☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בערני סענדארס-ביאגראפיע

בערני סענדארס-ביאגראפיע

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10064
בלאט: 1 2

מייקל פאראדעי » זונטאג יאנואר 24, 2016 11:21 am

· #318751
בערני סענדארס-ביאגראפיע
אזויווי לעצטענס איז געווארן גאר פאפיולאר די דעמקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט בערני סענדארס און ווי איך האב נאר געזוכט אויפן נעט האב איך נישט געקענט געפונען קיין איין פלאץ ווי מ'קען ליינען א נארמאלע ביאגראפיע איבער אים אין אידיש און ווי איראניש האט ניטאמאל די אידישע סענעטאר און קאנדידאט פאר פרעזידענט א זייטל אויף די אידישע וויקעפידיע, ע"כ האב איך באשלאסן צו באשרייבן די ערשטע ביאגראפיע אין די היסטאריע פון סענטאר בערני סענדארס געשריבן אין אידישע שפראך- דא אויף קאווע שטיבל!. עס וועט ווערן באשריבן אין צוויי חלקים די ערשטע טייל איז איבער זיין פערזענליכע לעבן - זיין יוגענט, בילדונג, און משפחה. דער צווייטער טייל וועט זיך רעדן איבער זיין פובליק לייף - זיין פאליטישע קאריערע אין ווערמאנט און אין וואשינגטאן און איבער זיינע פאליסיס און השקפות.

דערווייל האב איך נאר געדענדיגט חלק א' און איך האף גאר בקרוב ארויפצולייגן חלק ב' אי"ה.

אויב איינער קען מיר העלפן טראנספארמירן די ארטיקל און עס ארויפלייגן אויף אידישע וויקעפידיע זאל זיך ביטע פארבינדען מיט מיר אין אישי, ווי אויך אויב האלט איר אז סאיז דא א טעות אין די ארטיקל און סאיז נישט הונדרעט פראצענט אקאראט ביטע לאזט מיך וויסן אין אישי און איך וועל עס פראבירן נאכפארשן און מתקן זיין, א דאנק פון פארויס.

בערני סענדארס ערשטע ביאגראפיע אין אידיש!

זיין יוגענט, בילדונג, און משפחה
בערנארד "בערני" סענדארס (74) איז געבוירן סעפטעמבער 8 1941 אין ברוקלין ניו יארק צו אלי און דאראטי (דורותי) סענדארס. זיין טאטע איז געוועהן א אידישע אימיגראנט פון א קליינע שטעטעל אין דרום פולין און איז געבוירן אין 1904 ער האט אימיגרירט קיין אמעריקע אין 1921 איבערלאזענדיג זיין גאנצע משפחה אין פוילין ווי זיי זענען נעבעך שפעטער אומגעקומען עקה"ש אין די האליקאוסט, הי"ד. זיין מאמע איז געבוירן געווארן October 2, 1912 אין ניו יארק צו אידישע אימגראנטן לבית גלאסבערג. בערני איז אויפגעוואקסן אין מידוואד ברוקלין זיי האבן געוואוינט אין א אפארטמענט בילדונג אויף 1525 E 26th St און ער איז געגעאנגען אין פובליק סקול אין The Kings Highway Academy) P.S. 197) און די נאכמיטאג שעה'ן האט ער געלערנט אידישע שטודיעס אין היבראו סקול.

בערני האט איין עלטערע סיבליניג אין ענגלאנד זיין ברודער לוי (לעררי) סאנדערס (81) איז געבוירן אין 1935 און איז אויפגעוואקסן צוזאמען מיט בערני אין ברוקלין און האט אימגירירט קיין ענגלאנד אין 1968 ווי ער איז שפעטער געווארן א פאליטישאן און א אקטיוויסט אין די ענגלישע "גרין פארטי". בערני רומט גאר שטארק זיין עלטערע ברודער און זאגט אז ער האט זיך אסאך געלערנט פון אים און אסאך פון זיינע איידיעס איז אים צו פארדאנקען.

בערני'ס אינטערעסע אין פאליטיקס האט זיך אנגעהויבן גאר יונג,ער זאגט אז פון גאר א יונגע עידזש האב איך פארשטאנען די וויכטיגקייט פון פאליטיקס "א אומבאוואוסטע מאן וואס האט געהייסן אדאלף היטלער ימ"ש האט געוואונען די וואלן אין דייטשלאנד אין 1932 און אלץ די רעזולטאט זענען ליידער מעהר ווי 50 מיליאן מענטשן אומגעברענגט געווארן כולל 6,000,000 אידן הי"ד און עס האט אויסגברוכן א צווייטער וועלט מלחמה וואס איז געוועהן פון די ערגסטע מלחמות אין היסטאריע, פונדעם האב איך מיך געלערנט אלץ גאר א קליין קינד אז פאליטיק איז אין פאקט זייער וויכטיג!"

זיין טאטע האט געארבעט שווער אלץ א פּעינט (פארב) סעילסמאן און איז געוועהן טייל פון א סטראוגלינג ארבעטס-קלאס משפחה, סאנדערס האט אנערקענט אין גאר א פרי יוגענט די אמעריקענע עקאנאמישע דיספּעראטי און איקוואליטי אויפוואקסענדיג צו ארימע עלטערן אין ברוקלין. ווי ער האט אמאל גזאגט אין א אינטערוויו מיט די גארדיאן צייטונג, "איך האב געזען און געפילט די אומרעכט און אומ-יושר אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס דאס איז טאקע געווען די הויפט אינספיראציע אין מיין פאליטישע קאריער". סאנדערס פארעכנט אמעריקאנער סאציאליסט פירער Eugene V. Debs אלץ א וויכטיגע השפעה אויף זיין גאנג אין פאליטיקס. סאנדערס פארציילט אז אלץ קינד פלעגן זיינע עלטערין זיך אסאך ארומקריגן און די געווענטליכע סיבה דערפאר איז געוועהן ווייל זיין מאמע פלעגט פארלאנגן געלט און זיין טאטע האט נישט געהאט פון ווי צונעמען און די רעזולט האט געברענגט צו טענהרייען און קריגעריי וואס האט געהאט א שטארקע השפעה און אימפקעט אויף דעם יונגען בערני. זיין ברודער לעררי זאגט אז זיי זענען טאקע נישט אויפגעוואקסן הונגעריג ווייל למעשה האבן זיי געהאט צו עסען און די מינאמאלע געברויכן אבער אלעס איז געוועהן גאר שטארק אויף א מצומצמ'דיגע אופן און ווען ס'האט זיך פארלאנגט צו קויפן נייע שטוב געברויכן ווי קליידער געשיר און טעפיכער איז נישט געוועהן פון ווי צונעמען קיין געלט דערפאר.

