☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אלוקיהם של אלו שונא זימה!

אלוקיהם של אלו שונא זימה!

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1006
בלאט: 1 2

שלמה המלך » מיטוואך יולי 4, 2012 1:14 pm

· #21642
אלוקיהם של אלו שונא זימה!
ס'איז דאך פרשת השבוע איז דאך די ריכטיגע צייט פאר א נקודה למחשבה.....

דרייט זיך ארום אין די דעזערט א גאנצע פאלק מיט בערך צוויי מיליון נפשות (שישים רבוא נאר מענער און נאר פון 20-60 ) מיט אפאר מיליון קעמלען (מדרש: יעדער האט געהאט בערך 90 קעמלען טעונים) געהאט ציטאן מיט די עדזשיפשענס און ארויס פון זייער לאנד, זיי האבן ארום זיך וואלקענעס פון אלע זייטען פון ספעשעל שיינעדיגע היי ביעמס ביינאכט, זיי ערנערן זיך פון טוי וואס פאלט איבער נאכט און פארנאכץ קומט ציפליען שליו טשיקען וואס מ'מאכט פיינע בארביקיו וכדו' מ'פארציילט אז זיי זענען אריים אונעם ים וואס האט זיך פאר זיי געשפאלטען אנגעקומען צי א קליינע בארג און געמאכט דארט א גרויסע צערעמויניע..... און היצטערט האבען זיי זיך גענומען האקן רעכטץ און לינקס! גע'הרג'ט די צוויי באוויסטע ריזן סיחון מיט עוג און ווער ווייסט ווער עס איז נעקסט אויף די ליסט.

זיצט זיך אזוי ציפור'ס זוהן דער בלק וואס האט צייטוויליג איבערגענומען די מלוכה, און ציטערט ווי א פיש אז מ'גייט אים אנברעכן די ביינער! ער איז נעקסט, און פאר די קליינער צייט וואס ער איז קעניג וועט מען אים אפווישען מיט זיין גאנצען פאלק! וואס פאר א בושה וואס פאר א דורך פאל – ער קען זיך דאס נישט ערלויבען...

ער פאנגט אן שטודירן איבער דעם מאדנען פאלק און זייער כח, און ווערט געוואר אז זיי האבען א גרויסן אוצר "א מויל" וואס מיט דעם דאווענט מען און מען בעט און גאט האט זיי ליעב און גיט נאך וואס זיי דארפן, נא מ'מיז דאך מאכען א קאונטער אטאקע מיט אט די טאקטיקן, דערמאנט זיך אונזער בלק'ל אז ער האט א אלטע גיטע פרייט וואס האט א פיסק אויף שרויפן שעלט ווי א ביבער און נאך דערצי איז ער א נביא השם! ער האט דאך אים געזאגט מיט א צייט צירוק אז וועט ווערן א מלך וואס אויסגעזעהן ווי א וויסטער חלום און עס איז מקוים געווארן, נא שיקט ער א דעלעגאציע און זאגט בלעם'ן איך האב פאר דיר א ריזיגע אפפער!

קום און שעלט פאר מיר דעם דאזיגן פאלק ס'זאל ווערן פון זיי ח"ו אש און פארך... די ווייסט דאך די רגע וואס כביכול צערענט און וויזוי מ'מאכט דעם דזשאב, און איך וועל דיך באגיסן מיט כבוד... איך ווייס דאך זייער גיט וואס די האסט ליב.

בלעם איז נישט זיין פערד.. בלק וועט נישט באקומען וואס ער וויל אויף א גאלדענען טאץ און בלויז באצאלן א טאפ לינזען אביסל כבוד.. ער פארשטייט דעם עסק זייער גיט ער פרעימט זיך אן פאר די שליחים און א שיינעם רמז אז כבוד איז זייער גיט אבער ער דארף אויף פאר דעם מלא ביתו כסף וזהב דער אקאונט אין באנק מיז עז אויך שפירן...

בעק און פארט – דיעל איז א דיעל אבער בלעם האט איין אישו! דער אייבישטער לאט אים נישט פארלייפיג.. מיין טייערע און ליבע פאלק דעם עם הנבחר וואס איך האב ארויס געצויגן פון די עגיפטער כ'האב זיי גענומען פאר א דיירעקט ליין אן קיין אפגאט פארמיטלער אידערמיט איך בין זייער גאט און זיי זענען מיינע שעפעלעך מיין שווארץ אפעל פון מיין אויג כביכול און קיינער זאל זיך נישט וואגען טשעפען מיט דעם!

בלעם טראכט אז ס'איז טראבל, ער איז מודיע פאר בלק'ן דעם סיטואציע אבער האפט אז אויב ער וועט סוכ"ס קומען און מ'ווען שחט'ן 7 קרבנות אפאר מאל, קען עס אפשר ארבעטן, דא האט ער געניצט זיינע טאקטיקן מיט עפעס העכערס און געהאפט אז אזוי ארום וועט אים געלונגען מאכען פאניע בראט מיט זיין יוגענד פריינט דער היינטיגער מואב קעניג.
פרובירט אהער פרובירט אהין מ'גייט דא מ'גייט דארט דא זעהט מען בעסער דא זעהט מען גרעסער דארט וועט מען שחט'ן די קרבנות, אבער נאך יעדע טריי אויט קימט א טוץ מיט ברכות וואס דער אב הרחמן שטייט פעלזן פעסט און זאגט נוי וועי די וועסט דעם פאלק גארנישט קענען מאכען ס'איז מיין ליבלינג!!!!

