לעווין געשטארבן ביי לואי שיינערס געבורטס פארטי.
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10104
לעווין געשטארבן ביי לואי שיינערס געבורטס פארטי.
הקדמה, אויב ס'שוין דא א רעדע דערוועגן, זאל מען מיר צו פירן אהין, ביטע
שוין דינסטיג און דער עולם איז עפעס שטיל, איך הער נישט רעדן וועגן דעם טראגעדיע.
וואס מיינט דאס, א יונגער בחור זאל שטארבן אזוי אומגעראכטן און ס'איז א פארשווייגעניש. מי שפך את דמו?
שרייב מער פרטים.
געוועזענע מוצאי שבת איז פארגעקומען א פארטי ביי דער באקאנטער מיליאנער 'לואי שיינער' וואס שטיצט שטארק נושרים, און עפעס א בחור פון מאנראו איז דארט געווארן שיכור, און האט אנגעהויבן ברעכן און זיך דערשטיקט פון די שליים אין האלדז און זיך דערווארגן צו טויט.
איך קען נישט גלייבן אז קיינער רעדט נישט דערפון.
ס'דא עטליכע נוסחאות וואס האט צוגעברענגט דעם אינצידענט, ווער ס'האט עהם אנגעשיכור'ט און ווער ס'איז אחריות אויף זיין טויט.
דאס ערגסטע איז, אז ס'איז טויט שטיל און ס'שוין א האלבע וואך אריבער און ס'שאקלט נישט קיין הערצער.
Not from Monroe
📎 IMG_20160203_173724.jpg
איך פארשטיי נישט ער איז דוירך די מעדיקע"ל עקסעמענ"ר? וואס זאגט ער, איז דא פינגער אפדריקען אויפן האלדז? אויב נישט וואס איז די רציחה אויב האט ער זיך געשטיקט אויף שליים? ווער האט אים אנגעטרונקען who cares יענע האט אים זיכער נישט אנגעכאפט און אריינגעשטופט די באטל בל כרחו אין מויל.
יעצט איך האב נישט געוויסט פון דער מעשה ביז דריי סעקונדעס צוריק ווען די האסט עס דא געשריבן עס איז טאקע א שרעקליכע טראגעדיע אז א בחור איז ליידער אוועק בדמי ימיו
אבער פארוואס מוז מען האלטן אז איינער איז שולדיג? די טראגעדיע איז פונקט אזוי גרויס ווען קיינער איז נישט שולדיג
קודם כל, וואס איז די פארשווייגעניש.
שנית, יש דברים בגו, אז מ'וויל עס שטיל מאכן, און ספעציעל עפעס שמעקט נישט די זאך גוט.
ס'נישט די ערשטע מאל וואס ביי לואי שיינער איז פארגעקומען זאכן - נישט ממש דאס, אבער ס'נישט צו געזונט און ערליך עס ארויסצושרייבן, און ס'דעמאלטס אויך פארשוויגן געווארן.
דאס מיינט אז ווער ס'האט כסף קען פארווישן וואס ער וויל?
פארשווייגעניש? מפורסם:
<a class="postlink" href="http://yudelstake.blogspot.com/2016/01/i-know-lot-of-you-enjoy-drinking-its.html">http://yudelstake.blogspot.com/2016/01/ ... g-its.html</a>
גלויבער? וואס הייסט ער שטיצט שטארק נושרים? וואס מיינט נושרים? אטדי״ס? און וויאזוי שטיצט ער זיי? ער געט זיי אלקהאל? איך מיין גארנישט שלעכטס, איך וויל נאר פארשטיין.
ווער ווייסט מער פרטים, פארוואס מ'האט עהם נישט געקענט ראטעווען.
וואו איז ער געווען ווען ס'געשען, אז קיינער דארט האט נישט געקענט מאכן דעם 'היימליך'.
די מעשה איז זייער פארנעפלט, איך ווארט אויף קראנטע פרטים.
אגב, וואס איז דארט געווען, א בירד'דעי פארטי אדער עפעס ... נישט לעגאל
די קענסט ליינען די ברידערס פאוסט דריי תגובות צוריק דוירט שטייט אלעס
לית דין בר נשדי קענסט ליינען די ברידערס פאוסט דריי תגובות צוריק דוירט שטייט אלעס
זיי מוחל און געב עס דא איבער
ישראל גלויבערקודם כל, וואס איז די פארשווייגעניש.