בערני האט שטארק ליעב געהאט ספארטס און איז געוועהן שטארק אריינגעטוהן אין די אמעריקאנע בעיסבאל קולטור פון די 50' יאהרן, ער פלעגט נאכפאלגן די דעמאלסטיגע "ברוקלין דאוטשערס", ער האט לעצטענס געזאגט אז ער קען נאך היינט אויסרעכענן די ליין-אפ פון די "ברוקלין דאוטשערס" מיט די פונקטליכע נעמען פון די שפילערס פון די 1955 יאהרן. ער איז געוועהן איינע פון די בעסטע שפילער אין די סקולס Basketball טיעמס און געדינט אלץ קעפיטאן פון די ספורטס טיעם ווי ער האט טאקע שפעטער געווינען א טשאמפּיאנשיפּ פון די סטעיטס בעיסקעטבאול טיעמס.

אין 1954 האט בערני סעלעבערירט זיין בר מצוה.



אין הויך שולע איז סאנדערס געגאנגען לערנען אין James Madison High School אין ברוקלין אויף 3787 Bedford Avenue און איז שפעטער געגאנגען לערנען אין ברוקלין קאלעדזש פאר איין יאהר פון 1959 ביז 1960. דערנאך האט ער געטוישט שולע און געאנגען שטודירן אין The University of Chicago, זייענדיג דארט אין די אוניווערסיטעט אין שיקאגוי איז זיין אינטערעס אין פאליטיק שטארק געוואקסן און ער געווארן אינוואלוועט און אריינגעטוהן אין די "סיוויל רייטס באוועגונג" און געדינט ווי אן ארגאניזירער פאר די Student Nonviolent Coordinating Committee זייענדיג אין קאלעדזש האט סאנדערס אנגעפירט און ארגענייזט פראטעסטן און איז געווארן א מיטגלידער פון די Young People's Socialist League, ווי אויך איז ער געוועהן שטארק אריינגעטוהן אין ארגענייזן פראטעסטען פאר די Congress of Racial Equality וואס האט באקעמפט ציווילע רעכטן פאר די שווארצע באפעלקערונג און די דעמאלסטדיגע סעגרעגאציע. אין 1963 האט ער אנטייל גענומען אין די מארש אין וואשינגטאן פאר דשאבס און פרידאם ווי ד"ר מארטין לוטער קינד דזושניאר האט געהאלטן די באוואוסטע "איך האב א טרוים" רעדע.

אין יאנואר 1962 האט סאנדערס מאביליזירט און אנגעפירט א ראלי אין דער אוניווערסיטעט פון שיקאגא אדמיניסטראציע בנין צו פראטעסטירן אקעגן די אוניווערסיטעט פרעזידענט דזשארזש וועלז בידעאל סעגרעגטעד קאלעדזש-קאמפּאסעס פאליסיס
"מיר פילן עס איז ווייט פון יושר די סיטואציע ווען ניגראָו און ווייסע סטודענטן פון די אוניווערסיטעט קענען נישט לעבן צוזאמען אין די אייגענע אוניווערסיטעט-אפארטמאנטס!" האט סאנדערס אויסגערופן אין פראטעסט. די פראטעסט איז למעשה געוועהן די ערשטע פראטעסט אין די היסטאריע פון די שיקאגא אוניווערסיטעט בנוגע קאלעזש-קאמפאסעס סעגרעגאציע און די איניציאטיוו האט נאכגעפאלגט ווייטערדיגע פראטעסטען וואס האט געברענגט צו א ענדע פון סעגרעגאציע אין קאלעדזשעס. און זומער פון 1963 איז ער געפונען געווארן שולדג פון ריזיסטינג ארעסט בשעת א דעמאנסטרעישאן קעגן סעגרעגאציע אין שיקאגא פובליק סקולס און ער האט באקומען א קנס פון $25.


א באוואוסטע בילד ווי א צוואנציג יאהר אלט בערני העלפט ארגאניזירן א סיוויל רייטס פראטעסט פאר האוזינג סעגרעגאציע פון דעם שיקאגא אוניווערסיטעט פראפערטיעס


א לעצטע אנטדעקטע בילד ווי בערני סענדארס מארשירט אינטער מארטין לוטער קינג אין סעלמא אלבאמא פאר ציווילע רעכטן פאר די שווראצע באפעלקערונג


בערני אין סאלאמא פראטעסטירט פאר ציווילע רעכטן פאר די שוורצע באפעלקערונג אין א געפעכט מיט די לאקאלע פאליציי

סאַנדערס מוטער איז נפטר געווארן אין יוני 1959 אין דער בלויזן עלטער פון 46 יאר אלט גלייך נאך בערני האט גראדאירט פון הויך שולע. סאנדערס טאטע איז שפעטער נפטר געווארן אין אויגוסט 4 1962, אין דער בלויזן עלטער פון 57, א חודש בעפאר זיין 58'סטע געבורסטאג, תנצבה"ח.