דער הייליגער ר' הערש פון רימינוב ברענג ארויס דעם פרשה אהבת הקב"ה לישראל אז ניטאמאל האט איין יוד געוויסט פון זייערע פינסטערע פלענער! שטייט א סופער שעלטער א נביא השם יודע דעת עליון און שיסט שפיזן און די יודען ווייסען ניטאמאל מתפלל זיין, מאכען מנינים תהילים אדער פאסטען וכדו' און גארנישט, ער היט און מאכט זיכער אז זיין הייליג פאלק בלייבט גאנץ אן קיין געשעדיגטע.

בלק ווערט נערוועז מער און מער ביי יעדעם מאל וואס בלעם פרובירט, ביז זיינע נערווען שיסען און זאגט: זיי נישט ברוגז פאר אהיים געזינטערהייט ביסט ביזי דער אייבטער לאט יא לאט נישט סוי דער אייבישטער לאט נישט איך זאל דיר כבוד געבען און קיין שום ביזנעס דיעל מאך איך נישט מיט דיר גוד ביייייייי.
בלעם איז גאר א אנגעפאטשטער, א בלינדער שעך איז ער שוין יארן, היצט אויפן וועג אהער איז ער געווארען א קריפל לעולם דוד, און קען נישט גיין אויף זיין ציקראטשטער פיס ער פארט שוין אויף אייביג אין א ווילטשעיר, און דא אזא פרקאסק.....

רוימט ער אריין פאר בלק'ן אין אויער א סוד!!! איך קען דיר זאגען איין זאך איך ווייס כביכול כביכול דעם רבוש"ע'ס אינגרוי טוי נעיל אויף וואס מ'דארף ארויפ טרעטן! "אלוקיהם של אלו שונה זימה" ביי אונז איז דאס זייער גאנגבאר אבער ביי דעם עם הנבחר נישט! און זייער טאטע וואס פראטעקט זיי מיט אזא איבערגעגעבענקייט גייט ארויס פון די כלים כביכול פון דעם בקקום שאתה
מוצא קדושה אתה מוצא גדר ערוה און פארקערט ח"ו קימט א אנדרמיסיא ח"ו... מילא טו זיי מכשול זיין מיט דעם ביגן אקט, און אזוי ארים וועסטי אריין האקען דארט א פלאקען!

בלק האט אים ניטאמאל באדאנקט פאר דעם עצה ווייל ער איז געוועהן אנגעבלאזען ווי א פאאיקע, ווי פייוויש ביים האלץ קאמער, אבער האט געטראכט וואס האט ער צי דערלייגען אפשר טאקע! האט ער אזוי געטוהן אינטערגעזאגט זיינע נידריגסטע עלעמענטן און אריין געריקט אפאר ביליגע זונות צווישן כלל ישראל און ליידער געמאכט א חורבן מיט א שרעקליכע מגיפה......

לענינינו:

די מעשה איז זייער (נישט) שיין אבער עס פעלט אויס אביסל התבוננות און זעהן וואס שפילט זיך אפ ווייטער פון דעמאלץ ביז היינט, די פאקט בלייבט פאקט, דער באשעפער איז א שונא זימה... איי פארוואס באשעפער? האסט אונז דאך אזוי ליב געסט אונז פון אלעם גיטן עסען טרינקען שלאפען, פארוואס לאזט די אונז נישט אביסל זימה עס זעעט דאך אויס אזוי געשמאק... געסט דאך אונז טאקע וואס אונז ברויך מער בדרך היתר אבער פארט! "מים גנובים ימתקו" וואס ארט דיך אונז זאל מיר זיך אביסעל ענדשזויען און וועל מיר ווייטער בלייבן געטריי צי דיר און אפשר נאך מער אונז וועל מער בעסער דאווענען בעסער לערנען די וועסט אויך הנאה האבען, וואס איז דען? די פארטראגסט נישט דעם קליינעם עסק וואס איז דען דער גרויסע מלער.

אבער השי"ת ענפערט:

מיין טייער קונד! איך ווייס זייער גיט וואס די האסט ליב :"כי אתה יוצרם ואתה יודע יצרם" איך ווייס פינקטליך וואס די מיינטס און וואס די טראכסט און האפסט און קלערסט! וויסען אבער זאלסטי אז איך קען דיר נישט אלעס מסביר זיין, דיין מח קען עס נישט פארשטיין, אבער עס מאכט א חורבן עולם פאר דיר פאר דיין משפחה און פאר די גאנצע וועלט! איך האב באשאפען די וועלט און איך פיר עס מיט א פיקנטליכע חשבון און א פלאן אויף אלעם, איך דארף נישט דיין הילף איך בעט דיך נאר... טי נישט דאס ווייל די מאכסט חרוב מיין וועלט.

