☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » סאטמארער אויסגאבעס "פנים אל פנים" און "פני הכלב"

סאטמארער אויסגאבעס "פנים אל פנים" און "פני הכלב"

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10095

יואליש » פרייטאג יאנואר 22, 2016 11:40 am

· #318536
סאטמארער אויסגאבעס "פנים אל פנים" און "פני הכלב"
אפגעטיילט פון אנדערע אשכול

דרך אגב, "פנים אל פנים" פלעגט גיסן פעך און שוועבעל אויף ר' מנשה פילאף. פארוואס? Hint: ס'האט צוטוהן מיט 'ר מנשה'ס טבע צו אפווייכן פון מחלוקת. 😛

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 22, 2016 12:07 pm

· #318544
'פנים אל פנים' איז דוכט זיך געווען געווענדעט אקעגן שאולזאהנ'ס 'פנים חדשות' צייטונג, ריכטיג?
סאטמארע בחורים האבן דאס ארויסגעגעבן כדי צו אפענטפערן און חוזק מאכן פון שאולזאהן און שטייצעך פון די שונאים ווי בני יואל וכדו'.

נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:11 pm

· #318567
ס'איז געווען א צייטונג פנים אל פנים וואס איז געווען געווידמעט אקעגן בני יואל און אקעגן פנים חדשות וואס האט דאן געשריבן אקעגן סאטמאר ברך משה לשביעת רצונם פון בני יואל וואס האבן געפיטערט שאולזאהן מיט סחורה.

יואליש » פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:37 pm

· #318571
די איראניע פון די מזרח'יסטישע צייטונג אין א זייט, "פנים אל פנים" איז געווען די סאטמאר'ער ענטפער צו שאולזאהן'ס "פנים חדשות." געדריקט אין "דער איד" אפיס, איז די צייטונג ערשינען אין די ווינטער חדשים צווישן חנוכה און פורים תשנ"ד. ערשטע עקזעמפלאר איז ערשינען אים חנוכה דערקלערענדיג "פרסומא ניסא" ווייל קהל יט"ל האט אפגעהאלטן א זיג אין געריכט איבער די בית יואל דירה אויף בעדפארד קעגן ר' נחמן בראך. דורכאוס שובבי"ם איז די צייטונג פארקויפט געווארן אין געשעפטן פון "אנשי שלומינו", אריינגערעכנט געשעפטן אין ק"י וועלכע וועלן בשום אין פנים נישט פארקויפן דער שטערן אדער מאמענט.

אויף פורים איז ארויסגעקומען די לעצטע צייטונג אין א ניו יארק טיימס פארמאט, געריפן "הסתרת פנים".

שמערל » פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:40 pm

· #318573
Re: הרב מנשה פילאפ אטאקירט "מאמענט" און אנדערע אויסגאבעס (אפ
ווי אויך איז געווען פני הכלב.

יואליש » פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:41 pm

· #318574
שמערל
ווי אויך איז געווען פני הכלב.


גערעכט. יענע יאר? אדער איבעראס יאר פורים?

יואליש » פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:42 pm

· #318575
[ציטאט אראפגענומען]


כ'גלייב אז בלויז געציילטע קאלעקטארס האבן עס נאך

ברוך בער » פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:48 pm

· #318578
איך בין געווען א קינד געדענק גוט דעם פנים אל פנים, נאכדעם האבן זיי געטוישט דעם נאמען צו פני הכלב. מיט הכלב איבערגעטייטש צו זיין ראשי תיבות 'האגער 'קאשוי 'לייטנער 'ברייער (מארגנשטערן). אינטערן אלטן משכיליש לאזונג: די הינט בילן און דער באן פארט ווייטער.

געווען נישט קיין סוד עס איז געדרוקט געווארן אין איד אפיס. א חידוש ראובן ווייסט נישט דערפון. געווען זייער שמוציק איר'ט נישט טרעפן אזאנס אפילו היינט אינעם אינטערנעט עפאכע. איך געדענק נאר אזאנע העדליינס ווי אלטע פייגע האט געמאכט קולות אז די טיכל איז איר אראפגעפאלן וכדומה. זייער מיאוס באשריבן ר' מאטעלע וויזשניץ, קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער.

נא ווער ברענגט קאפיס? יואליש לאמיר זעהן באווייז עס.

