☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » Making a Murderer

Making a Murderer

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10070

קאמפיאטער » זונטאג יאנואר 24, 2016 6:50 pm

· #318827
Making a Murderer
כלבאשבוע

זייט גרייט צו פארברענען 10 שעה אויף נעטפליקס. אומגלויבליך!
MakingAMurderer#


אין קורצען.

--ספוילער--

די מעשה רעדט זיך פון איינער סטיוו עיווערי און זיין נעפיו ברענדי דעססי, וואס זיי זיצען יעצט אין תפיסה פאר א קריים וואס זיי זאגן אז זיי האבן נישט געטוהן.

סטיוו עיווערי, איז שוין געזיצען פאר "אכצען!" יאר פאר א קריים וואס "די ען עי" האט שפעטער קלאר אויפגעוויזען אז ער האט נישט געטוהן, נאכן ארויסקומען איז ער געווארן א גאנצע הירא זיך געפיקטשערט מיט די גאווענער וכו', ער האט געקלאגט די סיטי מיט איבער דרייסיג מיליאן דאללער, און הארט פארן אנפאנגען די פראסעס, האט מען אים איינגעזעצט פארן אומברענגען א פרוי, ער טענהט אז ער האט עס נישט געטוהן, און איינער האט אים געפרעימט.

----

אויב איינער האט ליב קארט קעיסעס איז דעיס א מאסט.

נאכן זעהן דעיס, קען איך נישט פארשטיין וויאזוי א דזשורי פון צוועלעף מענטשן זאלן זאגן זיכער גילטי, אוודאי אסאך זאכן פוינטען צו אים, אבער פון די אנדערע זייט שטינקט עס פון קאפ, איך זאג נישט זיכער אז די פאליס האט געהרגט די פרוי פראבעבלי נישט, אבער געפאטשקעט מיט עווידענס האבן זיי פראבעבלי יא.

די צוויי דעפענס לויערס טוהן א מעכטיגע דזשאב, איך גיי נאטס פאר זיי.

די מערסטע וואס לייגט זיך נאך אויפן שכל איז דאס. <a class="postlink" href="http://brobible.com/entertainment/article/making-a-murderer-theory-explains-colborns-call/">http://brobible.com/entertainment/artic ... orns-call/</a>

--

די מערסטע האבעך הנאה געהאט צום סוף ווען מען כאפט די פראסיקיוטער קען קרעטץ מיט זיינע מיסברויכען, און ער האט פארלוירען זיין דזשאב און ווייב. הינט וואס ער איז!.

קאמפיאטער » מאנטאג יאנואר 25, 2016 4:06 pm

· #318915
Re: Making a murder
די פראסיקיוטער פון די קעיס קען קרעטץ'ס יעלפ פעידזש.

<a class="postlink" href="http://www.yelp.com/biz/kratz-law-firm-west-bend">http://www.yelp.com/biz/kratz-law-firm-west-bend</a>

יעלפ שרייבט א מעסעדזש אז וויבאלד די ביזנעס איז אין די נייעס וועלן זיי רימאווען ריוויאס וואס איז בעיסד אן די נייעס, אדער זענען זיי אנדער סטעפט און זיי קומען נישט אן צו טוהן זייער דזשאב אדער איז עס סתם א מעסעדזש, מענטשן לאזן העיט מעסעדזשעס איינס נאכן צווייטען.

קאמפיאטער » זונטאג פעברואר 28, 2016 11:43 am

· #322827
Re: Making a murder
קומט א צווייטע סעזאן?

<a class="postlink" href="https://twitter.com/MakingAMurderer/status/703376300220657664">https://twitter.com/MakingAMurderer/sta ... 0220657664</a>

קאמפיאטער » דינסטאג מערץ 8, 2016 6:58 pm

· #323665
Re: Making a Murderer
די נייע לויער זעהט אויס זייער גוט, זי לאזט כסדר פאלן ווערטער עס זעהט אויס ווי זי האט א גוטע קעיס.

יעצט זאגט זי אז ער האט א גוטע אליביי, די סעל טואערס ווייזען אז האלבאך'ס לעצטע לאקעשען איז נישט געווען ביי עיווערי. זי איז אוועקגעגאנגען פון דארט און ער נישט.

אונטערסאנט, ביי סיריעל <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7696">viewtopic.php?t=7696</a><!-- l --> ווילן זיי זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די פאון רעקארדס, וועט מען זעהן וואס עס וועט זיך אויסלאזן.

