר יא!
מייקל פאראדעי איז לכאורה איבערגעשטיגן איינשטיין און סיי וועמען מיט די גרעסטע אויפדעקענונגן אין היסטארי. אזוי מיין איך. ויש חולקים!
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Michael_Faraday">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Michael_Faraday</a>
קען זײן אײנשטײן איז געװען א סאשעליסט און האט געהאלטן אז קאפיטיליזם גײט ביז צװײ הונדערט יאר ברענגן א הונגער. "אבער" עס איז נישט די זעלבע אמעריקע פון הונדערט יאר צוריק! עס זענען דא א געװאלד מיט פראגראמען צו העלפן מענטשן און משפחות מיט אלעס פון עסן, עדוקעישן ביז רענט און דירות װאס די "קאפיטיליסטן" שטעלן צו. א מענטש הונדערט יאר צוריק האט טאקע כמעט נישט געהאט גארנישט נאר אויב ער'ט געארבײט.
דעת תורהוואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.
קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.
איינשטיין האט געהאט א נערווען בראך? פון ווי נעמסטו דעס? קיינמאל נישט געהערט פון דעם און איך האב זייער אסאך געלייענט וועגן אים.(מקור?)
הער אויס איך זאג דאך קלאר אז איינס האט נישט צוטהן מיטן צווייטן, ס׳איז נישט קיין Argument of authority דא! איך זאג נאר אז אויב איז עס טאקע אמת וואס איינשטיין האט פרידיקטעט איז אינטערסאנט אז מען האלט הונדרעט יאהר שפעטער און מ׳זעט איין אז ער איז מעהר ווייניגער גערעכט געוועהן, היינט איז בכלל נישט ראדיקאל צו טראכטן אז אויב גייט די אמעריקאנע קעפטיליסטישע סיסטעם ווייטער אן אויף די זעלבע וועג וועלן רוב אמעריקאנער הונגערן אין הונדרעט יאהר ארום! מ׳זעט קלאר ווי יעדער יאהר ווערן די רייכע רייכער און די מיטעל קלאס און די ארימע ארימער! דעס איז א פאקט וואס יעדע עקאנאמיסט אין אמעריקא וועט דיר דעס מודה זיין! איז למעשה איז די קוואט שטארק אמת!
ס׳געפעלט מיר וויאזוי די מאכסט אוועק אזא חכם ווי איינשטיין וואס יעדע נארמאלע מענטש אויף דער וועלט האט גאר שטארק רעספעקט פאר אים איך האב נאך דערווייל נישט באגעגענט קיין מענטש זאל אוועקמאכן איינשטיין ווי דיר! אבער ווי האט נאר יענער געזאגט ״ האסט א רעכט צו דיין אייגענע אפיניאן אבער נישט צו דיינע אייגענע פאקטן!״ אמעריקאנע קעפיטיליזים איז א מיאוסע דורכפאל און איז נישט קיין דעמקראטישע סיסטעם אזויווי מ׳האט אונז אלע יאהרן איינגערעדט!
petergrifinקען זײן אײנשטײן איז געװען א סאשעליסט און האט געהאלטן אז קאפיטיליזם גײט ביז צװײ הונדערט יאר ברענגען א הונגער. "אבער" עס איז נישט די זעלבע אמעריקע פון הונדערט יאר צוריק! עס זענען דא א געװאלד מיט פראגראמען צו העלפן מענטשן און משפחות מיט אלעס פון עסן, עדוקעישן ביז רענט און דירות װאס די "קאפיטיליסטן" שטעלן צו. א מענטש הונדערט יאר צוריק האט טאקע כמעט נישט געהאט גארנישט נאר אויב ער'ט געארבײט.
איינשטיין האט נאך געלעבט נאך די new deal פון רוזעוולט און ס'איז שוין געווען דעמאלסט רוב פון די פראגראמען און הילף פון די גאווערמענט!
רוזעװעלט האט אײנגעפירט סאושעל סעקיורעטי װאס איז א לאנג טערם פראגראם און גײט נאך אן. װאס נאך האט ער אײנגעפירט װאס איז געװען בחנם? די אלע פובליק װארקס ריזיגע קאנסטראקשען האט געמײנט אז מען געבט ארבײט. און איז געבליבען א שארט טערם פראגראם.
