וויפיל פורים געלט פאר'ן מלמד/טיטשער?
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #101
וויפיל פורים געלט פאר'ן מלמד/טיטשער?
איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען דא מאכן א סורוועי, אבער רופט אייך אן "מעניועל": וויפיל געלט געסטו פאר די רבי'ס, טיטשערס, מגידי שיעור? ווענדט זיך וועלכע קלאס? און צי געסטו אויך פאר דעם באס רבי און דער באס דרייווער?
Re: וויפיל פורים געלט פאר'ן מלמד/טיטשער?
דאס איז א שווערע שאלה, דאס איז תלוי ווי א שווער קינד דער מדובר איז, ווי שטארק דארף זיך דער מלמד אפגעבען מיט איהם. והשנית פארשטייט זיך ווי טיף אריין אין אייער קעשענע קען אייער האנט דערגרייכען. איז אזוי, די פראגע איז ווי אזוי טוט דער המון עם?
באס דרייווער $10
באס מלמד $10
מלמד $50 ספעציעלע קינד $75-100
טיטשער (אינגעל) $25
טיטשער (מיידעל) $15 היות דארט איז דא מערערע טיטשערס
איך האב געגעבן טשעקס פאר פיר באס טיטשערס. איטליכע פון צעהן דאללער. איינס איז נאך נישט דעפאזיטעד געווארן.
מיינט דאס אז יענער האלט אז מען האט איר געגעבן צו ווייניג?
משולם שטיינפעלדאיך האב געגעבן טשעקס פאר פיר באס טיטשערס. איטליכע פון צעהן דאללער. איינס איז נאך נישט דעפאזיטעד געווארן.
מיינט דאס אז יענער האלט אז מען האט איר געגעבן צו ווייניג?
מוז נישט זיין, די טשעק דרייט זיך מסתמא ארום פון מעכיל צו רעכיל, ביז ס'וועט ענדגילטיג אנקומען אין באנק.
משולם שטיינפעלדאיך האב געגעבן טשעקס פאר פיר באס טיטשערס. איטליכע פון צעהן דאללער. איינס איז נאך נישט דעפאזיטעד געווארן.
מיינט דאס אז יענער האלט אז מען האט איר געגעבן צו ווייניג?
נאך פון פורים???? אדער שבועות געלט?
[ציטאט אראפגענומען]
שיינסט צו זיין אביסל פארמעגליך, אדער האסטו נאכנישט קיין גרויס געזינדל,
אבי גערעדט[ציטאט אראפגענומען]
שיינסט צו זיין אביסל פארמעגליך, אדער האסטו נאכנישט קיין גרויס געזינדל,
איך האלט אז מע דארף גוט טיפן, און 50 פאר א מלמד איז בכלל נישט א סאך. אויזער אויב מע געט יעדע חודש...
פאר א באס דרייווער איין אדער צוויי מאל א יאר איז 25 גארנישט. א חבר א באס דרייווער דערציילט מיר אז average (אידיש?) באקומט ער חנוכה 50 און קיינמאל נישט אונטער 20 30 דאלער. נניין סע נישט מיין קינדס באס דרייווער...
א כלל גדול איז דא אז מע שמירט די רעדער פארט עס, און ווען איך האב גענומען טיפן די מלמדים גאר גוט און סאך סאך מער ווי 50 פאר חנוכה, האב איך פונקט אנגעהויבן צו באקומען קאלס מיט גוטע גריסן און ביי פראבלעמען האט מען שנעלער גענומען care.
אודאי דארפן מלמדים טוהן די זעלבע ביי יעדע קינד אבער ביי די פילע קלאסעם וואס סע דא היינט איז זיייער זייער שווער.
איך ווארט אז די מלמדים און באס דרייוועס זאלן מיך לייקען יעצט 😉
יעצט זומער האבען א חלק פון מיינט קינדער אנדערע רבי'ס ווי א גאנץ יאר, און אלע מיידלעך האבען אנדערע סטעף ווי אויך האבען די קעמפער'ס קאונסלער'ס און מדריכים
איז דא בערך א ממוצע וואס דער עולם צאלט?
מיט עטליכע קינדער קע"ה קען די טיפען אויסקומען גאר א גרויסע סכום, הלוואי וואלט איך דאס אריינגעלייגט אין דעם זוממער בודשעט...
למעשה וויפיל געלט געט איר פארען מלמד/טיטשער?
מיין זון'ס מלמד באקומט ר"ח געלט ממילא איז געווענליך די פורים טיפ בלויז 50. די ענגליש טיטשער זיינער וואלט ווען געפאסט ער זאל "מיך" טיפן פאר צער און בושת און פארן צולערנען מיט מיין אינגל ווען ער קומט אהיים.
מיין טאכטער'ס טיטשערס באקומען נישט קיין ר"ח געלט ממילא איז די פורים טיפ מער, בערך הונדערט איטליכע.
א טיטשער דארף מען טיפן?
אז איך ברענג משלוח מנות צום מלמד קומט שוין מיט א טיפ, אבער וווער ברענגט משלוח מנות צום טיטשער?
משלוח מנות צום רבי'ן דארף זיך אויפהערען, מ'ברענגט דאס פאר פורים ושלום על ישראל, האלב פורים שלעפ איך זיך ארום צו די מלמדים.
א אנטשעפענישט.
פארוואס זאל מען נישט טיפן א טיטשטער? אויב זי לייגט אריין כוחות, קומט איר נישט א טיפ?