בערני זאגט אז זיין טאטע וואס איז געקומען פון פוילן ביי די זיבעצן יאהר אלט אן א ניקל אין זיין טאש און זיך שטארק געמוטשעט א גאנץ לעבן פאר פרנסה וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז זיין זוהן וועט נאך אמאל זיין א סענעטאר און א קאנדידאדט פאר פרעזידענט. און ער גלייבט אז ביידע פון זיינע עלטערן וואלטן געוועהן זייער שטאלץ מיט אים און זיין ברודער לעררי.

לויט לעררי סענדארס זענען ביידע ברודער געוועהן פּאָסט-וואורלד וואר יונגע אידישע ראדיקאלען אין זייער מיינד און מחשבה-גאנג וואס האבן זיך אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע גאס און באפעלקערונג.

סאנדערס האט עטליכע מאל זיך אויסגעדרוקט אז ער איז "שטאָלץ צו זיין א איד" הגם ער איז נישט רעליגיעז אויפוואקסענדיג אין א סעקולאר אידישע שטוב. זיין איציטיגע ווייב איז א קאטהאליק, בערני האט אפט אויסגעדריקט אדמערעישאן פאר די היינטיגע פויפסט פרענסיס און געזאגט אַז "די פירער פון די קאטהאליק טשורטש ברענגט ארויף גאר וויכטיגע אישוס און עס איז שטארק נייטיג אז מיר זאלן צוהערן וואס ער זאגט". סאנדערס שעירט אסאך פון די היינטיגע פויפסט פרינציפאלס איבער עקאנאמישע איקוואלאטי און גלאובל ווארמינג, סאנדערס דיסקרייבד אים אלץ א אויסערגעווענטליכע חכם און א העלד.

אין 1964 האט סאנדערס גראדירט פון די אוניווערסיטעט פון שיקאגא מיט א Bachelor's degree אין פאליטקעל סייענס ער האט חתונה געהאט מיט דעברא שילינג און געקויפט א קליינע זומער הויז אין ווערמאנט, זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיך גע'גט נאכן זיין חתונה געהאט פאר בלויז אכצען חדשים.

די נעקסטע פאר יאהר האט בערני פראבירט פארשידנע ארבעט און שטעלעס אריינגערעכענט שרייבער, פילימעיקער, מוזישאן, סיי אין ווערמאנט אין סיי אין ניו יארק ווי אויך האט ער פארוויילט אין א קיבוץ אין מדינת ישראל פאר אפאר חדשים.

דערנאך איז בערני ארויסגעגאנגען און גע'דעיט סוזאן מאט (Susan Mott) מיט וועם ער האט געהאט זיין איינציגסטע ביאלאגיקעל קינד, זיין זוהן לוי איז געבוירן געווארן אין Mar. 21, 1969, קורץ דערנאך האבן זיי זיך אפגעטיילט און זיי האבן למעשה קיינמאל נישט חתונה געהאט אינאיינעם.

לוי איז כמעט נישט אריינגעמישט אין פאליטיקס און פירט א שטילע לעבן, ער האט גראדואירט פון די אוניווערסיטעט פון ארעגאן און האט א דעגרי אין היסטאריע. ער ארבעט אין א אינשארינס פירמע האנדלינג און אנאלייזינג דיסעביליטי קלעימס. לוי האט אויך געארבעט ווי א קאנסולטאנט פאר זיין פאטערס 2006 סענאט קאמפיין. לוי האט געשטיצט פרעזידענט אבאמא ביי די עלעקשאנס און ער האט געהאט א 15 מינוטיגע מיטינג מיט אים אין 2012. אבאמא האט אויך געהאלפן בערני'ס קאמפיינען אין 2006 פאר די סענאט זיץ פון ווערמאנט.

לוי סענדארס מיט פרעזידענט באראק אבאמא אין 2012


אין 1988 האט סאנדערס חתונה מיט זיין איציטיגע ווייב דזשעין אָ'מעאַראַ דריסקאָלל Jane O’Meara Driscol) ,65) וואס איז (פונקט ווי אים) אויפגעוואקסן אין ברוקלין, זי קומט פון א קאטוילישע שטוב פון פינף קינדער ווי זי איז געגאנגען אין א קאטוילישע שולע און שפעטער געלערנט אין אפאר קאלעדזשעס, ווי זי האט צום סוף באקומען איר קאלעדזש דעגרי אין סאושעל וואורק פון Goddard College און אין 1966 האט זי באקומען א דאקטראט פון Union Institute & University. זי איז די געוועזענע פרעזידענט פון בורלינגטאן קאלעדזש. בערני האט זיך צום ערשט באקענט געמאכט מיט זיין ווייב אין די נאכט פון זיין ערשטער קאמפיין וויקטארי אלץ מעיאר פון בורלינגטאן אין 1988 און פון דארט און ווייטער זענען זיי געווארן גאר נאנט און זיך זייער גיט פארשטאנען און אויסגעקומען איינער מיטן צווייטען און ביזן היינטיגן טאג איז זי זיין רעכטע האנט און זיין אדווייזער און באגלייט אים ווי ער גייט נאר און פארט ארום קאמפיינען מיט אים. זי רומט שטארק בערני און זאגט אז ער איז א אויסערגעווענטליכע געטרייע מאן און א גוטע טאטע/זיידע פאר די קינדער/אייניקלעך ווי אויך א גוטע הארץ וואס פירט זיך בפשטות ווי א פשוטע מענטש מיט ענוה און האט נישט ליב ווען מ'רימט אים. בערני העלפט ארויס אסאך אין שטוב און ביז היינטיגן טאג אפילו זייענדיג א סענעטאר פון ווערמאנט מאכט ער אליינס זיין לאנדרי און גראסערי שאפינג פאר זיין שטוב. זי האט מיטגעברענגט דריי קינדער פון איר ערשטע מערידזש און בערני פארעכענט זיי פונקט ווי זיין אייגענע. ער האט זיבן אייניקלעך וואס ער האט זייער ליעב און רעדט פון זיי כסדר און ער געט אפ אסאך פון זיין טייערע צייט צו פארברענגען מיט זיי.