זעהסט דאך אליין ווי שטארק אין האב דיך ליב און וואס איך טוה אלץ פאר דיר, און וואלט דיר אויך דאס געקענט נאכגעבן.. איך וועל גארנישט קלענער ווערן פון דעם, אבער דיך און די וועלט וועסטי חרוב מאכען! אזויפיל געטרוי מעגסטי האבען אין מיר אז איך פארשטיי דיך זייער גיט און פארט פארלאנג איך פון דיר די זאלסט שטיין ווייט אוועק פון אט די אלע זאכען כמטחוי קשת... איך ווייס זייער גיט דעם נסיון ווייל איך האב דאך דיך אזוי באשאפען און מיט א סבה דערפאר!! אבער די שכר וואס איך וועל דיר באצאלן פאר דעם סיי אויף דער וועלט און אוודאי אויף יענער וועלט איז אין לשער!!! עין לא ראתה אלוקים זולתך, ווי מער וועסט דיך אפהאלטען וועט דיר גרינגער ווערן און געשמאקער ווערן.

מאך דיר א סיפוק החיים פון אנדערע זאכען מאך דיר א סיפוק החיים פון די היתר וואס איך האב דיר געגעבען 'וראה חיים עם האשה אשר אהבת'... יא איך ווייס וואס די מאכסט מיט מיט איהר אויך, און דעס האב איך דיר אויך געשיקט מיט א פונקליכען פלאן... אבער ארבעט דווקא דעס אויס די בעסטע וואס שייך און וועסטי ארויסקומען א געווינער! געסט דיך איין דריי ביסטי שוין אן אלטער יוד קימסט שוין באלד צירוק אהיים פון דא אויווען פון ווי איך האב דיך אראפ געשיקט, אונז וועל מיר זיך ביידע פרייען ציזאמען און פאסמאקעווען ווי שיין די האסט דורך געשווערצט די יארן...

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 4, 2012 1:38 pm

· #21648
שטארק! געשמאק.

שלמה המלך
האט ער אזוי געטוהן אינטערגעזאגט זיינע נידריגסטע עלעמענטן און אריין געריקט אפאר ביליגע זונות...

דאכט זיך אז ס'שטייט אז ער האט דייקא אריינגעשיקט פנעם שענסטן און בעסטן, בנות מלכים. כזבי בת צור איז געווען א בת מלך.

אז מ'רעדט שוין פון די פרשה, האף איך אז שלמה'לה המלך וועט נישט מקפיד זיין אז איך ברענג דא א שיין ארטיקל אויף דעם בלעם'ן, פון פאריעריגע שבת בלעטל, מיטן קעפל "שווארצע נבואות".

שלמה המלך » מיטוואך יולי 4, 2012 3:05 pm

· #21674
געפילטע פיש
שטארק! געשמאק.

שלמה המלך
האט ער אזוי געטוהן אינטערגעזאגט זיינע נידריגסטע עלעמענטן און אריין געריקט אפאר ביליגע זונות...

דאכט זיך אז ס'שטייט אז ער האט דייקא אריינגעשיקט פנעם שענסטן און בעסטן, בנות מלכים. כזבי בת צור איז געווען א בת מלך.

אז מ'רעדט שוין פון די פרשה, האף איך אז שלמה'לה המלך וועט נישט מקפיד זיין אז איך ברענג דא א שיין ארטיקל אויף דעם בלעם'ן, פון פאריעריגע שבת בלעטל, מיטן קעפל "שווארצע נבואות".

יא ביסט גערעכט, אבער אפילו זייענדיג די גרויסע פרינצעסעס איז זי געווארן א ביליגע זונה

און ח"ו איך בין נישט מקפיד.... אונז אלע קען מער ניצען גיטע ווערטער! אדרבה, אבער לדאבונינו ארבעט ביי מיר נישט די לינק

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 4, 2012 3:50 pm

· #21697
שלמה המלך
אבער לדאבונינו ארבעט ביי מיר נישט די לינק

דאס ארבעט יא? www.easy-dump.com/83513

שלמה המלך » מיטוואך יולי 4, 2012 3:57 pm

· #21701
ניין! אויך נישט

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 4, 2012 4:05 pm

· #21704
שלמה המלך
ניין! אויך נישט

ווער בלאקט? דיין פילטער?

שלמה המלך » מיטוואך יולי 4, 2012 10:19 pm

· #21795
געפילטע פיש
שלמה המלך
ניין! אויך נישט

ווער בלאקט? דיין פילטער?

כ'ווייס נישט, אדער איינער פון מיינע צוויי שומרים אדער JNET אדער K9 אדער איז עפעס ראנג מיט די לינקס וואס די האסט געשטעלט....

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 4, 2012 10:42 pm

· #21798
שלמה המלך
געפילטע פיש
שלמה המלך
ניין! אויך נישט

ווער בלאקט? דיין פילטער?

כ'ווייס נישט, אדער איינער פון מיינע צוויי שומרים אדער JNET אדער K9 אדער איז עפעס ראנג מיט די לינקס וואס די האסט געשטעלט....

