☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שיינע פרעזענטאציע פון שניצלער און פינקי וועבער ביי RCCS

שיינע פרעזענטאציע פון שניצלער און פינקי וועבער ביי RCCS

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10106

ליפא » מיטוואך פעברואר 3, 2016 10:32 pm

· #320174
שיינע פרעזענטאציע פון שניצלער און פינקי וועבער ביי RCCS
פארגעקומען נעכטן נאכט. קודם רעדט און זינגט א קינד לייפער, נאכדעם צוויי אלטע ניגונים פון מיכאל , מיט מיכאל און פינקי וועבער, ס'הייבט זיך אן ביי 6:00 מינוט אריין.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 1:32 am

· #320181
Re: שיינע פרעזענטאציע פון שניצלער און פינקי וועבער ביי RCCS
מיר א חידוש דער גאנצע מיכאל,
עיהם איז געלונגען צו בלייבן כשר ביי אונז.
ער האט געמאכט אסאך נויז בשעתו, זיין טרעק 5 מיט די אלע וואיס נאוטס ער פלעגט צו לאזן ווי ער שעלט ארום די רבנים אין שרייט אז מזאל זיך אפשניידען די פיאות כדי צו לערנען די רבנים טאנצן, אבער גארנישט....
ער איז דא מיט אונז, ער ראקט ארום ביי חסידישע חתונות שיינט אויף ביי אווענטס ווי קיינמאל ביפאר.
וואס איז פשט ליפא למשל איז געווארן אזוי פארטריבען מער ווי עיהם? היינט צוטאגס פארשטיי איך שוין, אבער כרעדט פאר די שני וחמישי שיעורים אין פאר די קלומביע יונערוועסעטי שטותים, שוין אסאאאאך פארדעים איז ער שוין געווען טריפה דא. מהאט עיהם נישט געזעהן ביי חתונות אין זיכער נישט ביי קיין דינער׳ס.

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 1:40 am

· #320182
ער פלעגט זען ווי רבנים ווילן נישט טאנצן ווען ער זינגט האט עס אים געבאדערט האט ער געטראכט פון אנדערע וועג מאכן רבנים טאנצן.. ער האט געוואלט זיי זען טאנצן אויף עפעס א וועג. ערנסט גערעדט ווי קומט אריין שמעלצער צו שניצלער? דו פארגלייכסט זייערע ביידע ווערק אייניג? מיכאל האט ארויסגעגעבן היימישע אידישע איידעלע סידיס און דער אנדערער אינגאנצן עפעס אנדערש.
און מיכאל האט אויך עפעס א חן וואס דעם אנדערן פעלט.

אבער עניוועי איז דאס אלעס וואס נעמסט ארויס פון דעם קליפ? גארנישט עפעס פאזיטיוו?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 1:46 am

· #320184
שיינע פרעזענטאציע פון שניצלער און פינקי וועבער ביי RCCS
כגלייך זיי ביידע נישט צוזאם בכלל
סארא קשר טאמער ער האט אמאל ארויס געגעבן היימישע אידישע איידעלע סידיס? שמעלצער האט אויך ארויס געגעבן שמע קולינו אויך היימישע איידעל סידי.
יא, נאר דאס נעם איך ארויס. כבין נישט געווארן איבערצייגט פון זיין קוויטשענען, סארי

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 1:47 am

· #320185
שיינע פרעזענטאציע? פונקט גוט פאר א אונטערן פלעי.
נישט פאר א פראפעשענעל פערפארמענס

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:03 am

· #320188
שטילע דו מיינסט עס ערענסט? ווי פארגלייכסטו ליפא צו מיכאל, מיכאל האט ארויסגעגעבן קליפס ווי ער זינגט מיט מיידלאך מיט שני וחמישיס קאלאמיביע... מיכאל האט געמאכט אזאלכע ניגונים ווי בוה בוה און עיגעל?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:09 am

· #320189
למעשה פרעגסטו גיט שטילע, איך מיין אז די תירוץ איז אז מיכאל האט למעשה קיינמאל נישט געטרעטן און געשטויסן אזוי ווי ליפא , מען האט פארשטאנען אז ער איז אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם און שוין. משא"כ ליפא

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:22 pm

· #322038
יעצט געקוקט די בוני עולם וויליאמסבורג "א נשמה"!
הערליך! פראפעשענעל! (אפילו ס'האט נישט מיט "דודי קאליש)