בערני האט געקויפט 75 אקער לאנד אין ווערמאנט פאר די נישטיגע סכום פון $2500. ער וואוינט אין א עווערידזש פשוטע הויז אין בורלינגטאן ווערמאנט. ער זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך לכתחילה אוועקגעצויגן פון די שטאט און געקומען וואוינען קיין ווערמאנט איז ווייל ער האט שטארק ליב צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט. און פון אלץ קליין קינד ווען ער איז געגאנגען אין זומער קעמפ אין אפסטעיט ניו יארק האט ער זיך שטארק פארליבט אין די מאונטעינס און אין די דארפיש לייף סטייל און אירע הערליכע נאטור. בערני האט ליעב צו הייקן און שפאצירן אין די וועלדער און ער זאגט אז ער האט געפילט ווי ווערמאנט פיט אים פּערפעקט פונקט ווי א הענטשקע.

בערני מיט זייו ווייב דזשעין אין 1984


בערני מיט זיין פאמילע פארנט פון זייער הויז אין בורלינגטאן אין 1988. פון לינקס, דעיוו, העידער, לוי, און קארינא.


בערני מיט דזשעין קאמפיינען אין ווערמאנט אין 2005

חלק ב'
פאליטישע קאריערע-אנהייב - המשך יבא אי"ה

מייקל פאראדעי » זונטאג יאנואר 24, 2016 11:24 am

· #318753
@שבת אחים און אנדערע זענען געלאדענט צו קאמאנטירן. אפשר נאך אזא ארטיקל וועט ער זיך ענדליך אויפוועקן... 🙂

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 24, 2016 11:57 am

· #318755
הערליך ווארום און שיין אראפגעשריבן!

ישראל קאפקע » זונטאג יאנואר 24, 2016 12:29 pm

· #318761
גאר א שיינע, אויספירליכע ארבייט.

וויפיל יונגער ווי אים איז זיין יעצטיגע פרוי?

מייקל פאראדעי » זונטאג יאנואר 24, 2016 12:30 pm

· #318762
ישראל קאפקע
גאר א שיינע, אויספירליכע ארבייט.

וויפיל יונגער ווי אים איז זיין יעצטיגע פרוי?


א דאנק אייך,
ניין יאהר

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 24, 2016 12:31 pm

· #318763
באמת פון זען די קעפעל בין איך גלייך געלאפען קיין וויקיפידיה דורכצובליקען, און אין כמעט יעדער נושא בין איך גאנץ איינשטימיג מיט איהם. נאר זיין פרא-אבארשען איז מיר נישט אזוי אייאייאיי. אבער אלע אנדערע זאכען זענען פונקט נארמאל און געלאסען. דער אמעריקאנע גאס איז אזוי רעכט, אז א צענטריסט ווי איהם ווערט שוין פאררעכענט ווי אן עקסטרעם לינקער.
ס'איז מיר קיינמאל נישט געשמאק צו האבען א איד דארט אויפ'ן אמט, דער בענדזשאמין דיזרעלי איז שוין גענוג פאר די וועלט. אבער למעשה איז ער אזא שייגעץ ביז צום חתונה האבען מיט רעליגיעזע גויט'עס (מער ווי איין מאל), אז איך גלייב נישט אז ער האט צופיל מיט אידען איינגעלייגט (אחוץ זיין אידישע נאמען), אבער פאר אנטיסעמיטען איז עס נאכאלס צופיל.

מייקל פאראדעי » זונטאג יאנואר 24, 2016 12:48 pm

· #318767
ליטוואק פון בודאפעסט
באמת פון זען די קעפעל בין איך גלייך געלאפען קיין וויקיפידיה דורכצובליקען, און אין כמעט יעדער נושא בין איך גאנץ איינשטימיג מיט איהם. נאר זיין פרא-אבארשען איז מיר נישט אזוי אייאייאיי. אבער אלע אנדערע זאכען זענען פונקט נארמאל און געלאסען. דער אמעריקאנע גאס איז אזוי רעכט, אז א צענטריסט ווי איהם ווערט שוין פאררעכענט ווי אן עקסטרעם לינקער.
ס'איז מיר קיינמאל נישט געשמאק צו האבען א איד דארט אויפ'ן אמט, דער בענדזשאמין דיזרעלי איז שוין גענוג פאר די וועלט. אבער למעשה איז ער אזא שייגעץ ביז צום חתונה האבען מיט רעליגיעזע גויט'עס (מער ווי איין מאל), אז איך גלייב נישט אז ער האט צופיל מיט אידען איינגעלייגט (אחוץ זיין אידישע נאמען), אבער פאר אנטיסעמיטען איז עס נאכאלס צופיל.


למעשה איז ער אויפגעוואקסן אין גענצליכע פרייע שטוב און איז לכאורה פארעכענט ווי א תינוק שנשבה. א שייגעץ איז ער זיכער נישט, אפשר א שוגג. פרא-אבערשען איז היינט רוב אמריקע! און אפילו דאכצעך ביי אסאך ריפובליקאנער און רעכטע פאליטשאונס. זיין גרעסער פראבלעם וועט לכאורה זיין וויאזוי צו האנדלן מיט מדינת ישראל אויב וועט ער עלעקטעט, הגם ער איז גראדע יא מעהר פרא-איזריאעל געשטימט איז ער למעשה גאר לינק און ליבעראל ווען ס'קומט צו מלחמה און געפעכטען אין די מיטל איסט. און פון נישט קיין רעליגעיזער שאנדפונקט איז לכאורה זיין גרעסטער פראבלעם צו ווערן עלעקטעט אין די יונייטיד סטעיטס אלץ א "דעמקראט סאושליסט" וואס איז שטארק דימאנייזט אין די אמעריקאנע קאפיטליסטישע קולטור, הגם וואס פרעזידענט אבאמא איז אויך א שטיקל סאשוליסט דאך האט ער נישט די סטיגמא ווי בערני וואס ווערט באצייכענט ביי די גאר רעכטע לאגער אלץ א שטייפע אידישע בולשעוויק און א קאמוניסט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 24, 2016 12:55 pm