וועלעך טרייען מאך איין מאל.
freepdfhosting.com/17fd1d9196.pdf
און טאמער ארבעט דאס אויך נישט דאן קאפי\פעיסט דעי לינק אין אדרעס באר:
http://freepdfhosting.com/17fd1d9196.pdf

שלמה המלך » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:24 pm

· #21941
ידידי היקר הרב פיש

איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר פרובירן עטלניכע מאל אבער עס גייט פארט נישט, אפשר קענסט עס לייגן אויף א PDF פייל וכדומה אדער ארויפלוידען דא (אויב עס רעד בענינינו) און מיר וועלן אלע נהנה זיין

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 5, 2012 7:39 pm

· #22036
שלמה המלך
ידידי היקר הרב פיש

איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר פרובירן עטלניכע מאל אבער עס גייט פארט נישט, אפשר קענסט עס לייגן אויף א PDF פייל וכדומה אדער ארויפלוידען דא (אויב עס רעד בענינינו) און מיר וועלן אלע נהנה זיין

די גאנצע פייל איז צו גרויס, כ'האב אראפ געשניטען נאר די פעידשעס פון דעים ארטיקל אז ס'זאל פיטן.
📎 shabbos-blettel-3.1-3.pdf

שלמה המלך » פרייטאג יולי 6, 2012 12:24 pm

· #22169
א ריזיגען יש"כ הרב פיש

כ'האב עס ארויסגעפרינט און איך וועל דאס ליינען שב"ק מיט יישוב הדעת..... ביטע נאר ווען די צווייטע חלק קימט ארויס ברענג עס אויך אהער און די שכר איז דיינס!

ובחדא בחתא אויך א דאנק פאר אלע ידידים וואס האבען מקיים קעוועהן מצות לקיקה און קעלייקט דעם ארטיקל, אזוי אז מ'ווייזט מ'האט הנאה געהאט גיט עס חשק אויף ווייטער, ובעזרת השם ביום שמחתכם ובמועדיכם אלקק לכם כגמולתכם הטוב...

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 6, 2012 12:44 pm

· #22180
שלמה המלך
א ריזיגען יש"כ הרב פיש

כ'האב עס ארויסגעפרינט און איך וועל דאס ליינען שב"ק מיט יישוב הדעת..... ביטע נאר ווען די צווייטע חלק קימט ארויס ברענג עס אויך אהער און די שכר איז דיינס!

ובחדא בחתא אויך א דאנק פאר אלע ידידים וואס האבען מקיים קעוועהן מצות לקיקה און קעלייקט דעם ארטיקל, אזוי אז מ'ווייזט מ'האט הנאה געהאט גיט עס חשק אויף ווייטער, ובעזרת השם ביום שמחתכם ובמועדיכם אלקק לכם כגמולתכם הטוב...

שוין לאנג ארויסגעקומען, ס'איז פון פאראיאר.
זייטן 9-11 אין נומער 4, און 3-7 אין נומער 5.
📎 shabbosblettel.files.wordpress.com_2011_07_shabbos-blettel-42.pdf

📎 shabbosblettel.files.wordpress.com_2011_08_shabbos-blettel-5.pdf

שלמה המלך » פרייטאג יולי 6, 2012 12:48 pm

· #22181
מיינסט צי זאגען אבער עס אויך נוגע היי יאר??? 😳 😳 🙄 🙄 😂 ❓ ❗

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 6, 2012 1:36 pm

· #22202
שלמה המלך
מיינסט צי זאגען אבער עס אויך נוגע היי יאר??? 😳 😳 🙄 🙄 😂 ❓ ❗

שוין עקספייערט, אזוי ווי דער יוסף הצדיק פון די צאנה וראנה וואס איז יעדע יאר געגאנגען זוכן די ברידער, און האט זיך נישט אויסגעלערן פון פאראיאר נישט צו גיין...

נולד מאוחר » זונטאג יולי 8, 2012 3:26 am

· #22336
פלגשים איז מותר לויט אסאך ראשונים, די אוייביישטער האט אונדז נישט אזוי געלימעט ווי מיר האבן זיך אליינס געלימיטעד.

איחוד פעלד » זונטאג יולי 8, 2012 9:21 am

· #22344
Re: אלוקיהם של אלו שונא זימה!
פלגשים איז מותר לויט אלע ראשונים, די מיינסט אוודאי צו אפלגש דארף קדושין. איז עס נאר לויט איין ראשון.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

שלמה המלך » זונטאג יולי 8, 2012 12:11 pm

· #22363
נו הוא אשר דברנו, א פלגש בחופה וקידושין וואס איז אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות דאס טיסטו נישט, משא"כ זאכען וואס זענען אסור לויט אלע שיטות דאס טיסטו יא! (איך מייך נישט דיך, נאר.......)

איחוד פעלד » זונטאג יולי 8, 2012 6:31 pm

· #22466
שלמה המלך
נו הוא אשר דברנו, א פלגש בחופה וקידושין וואס איז אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות דאס טיסטו נישט, משא"כ זאכען וואס זענען אסור לויט אלע שיטות דאס טיסטו יא! (איך מייך נישט דיך, נאר.......)

איך פארשטיי נישט אזוי ווייט דיין כוונה, בעיקר וואס איך האב געמיינט איז מתקן זיין אז א פלגש מיינט נישט אהן חופה וקידושין, חוץ לויט איין שיטה.
למעשה זעה איך אז עס איז דא מערערע שיטות וואס האלטען אזוי.
קוק דא

די אמת איז אז די אלע היתירים זענען נישט אזוי ווייט למעשה, ווייל היינט צו טאג איז נישטא א פרוי וואס וועט מסכים זיין אויף פאן און גיין אין מקוה פריער, עס איז עפעס אזוי ווי עסען בשר וחלב און מאכען א ברכה שלא עשני גוי. אה, און טאמער איינער האט יא א פלגש, זאל ער נישט פארגעסען די תפלה פין רמב"ן....