(אויף למעשה האט עס נישט באמת געהאלפן די דיפרעשען נאר די מלחמה אבער ס'איז א נושא פאר זיך)
פוד סטעמפס און מעדיקער/מעדיקעיד און נאך איז ערשט געבוירן אין די זעכציגער׳ס, סא אין אײנשטײן'ס צײטן איז נישט געװען רוב פראגראמען.
יא אמת! אבער די מושג פון אווער טיים און מינימום וועידזש וכדומה איז שוין געוועהן דעמאלסט! האסט א פוינט גראדע, אבער נאכאלץ נישט דעס איז די מדובר. איינשטיין האט פארשטאנען אז אין א קאפיטיליסטישע סאסייעטי וועלן מענטשען זיין זייער גרידי און די נאטור פון מענטשען איז אז זיי ווילן זיין powerful און דאמינירן איינעם דעם צווייטן, און ער האט פארויסגעזעהן אז מענטשען וואס פארשטיין וויאזוי צומאכן ביזנעס וועלן אין די ענדע דאמינירן אמעריקא ווייל דעס ברענגט זיי power! און ווי פאקט ווייזט אז פאר כמעט יעדע מענטש וואס זיצט אויפן אויבערשטע פונעם שטייסל איז עס נאר דורך אינטערדריקען טויזענטער און מיליאנען אנדערע! למשל די וואלטאן פאמיליע פון וואל-מארט וואלטן קיינמאל נישט געוועהן "אזוי" רייך ווען זיי וואלטן ווען באצאלט זייערע ארבעטארער נארמאלע וועידזשעיס און זיי וואלטן קיינמאל נישט געקענט אנקומען צו די רייכטום און עקזעסטירן אן די אלע ארבעטסלייט וואס ארבעטן ביטער שווער און ווערן אינטערגעצאלט! מ'דארף נישט זיין אזא חכם ווי איינשטיין צו כאפן אז רוב מענטשן ליידער וועלן אויסנוצן און בענעפיטן פון אנדערע מענטשן צו מאכן געלט אויף זייער חשבון און זיי אינטערדרוקן ווי זיי קענען נאר! דאס איז די נאטור פון אלע באשעפענישן - ווער ס'קען בעסער דאמינירן און אויסשפילן יענעם דער איז די געוואונער! אבער אונז מענטשן וואלטן שוין געדארפט זיין קלוגער און ביאנד דעם אין 2016!
איך האלט אויך אז קארפערעישענ'ס מאכען ביליאנען כדי צו קענען קויפן נאך קאמפעניס כדי צו פארדינען נאך ביליאנען כדי צו קויפען נאך קאמפעניס ענד סאו אן, כדי צו סעיװען ריזיגע געלטער אויף טעקס. איז די בעסטע עצה די סאושעליסט װעג אדער אײן מאל פאר אלעמאל זאגן אזוי פיל און אזא פראצענט גײט זײן די טעקס פאר "יעדן אײנעם" און הערטס אויף צו דרײען.
שוין פארקראכן פון נושא, אבער איך זעה נישט אז נאר די רײכע װערן רײכער, נאר גענוג און נאך פון די נײן און נײנציג פראצענט פארדינען שײן געלט פון אנלײן ביזנעס װי פארקויפן זאכן אדער בלאגס און װידיא שאוס, א זאך װאס קײנער אפילו אײנשטײן האט נישט גע'חלומ'ט דערװעגן.
פראגרעמס איז דא לרחצה, נאר די גרעסטע שטער אין מײ אפיניען איז דער פאקט "אדער אלעס אדער גארנישט". מען לאזט דיר נישט זײן עװריזש די מיטל קלאס אין אמעריקא, װײל דאס מײנט אז דו האסט מער פון די נידריגע פארדינער (װאס עהם עהם אויף די ביכער–נישט אלע) פארדינען זײ נישט גענוג, איז ממילא האסטו שוין צופיל.
ערגעץ איז געװען אמאל א אינטערװיאו – כ'געדענק נישט װאו – װי מען האט געפרעגט מערערע רײכע לײט װאס זײ װאלטן געקענט בײשטײן ענדערש, ס'זאל גײן װײטער װי ביז אהער אדער זײ זאלן נאר צאלן א געװיסע פראצענט טעקס וזהו? אסאך האבן געזאגט אז זײ װאלטן געקענט באשטײן אפשען ב' װײל אזוי קענען זײ האלטן די געלט דא וכו'.