· #318769
טאמער רוב אמעריקא איז פרא-אבארשען איז מיר נישט אינטרעסאנט. דאס אז ס'איז פאררעכענט פאר א הומען רייטס נושא איז מיר נישט געשמאק. דער סטעיט וואס גלייכט עס יא זאל עס צולאזען און דער וואס נישט איז נישט. איך קום נישט אזוי פון א רעליגיזער שטאנדפונקט ווי א לאגישער. איך זעי נישט וויאזוי מ'מאכט דער טאטע א מ"ד נאכ'ן געבורט'ס און נישט פאר דעם. איך זעי נישט וויאזוי מ'איז פארזיכערט אין א גלויבונג אז מענטשהייט הייבט זיך אן ביים געבורט'ס. איך זעי אין דעם א לייכטזיניקקייט צו לעבען און מענטשהייט, און דעריבער בין איך נישט צופרידען דערפון. דאס אז די נערישע פרוי איז די מ"ד אויף די אלע פראגע'ס, נאר ווייל זי וויל האבען א בעסערע לעבען ווי זי מיינט זי גייט האבען מיט א קינד, זעט מיר נישט אויס אויפ'ן זעלבע שטאפעל ווי עכטע הומען רייטס נושאים ווי ראסיזם און מינימאלע ארבייטס רעכטען פאר מענטשען.

לויט וויקיפידיה איז ער געגאנגען אין תלמוד תורה נאך פ.ס. און ער האט געהאט א ברמצוה. דאס איז נישט גענצליך פריי. אויך דארף מעם וויסען אז פאר איינער פון יענער דור, חתונה האבען מיט א שיקצע איז נישט פאררעכענט אינ'ם תינוק שנשבה הלכה, ווייל דאס ווייסען זיי אלע אז מ'טאר נישט. וועגען היטען שבת וכדו' איז ער א תינוק שנשבה מסתמא. אלענפאל'ס איך האב נישט געמיינט אזויפיל צו משפט'ן זיין נשמה, ווי אויפצוווייזען ווי ער איז פאררעכענט אינ'ם גאס. מאנכע אידע מיט לאנגער בערד און שמוציגע טלית קטנ'ס ווייסען ווייניג פון אידישקייט אויכ'ט, אבער אין גאס זענען זיי 'יראים ושלמים'.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 24, 2016 5:22 pm

· #318807
מייקל פאראדעי: ייש"כ. אלס א ליבהאבער פון היסטאריע און ביאגראפיעס פון פאליטישן'ס האב איך שטארק הנאה געהאט פון דיין באריכט. הגם אז ער , בערני סענדערס, אויב ווערט ער ערוועלט אלס פרעזידענט וועט אויסשטיין א סאך פאליטישע אפאזיציע, און אויך אנטיסעמיטישע אטאקעס אלס איד. אבער אויב ער וועט אויפטוהן אין דעם געביט פון עקאנאמיע וועט ער מצליח זיין.
מ'זעהט אז ביי דעם איצטיגן פרעזידענט, אבאמא וואס אפילו ער איז מצליח אין געוויסע עניינים פון זיין פירערשאפט, וועללן איהם זיינע פאליטישע שונאים נישט פארגינען צו געבן קרעדיט. נאר א גרויסער טייל פון די אפאזיציע צו אבאמא און זיינע פאליסיס איז א חוץ פאליטיק אויך אריינגעמישט א גרויסער פראצענט פון ראסיזם. וואס א טייל פון די באפעלקערונג קען זיך נישט פארגינען איהם צו געבן קרעדיט ווייל ער איז אן אזוי-גערופענער טונקל-הויטיגער...!
און די זעלבע גרופעס וועללן נאכמער זיין אין אפאזיציע ווייל סענדערס איז א איד...!

דעת תורה » זונטאג יאנואר 24, 2016 7:21 pm

· #318832
Re: בערני סענדארס-ביאגרפיע
ליטוואק, ביסט נישט גערעכט. אזא יסודות'דיגע דיון ווי ווען דאס לעבן פון א מענטש הייבט זיך אן (אדער ענדיגט זיך, פאר דעט מעטטער) - ונפק"מ אי הרגו נהרג עליו, אדער מותר לכתחילה - קען נישט באלאנגען צו די סטעיט'ס צו מאכן די החלטה. עס דארף זיין א דעסיזשאן פון די סופרים קאורט.

און... וכך הוה. דער סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז אבארשען איז נישט קיין רציחה, און זיי האבן עס מתיר געווען לכתחילה. די רויטע סטעיט'ס זענען יעצט דא סתם צו העצן, אונטערצימינעווען די אויטאריטעט פונעם סופרים קאורט. זיי קענען נישט אסר'ן אבארשען להדיא, פרובירן זיי כל מיני טריקס שבעולם דאס צו מאכן טעכניש אומאויספירבאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 24, 2016 7:52 pm