יואליש » פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:00 pm

· #318584
כ'האב נישט קיין קאפיעס. די שמוציגע סטיל איז נאכגעמאכט די סטיל פון פנים חדשות, הענס פנים "אל" פנים. כמיין פני הכלב איז אויך געווען א פורים אויסגאבע.

מאטי » פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:11 pm

· #318587
נהורא נפישא
ס'איז געווען א צייטונג פנים אל פנים וואס איז געווען געווידמעט אקעגן בני יואל און אקעגן פנים חדשות וואס האט דאן געשריבן אקעגן סאטמאר ברך משה לשביעת רצונם פון בני יואל וואס האבן געפיטערט שאולזאהן מיט סחורה.

ס'איז אויך געווען געווידמעט אפצושלאגן יוסל וואלדמאנ'ס אויסגאבע "חרדיש'ע טריביון"

ברוך בער » פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:27 pm

· #318590
חרדישע טריביון איז ערשינען א גוטע פאר יאר פריער.
געפעלט מיר וואו טייל דא בארעכטיגן א שמוץ בלאט אפיציעל דורכן אפיס פונעם צייטונג פונעם סאטמארן קהל, אז עס געווען 'געווידמעט' קעגן יענעם אנדערן שמוץ בלאט.

דעת תורה » פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:43 pm

· #318598
Re: הרב מנשה פילאפ אטאקירט "מאמענט" און אנדערע אויסגאבעס (אפ
ס'איז מסתמא דא קאפיעס פון איינצלנע זייטן אינעם צייטונג, אינעם קונטרס "מעלבונה של תורה" אדער אנדערע אזאלכע.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 24, 2016 3:01 pm

· #318791
שמעקעדיג
'פנים אל פנים' איז דוכט זיך געווען געווענדעט אקעגן שאולזאהנ'ס 'פנים חדשות' צייטונג, ריכטיג?
סאטמארע בחורים האבן דאס ארויסגעגעבן כדי צו אפענטפערן און חוזק מאכן פון שאולזאהן און שטייצעך פון די שונאים ווי בני יואל וכדו'.

איך האב זייער שטארק הנאה געהאט דאס צו ליינען. נאר ס'איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן. איין מימרא אדער מאמר וועלכע גייט מיר נישט ארויס פון קאפ האביך געליינט אין..פנים אל פנים"...זיי האבן געברענגט א קארטון פון א ריזיגן אפארטמענט בילדינג אין לאנדאן מיט אויסגעשאסענע פענצטערס. און
נו. איך גיב טאקע א שמייכל. כ'האב מורא אז דו וועסט אויכעט שמייכלען...!!...!איין שכנ'טע זאגט פאר די צווייטע..."בעריש (ב.) האט שוין ווידער געגעסן טשאלנט

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 24, 2016 6:08 pm

· #318823
זאג נאר,דו בעלעגלה דארט, ווען איז דיין ברמצוה? ווי גייטו קויפען א הוט? דו לאכסט אויף די סארט וויצען נאך אין דיין יארען?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 24, 2016 6:12 pm

· #318824
זאג נאר,דו בעלעגלה דארט, ווען איז דיין ברמצוה? ווי גייטו קויפען א הוט? דו לאכסט אויף די סארט וויצען נאך אין דיין יארען?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 25, 2016 2:08 pm

· #318906
ליטוואק פון בודאפעסט
זאג נאר,דו בעלעגלה דארט, ווען איז דיין ברמצוה? ווי גייטו קויפען א הוט? דו לאכסט אויף די סארט וויצען נאך אין דיין יארען?

ליטפאק: וואס האסטו דיך אזוי צוהיצט...? על מה חרה אפו וחמתו בערה בו. דו האלטסט זיך פאר אן עקספערט אין הלכה. מילא דו ביסט א יושב אוהל, כ'האב מורא אז נישט.... דו זיצט אפ אויפ'ן אינטערנעט יומם ולילה. קיין שום פראדוקטיווע, זאכליכע הודעה האביך נאכנישט געזעהן פון דיר. קיין טראפ אינפארמאציע אדער נוצליכע ידיעות זענען נאכנישט ארויסגעקומען פון דיין פענע. נאר מעלה גרה און נאכאמאל מעלה גרה ככ-- שב על קיאו. מיט לויטער קרומע סברות און קאפ-דרייענישן. דו ביסט זיך מפלפל (מילא ווען דאס וואלט געווען אמת, החרשתי.) נאר דו מאכסט אוועק אלץ און אלעמען. במחילת כבודך, רעדסטו און שרייבסט זייער א צובראכענעם און צוקאליטשעטן אידיש.