שנית, יש דברים בגו, אז מ'וויל עס שטיל מאכן, און ספעציעל עפעס שמעקט נישט די זאך גוט.
ס'נישט די ערשטע מאל וואס ביי לואי שיינער איז פארגעקומען זאכן - נישט ממש דאס, אבער ס'נישט צו געזונט און ערליך עס ארויסצושרייבן, און ס'דעמאלטס אויך פארשוויגן געווארן.
דאס מיינט אז ווער ס'האט כסף קען פארווישן וואס ער וויל?
ישראל גלויבער: די שאלה איז. (אדער דארף זיין.) ווער האט איהם צו געברענגט אז ער זאלל זיך דרייען אויף אזאלכע פלעצער. און זיין לעבן זאלל זיין אזוי שטארק בשפל המצב, אז ער זאלל וועללן דערשטיקן זיינע יסורי הנפש דורך שיכרות...?!
ב"ה איך קען נישט זיינע עלטערן (מיט זייער גילטי קאנשענס, אויף די עבירות וואס זיי האבן אנגעשטעלט אין זייער פינסטער לעבן. צוברענגענדיג אז זייער זון זאלל ווערן אזוי ירוד...!).
ר' בערל ווי קומט דא אריין זיינע עלטערן? וואס זענען די עלטערן שולדיג?
שבת אחים: דו ביסט דאך א קלוגער איד מיט אן אופען מיינד. דארפסטו פארשטיין אז לכה"פ. 99% פון די נושרים/או.טי.די. יוגנטליכע זענען צוגעקומען צו זייער מצב, ווייל זיי האבן נישט באקומען די ווארימקייט און ליבשאפט וואס א קינד דארף באקומען פון זיינע/אירע עלטערן. א קינד דארף וויסן און פיהלן אז סיי וואספארא פראבלעם ער באגעגנט אין לעבן דארף ער גיין צו זיינע עלטערן נאך הילף. און אויך דארף דאס קינד שפירן אז זיין עלטערנ'ס היים איז זיין באזע און דאס בעסטע פלאץ וואו ער קען נאר גיין.
די סיבות זענען פארשידנארטיג. אמאל איז עס די גילטי קאונשענס פון איינס אדער ביידע פון די עלטערן וועלכע וויללן אזוי צו זאגן מכפר זיין אויף דעם לייפסטייל וואס זיי האבן געלעבט אין זייער יוגנט. און יעצט גייען זיי צו אן עקסטרעם מיט שטרענגקייט און פאלשע פרומקייט.
אויך קען עס אמאל זיין אז די עלטערן האבן א גרויסע שנאה און פאראכטונג---אנשטאטס ליבשאפט---איינער פאר'ן צווייטן. און ממילא קענען זיי נישט משפיע זיין קיין ליבשאפט צו זייערע קינדער. און דאס קינד פיהלט נישט קיין קשר צו זיין שטוב און צו די עלטערן. און זיי ברעכן זיך אפ פון די משפחה. און פארשטייצעך אז די הויפט ראטגעבערס זענען חברים און חבר'טעס, וועלכע האבן גארנישט מער לעבן'ס דערפארונג ווי זיי אליין. און זיי פאללן אריין אין געפערליכע און סכנות'דיגע סיטואציעס...!
איך בין דאך געווען זייער נייגעריג וואס ליגט דא אונטער דעם נעפל.
האב איך געמאכט ריסורדש, און יא, יגעתי ומצאתי, דא איז עפעס שטיל געווארן די זאך, און עיקר חסר מן הספר.
איך האב א גוטע חבר וואס איז נאנט מיט א דאקטאר וואס קען די סטארי דא, און ער זאגט אויך, אז סתם א שיכור זאל זיך דערשטיקן 'צו טויט' פון ברעכן, איז נישט קיין דבר שכיח, און ס'מוז זיין עפעס האט ער געטרונקן שעדליך, אדער איז נאך עפעס געווען דא אונטער טיש.
נאר היות מיר לאזן נישט מאכן קיין אוי טאפסי בלייבט עס שטיין ביי דעם.
מיין חבר איז אויך גוט מיט א דאקטאר ער זאגט מען קען יא שטארבן פון פלעין זיך שטיקן אויף הוצאת הפה באמצע השינה
איך בין גוט מיט איינעם וואס קען איינעם וואס איז גוט מיט א שומרים מעמבער, יענער זאגט אז דא איז גארנישט מער געשען ווי דאס וואס מ'האט שוין געהערט.