· #318839
Re: בערני סענדארס-ביאגרפיע
קודם כל, רציחה אליינס איז נישט קיין פעדעראלע פארברעך, נאר סטעיט"ס, איז נפל פתו בבירא.
ועוד, פארוואס איז דער חילוק צווישען סטעיט"ס און פעדעראל ווי וויכטיג איז דער נושא? די סטעיט"ס קענען אליינס. די פעדעראלע רעגירונג איז אויף נושאים צווישען סטעיט"ס און אויף נושאים וואס רירען אן די צענטראלע אמעריקאנער געזעלשאפט. למשל, ציווילע רעכטען פאר מענטשען מיט טונקעלע הויט. דער פאראייניגען פון אמעריקא איז געבויט אויף א פרייהייט פאר מענטש'ן, און נישט לאזען געוויסע מענטשען גייען אין שולע איז אין קעגענזאץ צו די צענטראלע רעכט. דאס אויסרופען אז לעבען הייבט זיך אן ביים פערטיליזערען דער איי בארירט נישט די סאמע יסודות פונ'ם אמעריקאנעם געזעלשאפט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דעת תורה » זונטאג יאנואר 24, 2016 10:58 pm

· #318860
Re: בערני סענדארס-ביאגרפיע
רציחה ליגט אויף די סטעיט'ס צו אינפארסירן און באשטראפן, אבער אויב זאגט די קאנסטיטוציע - צי דער קאנסטיטוציעלער געריכט, וואס דאס זענען די פעדעראלע געריכטן ביז ארויף צום scotus - אז רציחה איז נישט קיין קריים, קען נישט די סטעיט עס מאכן פאר א קריים.

בקיצור, דאס איז נישט קיין עכטער וויכוח, קיינער לייקנט נישט וואס איך זאג און קיין איין סטעיט האט טאקע נישט גענצליך פארבאטן - און אוודאי נישט קרימינאליזירט - קיין אבארשען, מהאי טעמא אז דער סופרים קאורט האט עס להדיא מתיר געווען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 25, 2016 3:36 am

· #318874
איך ווייס אז היינט צוטאגס איז אבארשען ליגאל, אבער החלטות פונ'ם אויבער געריכט פון לאנד קען מען טוישן. א פרעזידענט קען אריינלייגן אנדערע ריכטער'ס ווען ס'פעלט אויס.
אלענפאל'ס ס'איז מיר נישט קיין צענטראלע נושא אין א פרעזידענט. ווען אלע זאכען שטימען מיט מיר אחוץ איינס, איז עס מיר גענוג.

מייקל פאראדעי » דינסטאג יאנואר 26, 2016 7:13 am

· #318993
Bernie's brother: Parents would have been so proud
לעררי סענדארס רעדט אין א אינטערוויו וועגן זיין ברודער בערני
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=pSLDJHlkvx0">https://www.youtube.com/watch?v=pSLDJHlkvx0</a>

מייקל פאראדעי » מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:15 am

· #319143
בערני סענדארס רעדט וועגן זיינע עלטערין, ער זאגט אז זיין טאטע וואס איז געקומען פון פוילן ביי די זיבעצן יאהר אלט אן א ניקל זיין טאש וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז זיין זוהן וועט זיין סענעטאר און קאנדידאדט פאר פרעזידענט.
<a class="postlink" href="http://www.theguardian.com/us-news/video/2016/jan/25/bernie-sanders-is-asked-what-his-parents-would-think-of-his-presidential-run-video">http://www.theguardian.com/us-news/vide ... -run-video</a>

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:10 am

· #319149
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
יעצט איז שוין אביסל שפעט, סאנדערס איז שוין צו ביזי. אבער כ'מיין ס'וואלט געווען א גוטע איידיע צו אראנזשירן א אינטערוויו אויף אידיש מיט ר' בערניו, עקסקלוסיוו צו קאווע שטיבל. דארף מען זען צי שבת אחים קען דאס ערלעדיגן...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 27, 2016 6:02 am

· #319158
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
קול מבשר האט נאך נישט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מייקל פאראדעי » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:48 am

· #319299
בערני סענדארס נייע טיווי עד
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=6iOburYeZWA">https://www.youtube.com/watch?v=6iOburYeZWA</a>

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:30 am

· #319320
בערני רעדט איבער זיין רעליגיע און נאך אינטערעסאנטע דעטאלן איבער אים און זיין פאמיליע.

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/politics/bernie-sanders-finally-answers-the-god-question/2016/01/26/83429390-bfb0-11e5-bcda-62a36b394160_story.html">https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html</a>

שבת אחים » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:31 pm

· #319615
מייקל פאראדעי
@שבת אחים און אנדערע זענען געלאדענט צו קאמאנטירן. אפשר נאך אזא ארטיקל וועט ער זיך ענדליך אויפוועקן... 🙂


זייער עלקוואנט און גיט באשריבן. מיר ווארטן אויף חלק ב׳. א דאנק מייקל

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 10, 2016 12:49 am

· #320912
Bernie Sanders Just Made History As The First Jew To Win A Presidential Primary
<a class="postlink" href="http://m.huffpost.com/us/entry/bernie-sanders-judaism-primary_us_56ba9c23e4b08ffac1233818">http://m.huffpost.com/us/entry/bernie-s ... fac1233818</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 10, 2016 8:58 am

· #320927
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
רח"ל. דער ראביי זאגט אז יעצט זעט מען אז א איד איז לאו דוקא איינער וואס עסט כשר און היט שבת. [THUMBS DOWN SIGN][DISAPPOINTED BUT RELIEVED FACE]

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דעת תורה » מיטוואך פעברואר 10, 2016 9:10 am

· #320928
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
דער ראביי לעבט נאך מיט א אלטע - בעסער געזאגט אור אלטע - וועלט אויסקוק. ליידער איז שוין א לאנגע צייט וואס די ווארט 'איד' איז סינאנים מיט כפירה ל"ע, מיט סעקולעריזם און ליבעראליזם, בעת קריסטנטום סימבאליזירט 'אמונה אין גאט'. אוודאי איז דא ארטאדאקסישע אידן און אפילו אולטרא ארטאדאקס, אבער ליידער באופן כללי איז דאס נישט אזוי.