וואס הייסט דו זעהסט נישט אז די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער? דו בעצם קענסט עס נישט זעהן! אבער קוק אויף די נומבערס ס'איז דא דאטא אויף דעם, דו קענסט דען גאנץ אמעריקא? צי אפילו נאר א צענטל פון אמעריקא? דו קענסט נישט פסק'נען אזא זאך אן אריינקוקן אין דעם.
בנוגע פראגרעמס ביסטו נישט גערעכט, אונז זעמיר די רייכסטע לאנד פון אלע לענדער און אונז געבן פיל ווייניגער פאר אונזערע בירגער ווי עני נארמאלע ציוויליזירטע לאנד אויף דער וועלט!
איז קודם דארפסטו מודה זיין אין פאקטן און נישט קיין אייגענע אבזערוואציעס:
1) אז די לעצטע פערציג יאר זענען רוב אמעריקאנער ארימער געווארן בשעת די רייכע איין פראצענט זענען phenomenal רייכער געווארן!
2) אז אמעריקע געט פאר די ארימע די ווייניגסטע פון אלע ציוויליזירטע לענדער - בשעת ווען זיי זענען די רייכסטע לאנד!
3) אז ריזיגע קארפערעישאנס באקומען טעקס ברעיקס פון די גאווערמענט אין די ווערד פון טריליאנען דאללער א יאהר!
4) אז מ'קען היינט נישט לעבן קיין נארמאלע לעבן אויף די געהאלט וואס א געווענטליכע וואלמארט ארבעטארער (די גרעסטע ארבעטסגעסער אין אמעריקא) מאכט.
די אלע פיר זאכן זענען פאקטן וואס יעדער קען אליינס שטודירן - און די פאקטן רעדן פאר זיך אליינס!
אמת! און אויף דעם ארויף האב טאקע גערעדט װעגן אונזער צודרײטע טעקס סיסטעם, װאס װען מען שטעלט עס אװעק געהעריג װאלטן אסאך פון די פראבלעמען זיך אויס געלײזט. אין אנדערע װערטער, װײניגער מענטשן װאס דארפען צוקומען צו פראגרעמס אויף עסן!
דעס וואס בערני סענדארס טענה'ט, אויב וואלט וואלמארט באצאלט זייערע ארבעטארער מענטשליכע וועידזשעיס וואלטן אסאך מענטשען נישט געדארפט אנקומען צו וועילפער און אנדערע פראגרעמס!
און אגב די עצם מושג אז מענטשן האבן פארלוירן די זעלבסט רעספעקט און זוכן דײקא צו לעבן פון פראגרעמס איז א נײע זאך װאס איז עפעס װאס אסאך עלטערע מענטשן פלעגן פרובירן צו שטײן װײט פון דעם װי שטארק מעגליך. פארשטײט זיך אז מען דארף דארף מען, איך בלעים נישט קײנעם, מען ברויך דאך לעבן. אלס קינד פלעג איך מיר זײער שעמען װען איך געדארפט באצאלן פאר חלות מיט די פוד סטעמפ בילס! 😳
איך האב נישט קיינע פון די פראגרעמס און איך באקום נישט צוריק קיין פעני די ענדע פון די יאהר! איך צאל נאך צו ווי א טאטלע! און העלט קעיר אינשארינס קאסט מיר א הון רב פאר מיין פאמיליע! דאך פארשטיי איך אז אנדערע דארפן עס יא און ס׳איז וויכטיג פאר אונזער סאסייעטי אז די ארימע זאלן אויך קענען דורכלעבן און אז ס׳זאל זיין א שטארקער מיטל קלאס אין אמעריקא!
petergrifinאון אגב די עצם מושג אז מענטשן האבן פארלוירן די זעלבסט רעספעקט און זוכן דײקא צו לעבן פון פראגרעמס איז א נײע זאך װאס איז עפעס װאס אסאך עלטערע מענטשן פלעגן פרובירן צו שטײן װײט פון דעם װי שטארק מעגליך. פארשטײט זיך אז מען דארף דארף מען, איך בלעים נישט קײנעם, מען ברויך דאך לעבן. אלס קינד פלעג איך מיר זײער שעמען װען איך געדארפט באצאלן פאר חלות מיט די פוד סטעמפ בילס! 😳
דאס קומט פון לעבן מער אינעם חרדי'שן באבל און נישט געבן קיין דעמן וואס די גאס זאגט, אדער טראכט. ביי אונז אין אונזער געזעלשאפט איז דאס א לכתחילה, און עס ווערט נישט באטראכט ווי א שנארערישקייט, א שטייגער ווי חתונה מאכן אין די אלטע ברכה סימא זאלן. מילא פארוואס זאל מען עס נישט טון?