ביי לואי שיינער דרייען זיך נישט קיין ערנסטע ערליכע יודען, ס'איז א מקום שכרות, און ווי איך לייען אין א צווייטע בלאג, האבן די רבנים שוין לאנג גע'אסר'ט זיך צו דרייען דארט, נאכן עהם בעטן צו פארמאכן זיין 24\7 טרונק הויז.
ווער ווייסט צו ס'נישט א עונש פאר די קלות ראש און וכו' וכו'.. וואס דארט קומט פאר בלי הפסק.
Re: לעווין געשטארבן ביי לואי שיינערס געבורטס פארטי.
מקען פארמעקן די אשכול
איינער האט דא א אינטערעסע
איך האב געהערט אז דער בחור לעווין'ס שוועסטער האט גע'עפענט א בלעטל אין פייסבוק, ווי זי פירט א סקאנדאל וועגן דעם אינצידענט, איינער האט מער פרטים?
Re: לעווין געשטארבן ביי לואי שיינערס געבורטס פארטי.
קיינער אויסער ישראל גלויבער פירט נישט קיין סקאנדאל
<a class="postlink" href="http://dusiznies.blogspot.com/2016/01/ari-levin-26-year-old-passes-on-in.html">http://dusiznies.blogspot.com/2016/01/a ... on-in.html</a>
berlbalagulehשבת אחים: דו ביסט דאך א קלוגער איד מיט אן אופען מיינד. דארפסטו פארשטיין אז לכה"פ. 99% פון די נושרים/או.טי.די. יוגנטליכע זענען צוגעקומען צו זייער מצב, ווייל זיי האבן נישט באקומען די ווארימקייט און ליבשאפט וואס א קינד דארף באקומען פון זיינע/אירע עלטערן..!
ר׳ בערל מאכסט א הנחה אן קיין שום דעקונג! דו זאגסט ״דארפסט פארשטיין״ אז רוב אטד׳יס זענען אנגעקומען צו אזא מצב ווייל דעס און דעס, פון ווייסטו??? געבסט נאך א פונקטליכע ציפער 99%! האסט געמאכט א שטודיע? האסט אויסגעפרעגט די מענטשען ? רוב אטד׳יס וואס איך קען האט עס גארנישט צוטוהן מיט די עלטערן (און איך גלייב איך קען 10 מאל אזויפיל אטדי׳ס ווי אייך ווייל איך דריי מיך מיט זיי), מאך נישט קיין הנחות בעיסט אויף דיינע פילינגס דעס איז א טעות פון זייער אסאך מענטשען אויף דער וועלט ספעציעל חסידים! זיי מאכן הנחות וואס איז זייער סובדזשעקטיוו ווייל אזוי פילן זייערע געוויסען און סמאכט זיי פילן באקוועם, וואס דו זאגסט איז 100 פראצענט נישט ריכטיג! איך קען ממש נישט קיין איין אט״ד וואס זאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אפגעפארן!
חוץ מזה איז זייער נישט קיין שיינע זאך צו דעבאטירן אויף א אפענע פארום נאך אזא טראגעדיע וואס איך גלייב אז די עלטערן און די משפחה זענען שטארק צובראכן און ס׳איז נישט קיין שיינע זאך צו שרייבן אזא זאך וואס איר האט געשריבן אין פובליק לדעתי, כהאב עס באמת נישט ערווארטעט אז אזא קלוגע איד ווי איר זאל אריינמישן די עלטערן! אנטשולדיגט איך בין געגעאנגען צו שארף! איך מיין גארנישט פערזענליך ר׳ בערל טייערער!
אדרבה, אלע זאלן אהינגיין, מ'קען דארט טרונקן טאג און נאכט, און מ'שעפט עמערס מיט שמחת החיים..
ביסטו נארמאל?
אז ס'פאסירט אזא זאך, אנשטאט זיך מתבונן זיין וואס דא איז געשען און נישט אונטערקערן די טראגעדיעס אונטערן בעט, מאכט מען א שווייג.
ס'טוט וויי די משפחה.. שאאאאא
ס'וויפילטע נשמה וואס איז אוועקגענומען געווארן וועגן די לייכטזיניגקייט? מ'דארף וויסן אז עפעס איז דא ראנג, יונגע מענטשן פארלירן לעבענס אויף אזעלכע אופנים, טאר מען נישט שלאפן, מ'דארף דאס אויסרופן הויעך און קלאר.