בכלל, פון דעם ראביי'ס פוינט אוו וויו פארשטיי איך עס בכלל נישט. סאפאוזעטלי דארף ער דאך צו זיין א 'מען אוו גאד', ער איז דאך גאר א ראביי! פיין, ארטאדאקסיע איז דיר נישט גוט, ווילסט רעפארמען, אבער דער בערני סאנדערס פענאמען איז בכלל נישט קיין גוטער אנדייטונג פאר דיר אויך נישט. בערני, נישט נאר ער גייט נישט שבת אין שול, ער פארט נישט יו"כ אויך נישט אין טעמפל. סאו וואס איז די גרויסע גדולה?

(אגב, געבן די (גוי'אישע ל"ע) קינדער איבער, אז יעדעס יאר פסח צייט, נעמט זיך בערני ארויס דעם באהאלטענעם אפיקומן, און ער עסט מצה. ער פראוועט נישט קיין סדר, אבער דאך איז עס א אומבאקוועמע מאמענט פאר זיי).

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 10, 2016 10:10 am

· #320930
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
מ'זעט אבער פון די ראביי אז דער אלטמאדישע באגריף איז נאך אלס דארט, נאר צוגעדעקט. ס'איז א שטיקל נחמה, פון די לויה צעטליך זעט מען אז ביז יעצט לעבט עס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 12, 2016 1:49 pm

· #321217
געטראפן נייע בילדער פונעם יונגען בערני סענדארס ווי ער קעמפט פאר ציוויליע רעכטן
<a class="postlink" href="https://dektol.wordpress.com/2016/02/11/more-bernie-civil-rights-photos-found/">https://dektol.wordpress.com/2016/02/11 ... tos-found/</a>

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 16, 2016 4:28 am

· #321556
גאר א אינטערסאנטע ניו יארק טיימס ארטיקל איבער בערני סענדארס אידישקייט!
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/02/15/opinion/campaign-stops/bernie-sanders-and-a-first-for-jews.html?_r=0&referer=https://www.google.com/">http://mobile.nytimes.com/2016/02/15/op ... oogle.com/</a>

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:45 am

· #321991
Why Bernie sanders tawks like that
<a class="postlink" href="http://youtu.be/waeXBCUkuL8">http://youtu.be/waeXBCUkuL8</a>

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 19, 2016 6:21 am

· #321997
/

שבת אחים » זונטאג פעברואר 21, 2016 9:56 pm

· #322214
בערני שרייט אויף א פרא-חאמאס פראטעסטאר אין ווערמאנט אין אוגסט 2014.
<a class="postlink" href="http://youtu.be/2K437Zd-gM0">http://youtu.be/2K437Zd-gM0</a>

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 22, 2016 7:35 am

· #322257
באראק אבאמא קאמפיינט אין ווערמאנט פאר בערני סענדארס 2006 סענאט זיץ
<a class="postlink" href="http://youtu.be/I7_xdg12Jq0">http://youtu.be/I7_xdg12Jq0</a>

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 22, 2016 7:40 am

· #322258
פרעזידענט אבאמא ביי די קארעספאנדענס דינער וויצלט וועגן בערני סענדארס- עס קען נאך זיין א דריטע אבאמא טורם!
<a class="postlink" href="http://youtu.be/_Ad81gWzJK8">http://youtu.be/_Ad81gWzJK8</a>

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 24, 2016 4:23 am

· #322484
א באשרייבונג פון Hella Winson איבער בערני סענדארס און אטד״ס, וואס איך האב באשטייערט צו די ארטיקל!
אינטערסאנטע ארטיקל! לייענט און האט הנאה!
<a class="postlink" href="http://www.thejewishweek.com/news/new-york/sanders-ex-chasids-see-kindred-spirit">http://www.thejewishweek.com/news/new-y ... red-spirit</a>

פליקער » מיטוואך פעברואר 24, 2016 8:42 am

· #322495
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
און וואס האסטו באשטייערט דערצו?

איך פארשטיי נישט וואס האט אט"ד מיט אלעקשן'ס, ווי מישט זיך רעליגיע מיט פאליטיק, חוץ אין סקווער.

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 24, 2016 8:57 am

· #322496
פליקער
און וואס האסטו באשטייערט דערצו?

איך פארשטיי נישט וואס האט אט"ד מיט אלעקשן'ס, ווי מישט זיך רעליגיע מיט פאליטיק, חוץ אין סקווער.


אט״ד האט גארנישט מיט פאליטיקס! אבער ס׳איז אייביג אינטערסאנט צו באמערקן ווען א געוויסע גרופע סופארט ניינציג פראצענט א געוויסע קאנדיאט, ס׳ווייזט אויף די געווענטליכע מהלך המחשבה פון די מענטשן.

איך האב איר געטראפן ביי א בערני סענדארס ראלי מיט אפאר וואכן צירוק און איך האב געכאפט א לאנגע שמועס מיט איר, איך האב איר געזאגט ווי שטארק איך בין איבערגענומען וועגן בערני און די רעוועלאושען און בתוך הדברים זאג איך איר ווייסט ס׳איז אינטערסאנט רוב אטד׳יס וואס איך קען זענען שטארקע סענדארס שטיצערס פרעגט זי מיר למשל ווער האב איך איר געזאגט אפאר נעמען וועמען כהאב געדענקט אויף די מינוט, די נעקסטע טאג האט זי מיך גערופן און זי זאגט מיר האסט מיר געגעבן א גיטע איידיע צו שרייבן א ארטיקל וועגן דעם און איך וואלט געוואלט שרייבן וועגן דיין עקספיריענס און וועגן דיין נסיעה קיין אייאווע, בקיצור איך האב נישט געוואלט זי זאל שרייבן וועגן מיר ווייל זי האט נאר געוואלט ניצן עכטע נעמען אין די ארטיקל, אבער זי שרייבט אין קורצן וועגן מיר אז איך האב געשריבן בערני׳ס אידישע וויקעפידיע בלאט, בקיצור די איידיע פון שרייבן די ארטיקל איז געוועהן פון מיין אבזערוואציע אזוי האט זי מיר געשריבן אין א פעיסבוק מעסעדזש.