שבת אחים
3) אז ריזיגע קארפערעישאנס באקומען טעקס ברעיקס פון די גאווערמענט אין די ווערד פון 14 טריליאן דאללער א יאהר
הא? דאס איז א טייפא?
איך בין נישט באקאנט מיט די נומערן, אבער דער ציפער מאכט נישט קיין סענס. פון וואו נעמסט די נומבערס?
שמעקעדיגשבת אחים
3) אז ריזיגע קארפערעישאנס באקומען טעקס ברעיקס פון די גאווערמענט אין די ווערד פון 14 טריליאן דאללער א יאהר
הא? דאס איז א טייפא?
איך בין נישט באקאנט מיט די נומערן, אבער דער ציפער מאכט נישט קיין סענס. פון וואו נעמסט די נומבערס?
יא ביסט גערעכט! ס׳איז 1.5 טריליאן דאללער א יאהר מיט סובסידיס פון די גאווערמענט!
איך ווייס טאקע נישט פארוואס כהאב גשריבן פערצן טריליאן.ערגעץ האב איך געלייענט אז עקענאמיסטן האבן א חשבון אז די לעצטע פאהר יאהר האבן די רייכע זיך ארויסגעדרייט פון באצאלן טעקסעס און די ווערט פון טריליאנען אריינגערעכענט אין דעם איז אויך א שאצונג פון די געלטער וואס ווערן באהאלטן אין טעקס העיווענס ווי די קעימען איילענדס.
Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!
שבת אחיםדעת תורהוואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.
קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.
איינשטיין האט געהאט א נערווען בראך? פון ווי נעמסטו דעס? קיינמאל נישט געהערט פון דעם און איך האב זייער אסאך געלייענט וועגן אים.(מקור?)
הער אויס איך זאג דאך קלאר אז איינס האט נישט צוטהן מיטן צווייטן, ס׳איז נישט קיין Argument of authority דא! איך זאג נאר אז אויב איז עס טאקע אמת וואס איינשטיין האט פרידיקטעט איז אינטערסאנט אז מען האלט הונדרעט יאהר שפעטער און מ׳זעט איין אז ער איז מעהר ווייניגער גערעכט געוועהן, היינט איז בכלל נישט ראדיקאל צו טראכטן אז אויב גייט די אמעריקאנע קעפטיליסטישע סיסטעם ווייטער אן אויף די זעלבע וועג וועלן רוב אמעריקאנער הונגערן אין הונדרעט יאהר ארום! מ׳זעט קלאר ווי יעדער יאהר ווערן די רייכע רייכער און די מיטעל קלאס און די ארימע ארימער! דעס איז א פאקט וואס יעדע עקאנאמיסט אין אמעריקא וועט דיר דעס מודה זיין! איז למעשה איז די קוואט שטארק אמת!
ס׳געפעלט מיר וויאזוי די מאכסט אוועק אזא חכם ווי איינשטיין וואס יעדע נארמאלע מענטש אויף דער וועלט האט גאר שטארק רעספעקט פאר אים איך האב נאך דערווייל נישט באגעגענט קיין מענטש זאל אוועקמאכן איינשטיין ווי דיר! אבער ווי האט נאר יענער געזאגט ״ האסט א רעכט צו דיין אייגענע אפיניאן אבער נישט צו דיינע אייגענע פאקטן!״ אמעריקאנע קעפיטיליזים איז א מיאוסע דורכפאל און איז נישט קיין דעמקראטישע סיסטעם אזויווי מ׳האט אונז אלע יאהרן איינגערעדט!
קודם, בארואיגט אייך. איך מאך בכלל נישט אוועק איינשטיין. ער דארף נישט מיר איך זאל אים אויסרימען. איך האב נאר ארויס געברענגט א פשוט'ע פאקט אז איינשטיין'ס פעלד איז געווען סייענס נישט עקאנאמיע אדער סאציאלאגיע.