אויב ס'איז א מקום ווי ס'פעלט יראת שמים, איז דאס א תהום געוואלד
ישראל גלויבערביי לואי שיינער דרייען זיך נישט קיין ערנסטע ערליכע יודען, ס'איז א מקום שכרות, און ווי איך לייען אין א צווייטע בלאג, האבן די רבנים שוין לאנג גע'אסר'ט זיך צו דרייען דארט, נאכן עהם בעטן צו פארמאכן זיין 24\7 טרונק הויז.
ווער ווייסט צו ס'נישט א עונש פאר די קלות ראש און וכו' וכו'.. וואס דארט קומט פאר בלי הפסק.
ר' ישראל גלויבער: און אויב ס'געפונען זיך דארט מינדעריעריגע אין סיי וועלכע צייט, קען די ממשלה זיך אריינמישן און ס'קען ווערן אן ערנסטע גראטשקע...!
איז נישט לואי שיינער א ברסלבער? איר לייגט אים דא אראפ אלץ א מאנסטער, איך האב דאך געהערט אז ער איז א פרומער, גראדע קען איך א אט״ד משפחה וואס דער מאן ( א טאטע פון זעקס קינדער)איז אוועקגעלויפן אין א צווייטע מדינה פאר יאהרן לאנג און נישט געוואלט געבן א גט און ער האט אסאך כוחות אריינגעלייגט אז ער זאל צוריק קומען און ער האט עס טאקע אויסגעפירט זי האט שוין נאכאמל חתונה געהאט, ער האט באצאלט א שיינע פרייז סיי פאר די אינגערמאן און סיי פאר די פרוי אז זיי זאלן זיך אויסקומען, סהאט אים געקאסט אסאך געלט און אסאך צייט, און ער האט גארנישט געהאט דערפון אויסער גמילת חסדים, איך קען די מעשה פירסט הענד, און לויט יענע מעשה קוקט ער מיר אויס צו זיין זייער א פיינע מענטש, אבער איך קען נישט זיינע אנדערע מעשיות במילא ווייס איך נישט. אבער כהאב קיינמאל נישט געהערט די אלע מעשיות וואס איר פארציילט דא.
ס'איז שוין דא אן אלטע מלחמה ציווישן סקווירא אין ברעסלב.
ישראל גלויבער, ווי ס'זעהט אויס פון דיינע תגובות האסטו ערנסטע אינטערעסן אז די טראגעדיע זאל הייסן מיטרעיעז אדער ווערן א סקאנדאל.
ליידער איז עס געווען א אידיש קינד פון די נדחי ישראל, וואס ביי די סארט בחורים איז דאס אנטרונקען זיך פרייטאג צונאכטס א רוטין, אלעס טרונקט, שיכור'ט און הוליעט ביז שפעט אויפדערנאכט, עס איז די נאכט וואס זיי ווארטן דורכאויס די וואך צו קענען טרונקען, עס דארף בכלל נישט הייסן אז עמיצער האט איהם אנגעטונקען, ער איז געווען א חלק פון א גרעסערע גרופע וואס האט אינאיינעם גע'שיכורט.
דער בחור ע"ה איז געפאלן און איינגעשלאפן אויף די ערד אין בית הכבוד 'אויפן רוקן', ווי באקאנט, ווען א מענטש שלאפט איין נאכן זיך אנטרונקען קען ער זיך נישט געהעריג באוועגן, דאס איז צוליב דעם וואס די מוסקלען האבן נישט די שטארקייט, איז ווען ער האט אנגעהויבען ברעכן האט ער זיך געשטיקט ווייל זיין גוף איז געווען צו אנגעטרונקען און אלס רעזולטאט שוואך צו קענען עס אויסברעכן, און דו פארשטייסט אליין אז וויפל עס איז שווער פאר אזא איינעם זיך צו באוועגן אויף א בעט, איז נאך פול שווערער זיך צו באוועגן אויף א הארטע שטיינערנע בית הכסא ערד.
עס איז זייער ווייטאגליך אז אזא זאך האט פאסירט, אבער נאך אלס נישט נישט אין פלאץ צו מאכן דערפון א סקאנדאל.
זאל זיין נשמה האבן אן עליה.
זייער אסך פין די אטדיס ווייסען אליין נישט קאנשעסלי וואס שטיפט זיי?
הוגהעלערט