קאמפיאטער » מוצ"ש אפריל 2, 2016 11:18 pm

· #327342
Re: Making a Murderer
יעצט האט זי געלאזט פאלן ווערטער אז זי האט זייער א שטארקע צווייטע סוספעקט, איינער פון אריזאנע צו וועם האלבאך האט האט געקאלט צוויי מאל צוויי טעג פארן פארשווינדען ווערן, און יענער איז שוין ארעסטירט געווארן פאר אנדערע קריים'ס.

פליקער » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 5:44 pm

· #345566
Re: Making a Murderer
הודו לי' כי טוב

Sent from my VS987 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:17 pm

· #345769
איך וויל אויפברענגען א נושא וואס האט נישט דיירעקטלי צו טון מיט די אויבנדערמאנטע ווידיא. אבער מ'קען עס אריינפאסן אין די העדליין פונ'ם אשכול.
אין די איצטיגע טעג שפילט זיך אפ א דראמא אין א געוויסע געגנט פון קווינס, נ.י. מיט די '30יעריגע טאכטער פון א משפחה וועלכע איז געגאנגען אויף איהר טעגליכן ..."דזשאאגינג"..אין א שכינות'דיגן וועלדל נעבן זייער הויז. און זי איז נישט צוריקגעקומען. ווען איהר טאטע האט גערופן פאליס, און רעפארטעד אז זי איז נישט אנגעקומען צו איהר הויז, האבן זיך די פאליס דעפארטמענט ארויסגעלאזט אין א שטארקן, ארגאניזירטן זוך-אקציע. צוזאמען מיט א סאך וואלונטירן. דער טאטע האט געזאגט פאר די מידיא (און מסתמא אויך פאר די פאליס) אז ער פלעגט גיין צוזאמען מיט זיין טאכטער דזשאאגינג א יעדן טאג אין דעם וואלד. נאר יענעם טאג האט ער נישט גוט געשפירט, איז זיין טאכטער געגאנגען אליינס. און ער האט אויכעט געהאלפן פאר די וואלונטירס און די פאליס זוכן. און ער איז געווען דער וועלכער האט געטראפן די באדי פון זיין געהרג'עטע טאכטער. די פאליס דעפארטמענט צוזאמען מיט'ן הויפט פון די נ.י.פ.ד. דעטעקטיווס און אפילו די עף.בי.איי. האבן זיך באטייליגט אין די אינועסטיגעישן. דערווייל האבן זיי גארנישט געטראפן און קיינעם נישט ארעסטירט. אפילו דעם מינדעסטן שפור פון א פארדעכטיגטן האבן זיי אויך נישט. דער טאטע האט אויפגעשטעלט א פאנד וואס וועט געבן א באלוינונג פאר דעם וואס וועט פיהרן צו די ארעסט פון דעם מערדער. דער פאנד האט אנגעהויבן מיט $5,000 דאללער און איז גאר שענלל געוואקסן צו $207,000 דאללער.
פארשטייצעך אז מ'טאר קיינעם נישט באשולדיגן אין באגיין א קרימינאלן אקט (רציחה) אנע עווידענס.
אבער ביי מיר האט זיך אריינגעגנב'עט א מחשבה'לע אז אפשר זאללן די פאליס שטערקער קוקן אויפ'ן ..."פארווייטאגטן"...טאטן. אפשר האט ער געהאט א מאטיוו אז זיין טאכטער זאלל נישט זיין לעבעדיג כדי ער זאלל קענען איינקעשן א לייף אינשורענס פאליסי. אפשר האט ער געהאט א געמבלינג אדער אנדער'ן פראבלעם און ער איז געווען שולדיג געלט פאר איינעם אדער אן ארגאניזאציע...?

נ.ב.: אויב די הנהלה האלט אז ס'דארף זיין אן עקסטער אשכול. ביטע אפטיילן....!

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:12 pm

· #345776
אויב די FBI איז דא אריינגעמישט האבן זיי עס לכאורה גענומען אין קאנסידערעישאן.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:34 pm

· #345788
אבער איך גלויב נישט זיי האבען אזוינע סאפיסטיקירטע אויספארשונג מעטאדן ווי בערל אורוגווייער.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:43 am

· #345859
איך אויך
אבער איך גלויב נישט זיי האבען אזוינע סאפיסטיקירטע אויספארשונג מעטאדן ווי בערל אורוגווייער.

איך אויך:............. 😂 😃 🙂 😉 🙄 😛 😠 😮 !