berlbalaguleh[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. דאס דערמאנט מיך א מעשה. (שהיה). ווען דער ניו יארק סענאטאר, דזשעיקאב דזשאוויץ, וועלכער איז געווען א איד. טראצדעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט א גוי'טע. (דער זכות זאלל איהם אוודאי ביישטיין לאחר מאה ועשרים...) איז געשטארבן, האבן זיך באטייליגט א סאך גדולים וחשובים ביי זיין לויה. זיין נאכפאלגער. סענאטאר פעטריק מאיניהען, וועלכער איז געווען פון איירישן אפשטאם, איז אויך דארט געווען. פארשטייצעך אז ער האט געהאלטן א דרשה און מרבה געווען בשבחו פונ'ם פארשטארבענעם סענאטאר. צום סוף האט ער אויסגערופן..."דזשעק, לחיים"...! וועלנדיג ווייזן אז ער ווייסט אויך עפעס פון אידישקייט...! אדער קענמען לערנען פשט. אז וויבאלד ביי אן איירישע..."וועיק"..די צערעמאניע וואס מ'האלט אפ די נאכט פאר די לוויה האבן זיי א מנהג וותיקין צו טרונקען זייער א סאך ברוינפן. האט ער אנגעווינטשן פאר זיין פארשטארבענעם קאלעגע, לחיים... 😂
האסט שוין אמאל געברענגט די מעשה