שלמה המלך » זונטאג יולי 8, 2012 10:37 pm

· #22547
כבוד ידידי הרב איחוד, כ'האב נישט געמיינט דיך, כ'האב געזאגט פאר דעם נולד מאוחר אז אשטאט זיך אפרעדן וואס איז שלעכט מיט א פלגש עס איז דאך מותר, האב איך רעאגירט און געזאגט את אשר התרתי אסרת ואשר אסרתי התרת......

נישט אז איך ראט אים צי נעמען א פלגש, נאר אויב איז די ווארט אז דאס איז מותר, אויב אזוי וואס מיט דעם וואס איז לכל הדעות אסור? (ווי די אלע פארנער קליפס וכדו')

געפילטע פיש » זונטאג יולי 8, 2012 10:49 pm

· #22550
שלמה'לה, ווי אזוי האסטו געגליכן דעם בלעם'ן? האט זיך מיין פלאג פון ארויפלייגן די פי די עפס אויסגעצאלט?

זר זהב » זונטאג יולי 8, 2012 11:27 pm

· #22564
צו האבן מערערע ווייבער אידאך אויך געווען מותר ביז'ן חרם דרבינו גרשום. -- ס'דא ביאלאגישע סייענטיסטן וואס האלטן אז זכרים זענען ביי נאטור געבוירן צו זיין פאליגימיס, נישט מאנאגאמאוס.

לויט זיי איז פארשטענדליך פארוואס אינגעלייט דרייען זיך ארום אן א קאפ...

שלמה המלך » מאנטאג יולי 9, 2012 11:19 am

· #22635
געפילטע פיש
שלמה'לה, ווי אזוי האסטו געגליכן דעם בלעם'ן? האט זיך מיין פלאג פון ארויפלייגן די פי די עפס אויסגעצאלט?

בלעם האב איך פיינט ווייל ער איז א רשע מרושע.... וואס מיינסטי כ'האב ארויסגעפרינט די סחורה, למעשה ארויסגייענדיג פון אפיס פרייטיג וועלענדיג נעמען די סחורה זעה איך ווי די פרינטער איז דזשעמד! כ'האב פרובירט עס פארעכטן אבער די קארטריטדש האט אנגעפאנגען פארפירן, עכ"פ כ'האב געזעהן ווי דער בלינדער שעך דער בלעם לאט עס נישט צי (א גיטע סימן)... מיין פרינטער איז נאך נישט פארראככטען, די מינוט וואס ער ווערט מסודר וועט ער עס ארויסשפייען....

אבער אויסגעצאלט האט עס זיך זיכער גיב א בליק וועסטי זעהן 10-12 חברה האבן דאס געדאוינלויד, און חוץ דעם וועל איך וועל עס סוכ"ס אויך האבן בע"ה, אזוי בליקענדיג ערב שבת בשטחיות האט עס אויסגעקיקט גיטע סחורה....
זר זהב
צו האבן מערערע ווייבער אידאך אויך געווען מותר ביז'ן חרם דרבינו גרשום. -- ס'דא ביאלאגישע סייענטיסטן וואס האלטן אז זכרים זענען ביי נאטור געבוירן צו זיין פאליגימיס, נישט מאנאגאמאוס.

לויט זיי איז פארשטענדליך פארוואס אינגעלייט דרייען זיך ארום אן א קאפ...

זר טייערע... דעם פראבלעם ווייס איך זייער גיט 😳 האסט עפעס א סעלוציע? א אידישע?

משה מענטש » דינסטאג יולי 10, 2012 12:52 pm

· #22979
שלמה המלך

מאן מלכי רבנן... איך מיז דיר זייער באדאנקען, איך האב געזעהן דעם אשכול זייענדיג א גאסט אבער איך האב מיך געמיזט איינשרייבן צי קענען זיך באדאנקען!

איך האב ממש געהאט טרערן אין די אויגן ביים ליינען דעם ארטיקל איך האב מיך געפונען ממש ביי יעדע איינציגסטע ווארט ממילא מיז איך קודם באדאנקען דעם קאווע שטיבל פותחין בכבוד האכסניא וואס נאר דא קען מען אויסשמועסן אזוי ברייט דעם ענין און א ריזיגן דאנק פארן מלך פארן עס אהערשטעלן און אראפלייגען די מציאות

אויך א דאנק פאר געפילטע פיש, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון דעם שבת בלעטל

שלמה המלך » דינסטאג יולי 10, 2012 2:00 pm

· #23006
ברוכים הבאים ר' משה און יש"כ פאר די גיטע ווערטער - ווייסט דאך אוודאי די מאמר החכם 'וואס די האסט ליב האב איך אויך נישט פיינט'

דרך - אגב מיין איך טאקע אז די לייקס האט מונע געוועהן הערות פונעם עולם, דהיינו די לייקס האט א מעלה אז אמאל איז מען נישט דערביי מגיב צי זיין און אפילו נישט זאגען א דאנק ווארט מילא איז די לייקעס א גיטער זאך כאטש זעהט יענער אז מ'האט הנאה געהאט פון זיין תגובה, אבער פון די אנדערע זייט איז דער עולם זייער באקוועם מיט דעם און מ'איז יוצא מיט דעם מ'פילט נישט מ'מיז עפעס מגיב זיין

לענינינו זעה איך אז האסט געטוהן ביידע... יש"כ

משה מענטש » דינסטאג יולי 10, 2012 2:59 pm

· #23034
שלמה המלך
.... אויב אזוי וואס מיט דעם וואס איז לכל הדעות אסור? (ווי די אלע פארנער קליפס וכדו')

איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין ציפרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?