די נערוון בראך חלק האב איך געליינט יארן צוריק אין א חרדי'שע פובליקאציע. למעשה האב איך געזען דו לייקנסט עס אזוי קאטעגאריש, האב איך געזוכט אביסל, זע איך טאקע אז קיינער ברענגט דאס נישט עמטליך, נאר אז ער האט דאס גענוצט פאר א תירוץ צו סקיפן סקול, האט ער געברענגט א צעטל פון א דאקטאר אז ער האט א נערוון בראך. (אמת אדער נישט, די היסטאריקער און ארכעאלאגן אין אפאר דורות וועלן עס מסתמא אננעמען פאר א פאקט, זינט עס איז דאך דא א צעטל פון א דאקטאר).
בנוגע קאפיטאליזם, ווי דו שרייבסט אליין ברויך מען נישט זיין קיין איינשטיין דאס אויס צו פיגור'ן. דאס איז די פרייז וואס מ'צאלט פאר א פרייע מארקעט און שוואכע טעקס. קאנסערוואטיוון לעומת זה האבן אויך א פוינט, אז אויב די טאפ 1 פראצענט איז מצליח העלפט דאס די גאנצע עקאנאמיע. די פראבלעם איז אז מיט די פארמערטע טעכנאלאגישע מעגליכקייטן ווי ראבאטן נעמען איבער מענטשן, און קאמבינירט מיט די מעגליכקייט צו נוצן אויסלענדישע ארבעטער וואס קאמפיטן מיט די אמעריקאנע ארבעטער און אפערן די זעלבע ארבעט פאר א צענטל די קאמפענסעישאן, איז קאפיטאליזם א פשוט'ע באנקראט פאר די 99 פראצענט. די רייכע ווערן רייכער און די עקאנאמיע בומט, אבער עס האט גארנישט מיטן עולם, מיט די ארבעטער קלאס.
@שמעקעדיג לייען דעס:
ק/פ פון א אלטע תגובה
שבת אחיםיא יא, זיי מאכן א פיינעם לעבן און דרייען זיך ארויס צו באצאלן זייערע טעקסעס און זיי באקומען געשוואלנע סובסידיס פון די גאווערמענט מיטן אפקויפן פאליטשאנס אין וואשינגטאן בשעת רוב אמעריקע מיטשעט זיך אויף טאג טעגליך!
אומגלויבליך!!! !Taxpayer Handouts to the Super Rich That Will Make Your Blood Boil Big oil subsidies $37.5 billion/year
Tax Breaks for obscene CEO bonuses $7 billion/year
Tax cuts for luxury corporate jets $300 million/year
Pharmaceutical subsidies $270 billion/year
Capital gains tax breaks $51 billion/year
Corporate tax subsidies from state and local governments $80.4 billion/year
Handouts to Big Ag $18 billion/year
Welfare for Wall Street $83 billion/year
Export-Import bank subsidies $112 billion
Federal contracts for the top 200 biggest companies $880 billion/year
The combined cost of these 10 corporate welfare programs is $1.539 trillion per year. The three main programs needy families depend upon — Temporary Assistance for Needy Families ($17.3 billion), food stamps ($74 billion), and the Earned Income Tax Credit ($67.2 billion) — cost just $158.5 billion in total. This means we spend ten times as much on corporate welfare and handouts to the top 1 percent than we do on welfare for working families struggling to make ends meet.

<a class="postlink" href="http://usuncut.com/class-war/10-corporate-welfare-programs-that-will-make-your-blood-boil/">http://usuncut.com/class-war/10-corpora ... lood-boil/</a>
@דעת תורה פרייע מארקעט מיינט נאך נישט אז אפאר מענטשען אדער אפילו אפאר טויזענט מענשטען זאלן אלעס איבערנעמען און נישט דארפן באצאלן זייערע ארבעטארערס א מענשטליכע געהאלט! אין די 1950 יאהרן האט א עוורידזש ארבעטארער געמאכט א שעה אין אמעריקא לויט די היינטיגע געלט א ערך פון $50 דאללער א שעה היינט איז עס בערך ניין דאללער א שעה! אין אייזענהאורס צייטן האבן די רייכע באצאלט העכער זיבעציג פראצענט אינקאם טעקס און היינט איז עס א חוזק וויפל זיי באצאלן און ס׳ווערט נאר ווייניגער! בקיצור מיין פוינט איז אז ס׳קען נאך אלץ זיין א פרייע מארקעט און האבן א שטארקע מיטל-קלאס! ס׳דארף נישט זיין אזויווי ס׳איז יעצט- די וואס האבן יא און די וואס האבן נישט, די וואס האבן א ווארט און די גאווערמענט פאליסיס און די וואס האבן נישט! ס׳איז געווארן צו עקסטרעם אויף יענע זייט און אביסל סאושליזים אין אמעריקא קען נישט שאטן!