איין פראבלעם איז דא אז ביי די יונגלעך האט יעדער איין מלמד, און ביי די מיידלעך האט יעדע מיידל צוויי דריי טיטשטער'ס, אבער איך פרוביר צו שיקן פאר יעדן כאטש אביסל מיט א שטיקל פאעם אין די זייט (איך קען דאך שוין פאעזיע היינט צוטאג'ס..), צו ארויס ווייזן הכרת הטוב, אסאך מאל איז די גוט ווארט מער ווערט פון די געלט.
וועגן משלוח מנות איז דאך שוין היינט א סאפיסיקירטע וועלט, מען מאכט א פורים טאג אין חדר און אין סקול, און דעמאלט'ס שיקט מען די משלוח מנות פאר די מלמדים/טיטשער'ס (מיט די טיפ'ס שטייצעך), שוין געענדיגט מיט די אמאליגע צייט ווען מען האט זיך געדארפט ארום שלעפן פורים, אכשר דרא.
אינטערסאנט כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם, אבער וואס איז די גרויסע פראבלעם פון דעם שוחד? אז ער גייט נישט אנרייסן דיין זוהן ווי ס'דארף צו זיין??
אנאנים דו געבסט 200$ דאלער פאר א מלמד?? איך האב געמיינט אז 100 איז איבער גענוג
דאס איז שוין ריכטיגע חסד של אמת, ער קען שוין נישט צוריק צאלן..
דעס איז זייער שיין פון דיר, דעס איז הכרת הטוב!
גערעכט גוט געזאגט.
בדרך אגב אויפן קליינעם זאגט מען שאמרי מיט א "י"..
איך געב געווענליך ר"ח געלט 20 25 ממילא פורים געב איך געווענליך אויך, באקומען ער אדר דאפלט, היי יאר האב איך גראדע געגעבן מער פארן מלמד ווייל ער איז ב"ה גאר גוט, און מיין אינגל איז זייער צופרידן
טיטשער'ס איז 10 דאלער צוליב ווייל ס'איז אין די דאזען
באס דרייווער באס רבי? איך זע נישט קיין סיבה פארוואס מען דארף זיי טיפן.
ביים גאר קליינער מאכט זיך עס נישט ווייל ער גייט שפעט, אביסל גרעסער שטעלט זיך שוין די באס נישט אין פראנט פון הויז ממילא....
וואס וועט זיין די הלכה אז מען געט א טיפ פאר די באס רבי און נישט פארן דריווער? וועט זיך טון הריגות, די באס רבי וועט שרייען ווארט, און דער דריווער וועט זאגן ניין, ער האט מיר נישט געטיפט
איך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
קאווע טרינקעראיך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
פארוואס נישט? דו ווילסט דיך נישט קענען גרויס האלטען פאר דיין איידעם אז דיין טאכטער האט שוין אלטס קליין מיידעל געקענט ניגונים פון יום טוב עהרליך???
לעמילקאווע טרינקעראיך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
פארוואס נישט? דו ווילסט דיך נישט קענען גרויס האלטען פאר דיין איידעם אז דיין טאכטער האט שוין אלטס קליין מיידעל געקענט ניגונים פון יום טוב עהרליך???
מיין איידעם זאל נעמען מיין טאכטער אויב ס'געפעלט אים, נאכן אינטערזוכען דורך און דורך, איך גיי אים נישט שטיפן.
קאווע טרינקערלעמילקאווע טרינקעראיך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
פארוואס נישט? דו ווילסט דיך נישט קענען גרויס האלטען פאר דיין איידעם אז דיין טאכטער האט שוין אלטס קליין מיידעל געקענט ניגונים פון יום טוב עהרליך???
מיין איידעם זאל נעמען מיין טאכטער אויב ס'געפעלט אים, נאכן אינטערזוכען דורך און דורך, איך גיי אים נישט שטיפן.
וועסט אים לאזען אינטערזוכען דורך און דורך??? אפשר ווער איך דיין איידעם? 😂
יא, אזוי איז געווען בימי חז"ל. זעה אנהייב מס' כתובות.
קאווע טרינקעריא, אזוי איז געווען בימי חז"ל. זעה אנהייב מס' כתובות.
אריין און אכשר דרא אשכול
קאווע טרינקער איך גיי אים נישט שטיפן.
נאך א מזל!
שתי משמעות לשטיפן,'וד"ל'
מלמד הונדערט
טיטשער 25
באס דרייוער און רבי 10
איך גיב פאר יעדע מלמד 100 שעה פון לערנען, אזוי ווי די רבי'ס (די גרויסע רבי'ס) באקומען ביי די שמחות...
איך גיב פארן מלמד ערליך א 50 דאלער יעדן חודש, ווייל ביי די פאריעריגע מלמד פון מיין זון האב איך געזען, אז די חודש וואס איך גיב נישט, איז מיין זון א דריטע קלאס בירגער
אין נאך א אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט, אז ווען איך שיק א גרעסערע סומע למשל חנוכה, ווערט מיין זון אוטאמאטיש יענע וואך די "תלמוד השבוע"
איבעראל גייט עס אזוי, בין איך די פרנס השבוע וועט יענע וואך מיין יונגל געווינען די גורל האב איך געשיקט געלט צום מלמד איז מיין יונגל די שבת טאטע און מיין מיידל די מצוה מיידל. אבי די געלט צאלט זיך אויס