אלבערט » דינסטאג יולי 10, 2012 3:28 pm

· #23042
געפילטע פיש
שלמה המלך
א ריזיגען יש"כ הרב פיש

כ'האב עס ארויסגעפרינט און איך וועל דאס ליינען שב"ק מיט יישוב הדעת..... ביטע נאר ווען די צווייטע חלק קימט ארויס ברענג עס אויך אהער און די שכר איז דיינס!

ובחדא בחתא אויך א דאנק פאר אלע ידידים וואס האבען מקיים קעוועהן מצות לקיקה און קעלייקט דעם ארטיקל, אזוי אז מ'ווייזט מ'האט הנאה געהאט גיט עס חשק אויף ווייטער, ובעזרת השם ביום שמחתכם ובמועדיכם אלקק לכם כגמולתכם הטוב...

שוין לאנג ארויסגעקומען, ס'איז פון פאראיאר.
זייטן 9-11 אין נומער 4, און 3-7 אין נומער 5.
📎 shabbosblettel.files.wordpress.com_2011_07_shabbos-blettel-42.pdf

📎 shabbosblettel.files.wordpress.com_2011_08_shabbos-blettel-5.pdf

איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

שלמה המלך » דינסטאג יולי 10, 2012 3:32 pm

· #23043
משה מענטש
שלמה המלך
.... אויב אזוי וואס מיט דעם וואס איז לכל הדעות אסור? (ווי די אלע פארנער קליפס וכדו')

איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין ציפרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?

אין וועלעכע קאטאגאריע עס גייט אריין און פינקליך וועלעכע איסור דאוריתא דארפסטי פרעגען דיין מורא דרך וועם די פרעגסט אלע איסורים און כריתות שאלות (אויב די שעמסט דיך פון אים זאג אים תורה הוא ולימוד אני צריך - אדער זאג אים אז דיין חבר וויל וויסען ער שעמט זיך צי פרעגען אליין 😂 )
עס גייט אבער זיכער אריין אין די קאטאגאריע פון המקשה עצמו לדעת... און וואס חז"ל זאגען אויף דעם, און פון קישוי אבר איז מען קלאר א מז"ל למחצה לשליש ולרביע דוק ותשכח (אויף חז"ל דארף מען נישט קיין ראיות)
הרחק מן הכיעור ודומה לו......

אלבערט » דינסטאג יולי 10, 2012 3:34 pm

· #23044
משה מענטש
שלמה המלך
.... אויב אזוי וואס מיט דעם וואס איז לכל הדעות אסור? (ווי די אלע פארנער קליפס וכדו')

איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין ציפרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?

וואס זענען דיינע צדדים אז נישט?

אלבערט » דינסטאג יולי 10, 2012 3:37 pm

· #23046
שלמה המלך
אין וועלעכע קאטאגאריע עס גייט אריין און פינקליך וועלעכע איסור דאוריתא דארפסטי פרעגען דיין מורא דרך וועם די פרעגסט אלע איסורים און כריתות שאלות (אויב די שעמסט דיך פון אים זאג אים תורה הוא ולימוד אני צריך - אדער זאג אים אז דיין חבר וויל וויסען ער שעמט זיך צי פרעגען אליין 😂 )
עס גייט אבער זיכער אריין אין די קאטאגאריע פון המקשה עצמו לדעת... און וואס חז"ל זאגען אויף דעם, און פון קישוי אבר איז מען קלאר א מז"ל למחצה לשליש ולרביע דוק ותשכח (אויף חז"ל דארף מען נישט קיין ראיות)
הרחק מן הכיעור ודומה לו......

דערמאנסט מיך זייענדיג א יונג בחור האב איך זיך פארגליסט צו רייכערן, און איין טאג האט מיין מוטער ע"ה געפונען ביי מיר דעם שאכטל ציגארן. איך האב מיך פארענטפערט אז לעולם איז דאס נישט מיינע, נאר א חבר מיינער האט מורא געהאט דאס אהיימצונעמען האט ער מיר דאס געגעבן. פרעגט מיר די מוטער, פארוואס האט עס יענער נישט אהיימגענומען און געזאגט די מאמע'ן אז עס איז דיינע?...

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 10, 2012 4:10 pm

· #23052
א גוט ווארט אלבערט; אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 10, 2012 4:19 pm

· #23057
משה מענטש
איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין צו פרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?

עס איז ממש זימה? ניין, ס'איז אפשר אבק זימה, ס'איז דאך נישט הלכה למעשה, ס'איז נאר מגרה יצה"ר אנפשיה. אבער ס'איז זיכער בכלל אינעם איסור ולא תתורו. ולא תתורו איז א באזונדערע איסור אין די תורה פון זנות.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 10, 2012 7:05 pm

· #23109
אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 7:15 pm

· #23115
שלמה המלך
געפילטע פיש
שלמה'לה, ווי אזוי האסטו געגליכן דעם בלעם'ן? האט זיך מיין פלאג פון ארויפלייגן די פי די עפס אויסגעצאלט?