דעס וואס די קאנסערוועטיוון טעהנן אז אויב די טאפ איין פראצענט איז מצליח העלפסט עס יעדעם איינעם איז א קלארע ליגענט! די רייכע זענען זייער רייך געווארן די לעצטע פערציג יאהר און זיי האבן נישט געגעבן קיין ש*ט פאר די ארימע! דעס איז א ליגענט וואס קעפיטיליסטן זאגן איבער אפילו זיי גלייבן אליינס נישט דערינען!
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
איך האב דיר מסביר געווען די 2 זייטיגע סיבות וואס האבן גורם געווען דעם מצב, עס מיינט נישט אז קאפיטאליזם איז געווען ראנג למפרע. כהיום, און ספעציעל אין א גלאבאלע עקאנאמיע, ביסטו גערעכט אז קאפיטאליזם איז מער נישט רעלעוואנט.
[ציטאט אראפגענומען]
די גאנצע פלפול איז דאך צו צאמישן איינשטיין מיט בערני סענדארס און מאכן פון דעם איין קוגעל. חוץ מזה בערני סענדארס איז נישט קיין ירידות הדורות ס׳איז עלי׳ לדורות. 🙂. שוין איך רעד שוין צופיל שטותים. א גיטע נאכט!
נאך א אינטעלעקטול איינע פון מיינע רבי׳ס די באוואוסטע קארל סעיגאן ז״ל רעדט איבער סאושליזים
Wow!
<a class="postlink" href="http://youtu.be/BYdxFKTYJIQ">http://youtu.be/BYdxFKTYJIQ</a>
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
דולה ומשקהאינעם קונטרס ווארט-ביי-ווארט פונעם טעיפ, ביו"ד פון דער קדושת יום טוב, איז געדריקט אז דער בעל ויואל משה האט זיך אויס געדריקט אויף איינשטיין אז ער איז א 'שוטה'.
מען זאגט פונעם דער "מלאך" אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף איינשטיין "ער איז ווי א קינד וואס שפילט מיט צואה"
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
א ''שוטה'' א קינד וואס שפילט מיט ''צואה''. די אויסדרוקען שטימט בכלל מיט די מציאות? מיט אא'ס רעקארד?
א מצווה צו באגראבן איינעם וואס איז נישט פרום-קען זיין אבער עס טוט גארנישט אויף עס הייבט נישט אידישקייט די תוה'ק אדער ווי קלוג אונז חרדים זעמיר אויב עפעס ווייזט עס אז אונז זענען עפעס נישט אזוי זיכער מיט אונזערע אידישקייט.
כ'בין חושד אז ער האט עס געזאגט אין קאנטעקסט פון אלוקות ווס. גשמיות.
ביי חסידים איז גשמיות בא'טיטול'ט געווארן 'צואה' ע"פ המאמר אז עס האט זיך געשאפן פון די שמרי האופנים.
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
ס'בכלל נישט שווער צו פארשטיין די מימרא, און איך פארדעכטיג אז איינשטיין וואלט מיט געשטימט מיט אים. פוינט איז אז וויפיל ער האט שוין משיג געווען - בחכמת הטבע! לאו דוקא אלקות - איז עס כערך א קינד וואס שפילט מיט צואה קעגן וויפיל עס איז גניז בגווי'.
כעלעמער מגיד, ס׳איז אכשר דרא אין א עוועלאושענערי פראסעס!
איך האב נישט קיין הוא אמינא שבעולם אז אויב איינשטיין וואלט געלעבט אין די חז״ל׳ס צייטן וואלט ער דערמאנט געווארן אין די גמרא און זיי וואלטן מסתמא נאכגעזאגט געוויסע פון זיינע מימרות און זיי וואלטן אים באטילט אלץ א חכם, און אפגערעדט אויב וואלט ער געלעבט אין רמב״ם׳ס צייטן וואלט די רמבם אסאך גענאשט פון אים פונקט אזויווי זיי האבן גענאשט פון די ערשטע גריכישע חכמים און פילאסעפערס!