פליקער » מיטוואך פעברואר 24, 2016 9:00 am

· #322497
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
שיין

ליפא » מיטוואך פעברואר 24, 2016 12:07 pm

· #322509
Bernie Sanders Is Jewish But He Doesn't Like To Talk About It

<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/02/25/us/politics/bernie-sanders-jewish.html">http://mobile.nytimes.com/2016/02/25/us ... ewish.html</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 24, 2016 12:41 pm

· #322511
איך בין א סענדער'ס שטיצער (איך קען ווייניג טוהן דערצו, אבער אין הארץ וויל איך ער זאל געווינען) און איך בין נישט א.ט.ד.. אויב עפעס, פארקערט. מיין אנטוישונג פון די סיסטעם איז גאר מיין שטופ צו זיין א בעסערע איד. דאס זיך אפלאזען פון אידישקייט ווייל די סיסטעם סרח'ט איז אויך א בייג פאר'ן סיסטעם. דאס לאזט דער סיסטעם פארטרעטען אידישקייט, און לאזט קיין שום קשר צו תורה וואס גייט נישט דורך דער טערמין פון סיסטעם, כאסידעס, ראשיעשיבע ועוד.

דאס אנפייפען צענטראל פירערשאפט איז אן אויסדרוק פון אלטמאדישע אריגינעלע אידישקייט. א.ט.ד.'ס זאלען גייען פאר טראמפ צו זיין גלייכען.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 26, 2016 1:54 am

· #322699
Elizabeth Warren Defends Bernie Sanders From Goldman Sachs Criticism
<a class="postlink" href="http://m.dailykos.com/story/2016/2/3/1479576/-Elizabeth-Warren-Defends-Bernie-Sanders-From-Goldman-Sachs-Criticism">http://m.dailykos.com/story/2016/2/3/14 ... -Criticism</a>

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 26, 2016 4:39 am

· #322710
Bernie Sanders is the Most Popular Senator in America


<a class="postlink" href="http://morningconsult.com/2015/11/bernie-sanders-is-the-most-popular-senator-in-america/">http://morningconsult.com/2015/11/berni ... n-america/</a>

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 26, 2016 10:01 am

· #322718
די מעשה איז פארצופאל אמת ס׳איז נאר דא איין קליינע טעות אין די מעשה ס׳איז נישט געוועהן די רויטע רבי וואס האט זיך געטראפן מיט בערני ס׳איז געוועהן כ״ק אדמו״ר מאמשינוב שליט״א און בערני האט זיך געדארפט טרעפן מיט אים פאר דריי חדשים צירוק אבער מווארט נאך אלץ אז די רבי זאל ענדיגן קריאת שמע...(אפשר קען עפעס הרב @אנאנים ערלעדיגן?...) דזאושסט קידינג! דיין רבי איז א וויואלער איד דער רויטער מטורף קומט נישט צו צי זיין שפיץ פינגער... 😃

שבת אחים » פרייטאג מערץ 4, 2016 5:40 am

· #323305
<a class="postlink" href="http://youtu.be/rGZvW4wC81Y">http://youtu.be/rGZvW4wC81Y</a>

כלבאשבוע » מאנטאג מערץ 7, 2016 5:54 pm

· #323545
Bernie Sanders Confronts Alan Greenspan in 2003

שבת אחים » מאנטאג מערץ 7, 2016 7:55 pm

· #323557
Bernie Sanders' ancestral home in Poland grapples with painful history
<a class="postlink" href="http://www.theguardian.com/us-news/2016/feb/24/bernie-sanders-poland-family-pride-presidential-run">http://www.theguardian.com/us-news/2016 ... ential-run</a>

שבת אחים » מאנטאג מערץ 7, 2016 10:39 pm

· #323569
Bernie Sanders: I've done marijuana twice … it made me cough a lot' – video

<a class="postlink" href="http://www.theguardian.com/us-news/video/2016/mar/07/bernie-sanders-ive-done-marijuana-twiceit-made-me-cough-a-lot-video">http://www.theguardian.com/us-news/vide ... -lot-video</a>

יעלה ויבא » דינסטאג מערץ 8, 2016 7:54 pm

· #323671
Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע
📎 uploadfromtaptalk1457484455836.jpg

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 8, 2016 8:18 pm

· #323678
😂 😂 😂

שבת אחים » דינסטאג מערץ 8, 2016 10:51 pm

· #323698
אומגעלוגענע קאורני דזשאוק! חכם איינער ער קען באקומען וויפל סיינס ער וויל, - ס׳איז בחנם- יעדער קען באקומען אזא סיין! איינער האט געמאכט די זעלבע וויץ מיט מיר איך האב אויף מיין קאר פיר בומפער סטיקערס, און איינער פרעגט מיר וואס דארפסטו פיר סטיקערס ס׳איז דא מענטשען וואס האבן נעבעך נישט קיין איינס!

שבת אחים » זונטאג מערץ 13, 2016 8:04 am

· #324567
Bernie Sanders- our HERO..... SuperBern! And Jane!
<a class="postlink" href="http://youtu.be/8NhoorRYkbo">http://youtu.be/8NhoorRYkbo</a>

שבת אחים » פרייטאג מערץ 18, 2016 10:15 am

· #325609
Bernie Sanders Makes Way Too Much Sense
א אלטע קליפ ווי ער פייט ציין אין נעגל אין וואשינגטאן פאר די ארימע אין די סענאט! קוקטס ווער ס׳נעמט זיך אן פאר פוד סטעמפס!
<a class="postlink" href="http://youtu.be/jFUkeByErzs">http://youtu.be/jFUkeByErzs</a>

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 21, 2016 1:50 am

· #325852
.
📎 nf_2665_214850.jpg 📎 nf_8092_176147.jpg
בלאט: 1 2