בלעם האב איך פיינט ווייל ער איז א רשע מרושע.... וואס מיינסטי כ'האב ארויסגעפרינט די סחורה, למעשה ארויסגייענדיג פון אפיס פרייטיג וועלענדיג נעמען די סחורה זעה איך ווי די פרינטער איז דזשעמד! כ'האב פרובירט עס פארעכטן אבער די קארטריטדש האט אנגעפאנגען פארפירן, עכ"פ כ'האב געזעהן ווי דער בלינדער שעך דער בלעם לאט עס נישט צי (א גיטע סימן)... מיין פרינטער איז נאך נישט פארראככטען, די מינוט וואס ער ווערט מסודר וועט ער עס ארויסשפייען....

אבער אויסגעצאלט האט עס זיך זיכער גיב א בליק וועסטי זעהן 10-12 חברה האבן דאס געדאוינלויד, און חוץ דעם וועל איך וועל עס סוכ"ס אויך האבן בע"ה, אזוי בליקענדיג ערב שבת בשטחיות האט עס אויסגעקיקט גיטע סחורה....
זר זהב
צו האבן מערערע ווייבער אידאך אויך געווען מותר ביז'ן חרם דרבינו גרשום. -- ס'דא ביאלאגישע סייענטיסטן וואס האלטן אז זכרים זענען ביי נאטור געבוירן צו זיין פאליגימיס, נישט מאנאגאמאוס.

לויט זיי איז פארשטענדליך פארוואס אינגעלייט דרייען זיך ארום אן א קאפ...

זר טייערע... דעם פראבלעם ווייס איך זייער גיט 😳 האסט עפעס א סעלוציע? א אידישע?

דו האסט דאך געהאט 1000 ווייבער, ניין? נישט קיין שלעכטע סטארט...

שלמה המלך » דינסטאג יולי 10, 2012 10:38 pm

· #23179
זר זהב
.....דו האסט דאך געהאט 1000 ווייבער, ניין? נישט קיין שלעכטע סטארט...

יא אבער פארגעסט איך האב אויך געהאט 1000 שוויגערס 🙄 🙄 🙄

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 10:39 pm

· #23180
...... זיי אלע לעבן נאך? קען נישט זיין!

שלמה המלך » דינסטאג יולי 10, 2012 10:40 pm

· #23181
אפשר.... אבער מיר האבן זיי זיכער געמאכט דאס ט...

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 10, 2012 10:45 pm

· #23183
אלבערט
איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

קיין באזונדערס, נאר אז מ'באהאנדעלט דעם בלעם'ן אויף א ברייטן אופן.

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 11:39 am

· #23333
געפילטע פיש
אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.

יא ער ברענגט דארט א קלארע פסק אז קיקן פורן קליפס איז א איסור דאוריתא ערגער ווי עסן חזר! (ראה שמה ההסבר) ער זאגט נאר א שיין דערהער אז ווען מ'עסט חזיר איז נישט דא א וועג ארויס משא"כ פון די ראיות אסורות ווערט די מח פגום אבער מיט לימוד התורה וכו' ווערט די הארד דיסק פונעם מח אויסגעקלארט....

אלבערט » מיטוואך יולי 11, 2012 6:20 pm

· #23487
געפילטע פיש
אלבערט
איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

קיין באזונדערס, נאר אז מ'באהאנדעלט דעם בלעם'ן אויף א ברייטן אופן.

טא פארוואס האט מען דאס אהערגעלינקט אין דעם אשכול?

בן תמליון » מיטוואך יולי 11, 2012 6:37 pm

· #23491
געפילטע פיש
אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.

איך דערמאן זיך פון גירסא דינקותא כ'האב געזען אין א תשובה ספר פון א פריערדיקן גדול ער זאגט אז מען מעג זאגן דברים שבקדושה פאר בילדער פון ערוה ווייל ביי בילדער איז נישט קיין הרהור נאר דורך לעבעדיקס, ער ברענגט ראיות מש"ס ופוסקים כדרכה של תורה. איך דערמאן זיך כ'האב אמאל בתמימות נאכגעזאגט דעם תשובה אין כולל אברכים רופט זיך אן א אינגערמאן וואס זעט אויס ער'ט זיך אביסל אויסגעקענט: איך וועל דיר ברענגען בילדער און אויפווייזן אז ס'איז יא דא הרהור. נא מיר ווייסן דאך וואס אונזערע צדיקים זאגן: א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 11, 2012 6:57 pm

· #23494
אלבערט
געפילטע פיש
אלבערט
איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

קיין באזונדערס, נאר אז מ'באהאנדעלט דעם בלעם'ן אויף א ברייטן אופן.

טא פארוואס האט מען דאס אהערגעלינקט אין דעם אשכול?

ס'שטערט דיך שטארק? סו מי.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 11, 2012 6:58 pm

· #23495
בן תמליון
א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

א ריכטיגע מאמין האט קיין הירהורים נישט, אז מ'גלייבט אז בילדער ברענגט נישט קיינע הירהורים, ברענגט עס טאקע נישט.