נאר וואס דען? די לעצטע הונדרעט יאר איז דא א אנדרע תורה אינגאנצן! זיצן אפאר אויסגעדראשענע יושבי חושך רבנים אין א בעיסמעינט, זיי האבן נעבעך נישט די מינדענסטע אהנונג וויפל צוויי מיט זעקס באטרעפט, זיי ווייסן נישט וואס א אטאם און א מאליקועל איז, זיי קענען אפילו נישט נאכזאגן די ווארט אקסידזשיען און זיי ווייסן נישט ווי דער זון גייט ביינאכט און ווי די לבנה גייט בייטאג. אבער איין זאך ווייסן זיי יא אז ביי שאלישידעס דארפן זיי פארקויפן באבע מעשיות פאר זייערע 16 מענטשען וואס האבן זיך אריינגעשטיפט אין זייער סעמעדריש, נו? וואס זאגט מען? וואס קענען שוין אזעליכע חכמים און נבונים וואס וואשען ראציגע מקוה האנטיכער יומם ולילה זאגן ? ״נעה דער איינשטיין וואס ווייסט ער? ער שפילט זיך מיט צואה!!!״ און פארטיג ס׳איז א פארזיגלטע done deal מיטן חותם פונעם שארמעשער בי״ד והגלילות!!!
אמאל האט ״חכמה״ עפעס געמיינט סהאט געשפילט א ראלע ביי אלע אידישע חכמים ז״ל אבער נישט די היינטיגע רע-בנים! אז עפעס האט נישט מיט זייער אגענדע אדער זייער באקוועמליכקייט איז עס אויטעמאטיש צא טמא! סהאט גאנץ ווייניג צוטהן צי ס׳איז חכמה צי ס׳איז טיפשות וואס איינשטיין זאגט, זיי האבן גארנישט פון איינשטיין׳ס חכמה אין פיזיקס זיי דארפן ווייטער אויפווישן די שריים פון די הערינג זאפט און אפרייניגן די טישן פון די אויליגע סארדינס וואס דער עולם האט פארחזרט ווען די לעקטער איז געוועהן פארשפארט ביי די געהויבענע רעוא דרעוין און מ׳האט נישט געקענט פונקטליך זעהן צו מלייגט אריין דאס פישל אין מויל צו אין דער נאז אריין, זיי דארפן ווייטער קלינען די ביסקעס און טוישן די טוילעט פאפיר און אנגרייטן הויפנס פון קאצקע צוקער מיט גאלדען פלאו מילך, ווי קומט דער טמנע גוי דער שוטה איינשטיין אריין דא? ער לייגט דאך נישט קיין תפילין ??? עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון אים אין די עלים לתרופה און די דבר יום ביומו!?
בלייבט נאר איבער צו וויסן וואס די היינטיגע חכמים די הני כלבין דחציפין ווי שאול יצחק ראבינאוויטש, יוסף מזרחי, שרגא פרידמאן, הלל מילך-קעסטלך, איצא גליק, משה בער בעק, דער טיליפ פון ספרינג וואלי מיט זיינע אורים ותומים טשערי לעיטס, דער פ*ה א**מה רבי פון 53 סטריט,און יואלי צימערמאן האבן צו זאגן אויף איינשטיין
#חכמה_בכל_העולם_כולו_תאמין!
די באוואוסטע סייענטיסט פראפעסאר סטיווען האוקינגס פון ענגלאנד זאגט אז מ׳זאל מורא האבן פון ״קעפיטיליזם״ און נישט פון ראובאטס...
<a class="postlink" href="http://www.cnet.com/news/stephen-hawking-says-we-should-be-more-frightened-of-capitalism-than-robots/">http://www.cnet.com/news/stephen-hawkin ... an-robots/</a>
Why Stephen Hawking is more afraid of capitalism than robots
<a class="postlink" href="http://www.vox.com/2016/2/27/11119804/stephen-hawking-robots">http://www.vox.com/2016/2/27/11119804/s ... ing-robots</a>
/
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
<a class="postlink" href="https://www-bbc-com.cdn.ampproject.org/v/s/www.bbc.com/news/amp/world-us-canada-46438116?amp_js_v=a2&_gsa=1#referrer=https%3A%2F%2Fwww.google.com&_tf=From%20%251%24s&share=https%3A%2F%2Fwww.bbc.com%2Fnews%2Fworld-us-canada-46438116">https://www-bbc-com.cdn.ampproject.org/ ... a-46438116</a>
Sent from my SM-G950U using Tapatalk