אנטשולדיגט: ס'איז נאך געבליבן א סאך תוכחת מוסר און גיפט אין מיין קיבאורד. נאר איך מוז לויפן צום באס. פיהרן די אידישע קינדערלעך אהיים פון ישיבה... המשך יבוא, אי"ה.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 25, 2016 2:32 pm

· #318908
😂 😂 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 25, 2016 2:59 pm

· #318911
דו הערסט @אינטערסאנטער? אזוי דארף מען עס מאכען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 25, 2016 3:00 pm

· #318912
Re: הרב מנשה פילאפ אטאקירט "מאמענט" און אנדערע אויסגאבעס (אפ

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:07 pm

· #318937
berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט
זאג נאר,דו בעלעגלה דארט, ווען איז דיין ברמצוה? ווי גייטו קויפען א הוט? דו לאכסט אויף די סארט וויצען נאך אין דיין יארען?

ליטפאק: וואס האסטו דיך זיך אזוי צוהיצט...? על מה חרה אפו וחמתו בערה בו.? דו האלטסט זיך פאר אן עקספערט אין הלכה., מילא דו ביסט ביסט דו א יושב אוהל, כ'האב מורא אז נישט.... ס'איז אפגעהאקט אינדערמיט, וואס איז דאס? א שאלה? אן אויסדרוק? דו זיצט זיך אפ אויפ'ן אינטערנעט יומם ולילה. קיין שום פראדוקטיווע, זאכליכע הודעה האביך האב איך נאכנישט געזעהן פון דיר. קיין טראפ אינפארמאציע אדער נוצליכע ידיעות זענען נאכנישט ארויסגעקומען פון דיין פענע. נאר מעלה גרה און נאכאמאל מעלה גרה ככ-- שב על קיאו פעלט א ווארט אז מ'זאל דאס קענען לינען געהעריג. מיט לויטער קרומע סברות און קאפ-דרייענישן וואס איז מיט לויטער..., פעלט א ווארט. דו ביסט זיך מפלפל (מילא ווען דאס וואלט געווען אמת, החרשתי.) נאר דו מאכסט אוועק אלץ און אלעמען דאס ליינט זיך בכלל נישט, ביסט מפלפל נאר מאכסטו אוועק?!. במחילת כבודך, רעדסטו און שרייבסט זייער א צובראכענעם און צוקאליטשעטן דער ווארט קען איך נישט, וואס דארף עס צו מיינען?אידיש.

אנטשולדיגט: ס'איז נאך געבליבן א סאך תוכחת מוסר און גיפט אין מיין קיבאורד., נאר איך מוז לויפן צום באס.,[color=#FF4040][/color] פיהרן די אידישע קינדערלעך אהיים פון ישיבה... המשך יבוא, אי"ה.


טאמער איהר ווילט, קען איך ארומגייען פאררעכטען דיין לשון עלגים וואס איז נישט אידיש, נישט לה"ק און נישט ענגליש און מסתמא אויך נישט אונגאריש. איבערטייטשען אויף אידיש וואלט עס געמאכט ליינבאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 1, 2016 6:47 am

· #319716
ווער קען מיישב זיין די סתירה? איז עס א דאללאר צו פינף און זיבעציג צענט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 1, 2016 6:51 am

· #319717
טאקע זייער גאנצע הנחה אז 'דער הונט בילט און דער באן פארט ווייטער' איז א מוסר השכל. יא יא, די באן איז ווייטער געפארען, אבער סוף סוף איז דער הונט אנגעקומען.
מ'מיינט מ'איז אלמעכטיג, מ'קען באטרעטען יעדער ווידערשטאנד, אבער צום סוף האט עס געפלאצט.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:31 am

· #319725
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער קען מיישב זיין די סתירה? איז עס א דאללאר צו פינף און זיבעציג צענט?

עס זענען אויסגעמישט עטליכע בלעטער איינס אינעם צווייטן, חושך וחושך משתמשים בערבוביא... פני הכלב און פנים אל פנים זענען 2 באזונדערע אויסגאבעס.