בן תמליון » מיטוואך יולי 11, 2012 7:10 pm

· #23496
געפילטע פיש
בן תמליון
א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

א ריכטיגע מאמין האט קיין הירהורים נישט, אז מ'גלייבט אז בילדער ברענגט נישט קיינע הירהורים, ברענגט עס טאקע נישט.

זאגסט דברים של טעם. מכותלי דבריך ניכר שתלמיד חכם אתה. נו מיר זענען נישט אויף די מדרגות אבער ווי צדיקים האבן געזאגט מדארף האבן א רצון צו גלייבן.

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 7:36 pm

· #23503
בן תמליון
געפילטע פיש
אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.

איך דערמאן זיך פון גירסא דינקותא כ'האב געזען אין א תשובה ספר פון א פריערדיקן גדול ער זאגט אז מען מעג זאגן דברים שבקדושה פאר בילדער פון ערוה ווייל ביי בילדער איז נישט קיין הרהור נאר דורך לעבעדיקס, ער ברענגט ראיות מש"ס ופוסקים כדרכה של תורה. איך דערמאן זיך כ'האב אמאל בתמימות נאכגעזאגט דעם תשובה אין כולל אברכים רופט זיך אן א אינגערמאן וואס זעט אויס ער'ט זיך אביסל אויסגעקענט: איך וועל דיר ברענגען בילדער און אויפווייזן אז ס'איז יא דא הרהור. נא מיר ווייסן דאך וואס אונזערע צדיקים זאגן: א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

אוודאי די בילדער וואס זיי רעדען און וואס זיי האבען געזעהן ברענגט נישט קיין הרהורים אדרבה עס קילט אפ אינגאנצען דעם אפעטיט..... אבער די היינטיגע פיל קאלערד בילדער און ווער רעדט נאך פון לעבעדיגע קליפס? נעם דעם גרעסטען צדיק און שפיל אים פאר דאס געשעפט און לאמיך הערן וואס דאס ברענגט אים......

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 11, 2012 7:41 pm

· #23506
איך קען נעבעך אסאך טייערע כולל אינגעלייט וואס קענען זיך נישט איינהאלטן און וואטשן פארן, רובא דרובא איז עס ווייל זיי זענען נישט צופרידן אינדערהיים און די ווייב קען אדער וויל זיי נישט - גענוג סעטיספייען. ס'איז נעבעך א מכת נישט מדינה, נאר משפחה.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 11, 2012 10:04 pm

· #23580
אפשר צייגסטו מיר צו ווי פונקטליך אויף דרייצען מ'קען זען די זאכן? אפשר מיינסטו די ווידאו פארנט פון מאסטלי מיוזיק? כ'זע טאקע אז די בחורים שטופען זיך צו דארט צו זען עפעס.

שלמה המלך » דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:10 pm

· #23754
טאמבל סאס
.....איך קען נעבעך אסאך טייערע כולל אינגעלייט וואס קענען זיך נישט איינהאלטן און וואטשן פארן, רובא דרובא איז עס ווייל זיי זענען נישט צופרידן אינדערהיים און די ווייב קען אדער וויל זיי נישט - גענוג סעטיספייען. ס'איז נעבעך א מכת נישט מדינה, נאר משפחה.

יא יא דאס איז אויסדריקליך די סבה דערצו, עס פעלט זיך אויס א געוואלדיגען כח א ריכטיגען כה תאמר לבית יעקב וואס וועט קענען ראטעווען די מצב!

נישט אז עס בארעכטיגט צי קיקען די אלע זאכן און אז דאס וועט זיין א גיטע תירוץ, אבער דאס איז די סבה......

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 13, 2012 11:37 am

· #23990
שלמה המלך
טאמבל סאס
.....איך קען נעבעך אסאך טייערע כולל אינגעלייט וואס קענען זיך נישט איינהאלטן און וואטשן פארן, רובא דרובא איז עס ווייל זיי זענען נישט צופרידן אינדערהיים און די ווייב קען אדער וויל זיי נישט - גענוג סעטיספייען. ס'איז נעבעך א מכת נישט מדינה, נאר משפחה.

יא יא דאס איז אויסדריקליך די סבה דערצו, עס פעלט זיך אויס א געוואלדיגען כח א ריכטיגען כה תאמר לבית יעקב וואס וועט קענען ראטעווען די מצב!

נישט אז עס בארעכטיגט צי קיקען די אלע זאכן און אז דאס וועט זיין א גיטע תירוץ, אבער דאס איז די סבה......

ס'קוקט אויס פין די שמועס אז די אלע טמאנע זאכן אויפן אינטערנעט איז ארויפגעלייגט געווארן פאר וויליאמסבורג אינגעלייט.
אבר קטן יש ' האט נישט צי טואן אויב מגייט מיט פאיות.

שלמה המלך » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:10 pm

· #233884
נולד מאוחר

ניין! דאס האט טאקע נישט ציטוהן אויב מ'גייט מיט פיאות, אבער די סטראגעל און די גילטי קאנטשעס פילינג האט נאר דער יונגערמאן! (נישט דווקא פון וויליאמסבורג....)

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:17 pm

· #233887
קוקען פארען האט מיט דער ווייב אזויווי עסען טריפות האט מיט מיעל מארט.
בלאט: 1 2