☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וואס איז מסורה?

וואס איז מסורה?

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1004

טעלעפאן » מיטוואך יולי 4, 2012 11:05 am

· #21617
וואס איז מסורה?
וואס איז "מסורה"?

צו ווייל מיין טאטע - אדער אפילו זיידע - האבן אפגעמאכט זיך צו פירן אויף א געוויסן וועג אין א געוויסן ענין, מיינט דאס אז איך דארף נאכגיין? אויב נישט, דאן וואס מיינט יא מסורה? און אויב יא, פארוואס זאלן מיינע עלטערן מעגן טוישן (געווענליך צו פרומער) און איך טאר נישט?..


די אמת׳ע "מסורה" איז די תורה שבע"פ. דאס איז "איבערגעגעבן" געווארן פון משה רבינו צו יהושע בן נון אא"וו. פון מסורה וואס מיר רעדן היינט, איז א "מעין" פון דעם, ד"ה אז ווען איך זעה מיינע עלטערן טוען עפעס נעם איך אן אז זיי האבן עס "במסורה" אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געהאט א תורה מסורה און זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן, ביז מען האט עס אראפגעשריבן צוליב נשתכח הדורות.

אבער מיין טאטע'ס טאטע, למשל, האט אנגענומען די חומרות פון איבעראל, קיין נפק"מ די סיבה, דאס איז לכאורה נישט קיין מסורה. ווארום אויב אננעמען דעם חתם סופר, וואלטן מיר געדארפט עסן געבראקטס. נו, פארדעם איז ער דאך געווען אן אויבערלענדער... אבער ביי לשונות העמים איז ער געווארן א "משלנו"....

"שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך", איז א הלכה אדער א שיינע מימרא?

ס'איז באמת א היבש צומישטער נושא, ווער עס קען צוגעבן קלארקייט דערצו, אדרבה, נעמטס דעם ווארט!

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 4, 2012 12:52 pm

· #21634
נאך מער, אין ברכות שטייט
[quote="ברכות ל"ה ע"ב"]אין אמו אלא כנסת ישראל שנא' (משלי א, ח) שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך[/quote]
זעט מען אז די גמרא ברענגט אפילו א ראי' אז אמך מיינט כנסת ישראל פון דעם פסוק.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 4, 2012 1:16 pm

· #21643
יענקעל איז גערעכט, אז מסורה באציעט זיך בנוגע עופות טהורים וכו',

כ'וועל מסביר זיין זיינע ווערטער אביסעל ברייטער.
ווילאנג די גמרא איז נישט געדריקט געווארן, איז אלץ וואס שטייט דארט געווען "מסורה", פאר די וואס גלייבען אז חז"ל האבן געהאט מקובל עד משה מסיני אופני דרשת הפסוקים (א סוגיא פארזיך ווי אזוי ס'האט זיך געשאפען מחלוקת אינהאלב די מסורה, רב דסלר איז זייער קלאר אינדעם, ואכמ"ל), זינט דאן, זענען נאר זאכן וואס זענען געווען מקובל און ס'איז נישט געדרוקט געווארן, אריין אינעם כלל פון מסורה.
פרישע מנהגים און כ"ש פרישע מעשיות, וואס איז נישט מקובל עד משה מסיני, האט קיין שייכות נישט צו מסורה.

און וויבאלד משה רבינו איז לכאורה נישט געגאנגען מיט א קרויס הוט אדער א דזשי ענד דזשי רעקל, און האט לכאורה געבראקט, ועוד, א"כ אין לנו אלא תורה משה.

והדא הוא דכתיב: זכרו תורת משה עבדי.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 4, 2012 3:34 pm

· #21683
איך וועל נישט אריינקריכן אין געבראקטס אום פסח, איך האב זייער ליב פסח ווי אזוי עס איז, אן די אלע צוגעהערן, די מצה מיט די פאטעטעס און אייער האט ביי מיר אזא געשמאקע טעם, אז איך דארף גארנישט מער. פון מיר אויס זאל פסח זיין נאך 2 חדשים, ווער דארף פיצא?

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט, עטליכע חומרות מיט וועלכע מיין פאטער האט זיך געפירט אום פסח - באמת א איד פון פאריגן דור מיט אלע מפרשים, ווי כל המרבה בחומרות הרי זה משובח - האט אונז געזאגט אלס בחור, אז כאטש ביי זיך אינדערהיים הייסט ער די בחורים זיך פירן אין זיינע דרכים, אבער נאך די חתונה קענען מיר טוישן אויב מיר ווילן, כאטש ער וועט הנאה האבן אז מיר גייען אויף זיינע וועגן, וועט ער אבער פארשטיין. (כאטש ער האט מיר איינמאל אריינגעווארפן אז איך וועל נאך זיין א "תוהה על הראשונות"...)

רוב זאכן האב איך ב"ה נישט געדארפט טוישן, נאר אדרבה, כ'האב עס מקבל געווען מרצון, אבער עטליכע זאכן וואס רוב וועלט פירט זיך שוין אנדערש האב איך יא געמוזט ברעכן. למשל מאכן קידוש פאר תקיעת שופר. גיי פרעג מיין טאטן פארוואס אין דער וועלט ס'האט אים געבאדערט אז די קינדער מאכן קידוש. כ'האב געמוזט פאסטן ביז 5:00 יעדן ראש השנה. און כדי נישט צו דארפן קוקן אויפן זייגער נערוועזערהייט און ווארטן צו ענדיגן מוסף אן כוונה, האב איך באשלאסן נאך די חתונה אז ס'איז ריכטיגער יא צו מאכן קידוש און געהעריג מכוון זיין מוסף מיט א רואיגקייט.

רעדנדיג פון ר"ה, איז נישט נאר בינעך געווען הונגעריג ווי א בער, נאר אויך מיד ווי א בער בעפארן ווינטער שלאף. ביים עלות האט מען אונז ארויסגעריסן פון בעט אן קיין טענות ומענות, און אויב האט מען איינגעדרימלט ביים דאווענען האט מען געכאפט א רוק אז ס'איז פארגאנגען דער אפעטיט פון דרימלען נאכאמאל.... כאילו איך האב מיך געקענט איינהאלטן. גיי פארשטיי פארוואס יונגע קינדער אונטער די בר מצוה, וואס פארשטייען נאך נישט צו די לאנגע דאווענענ'ס פון די ימים נוראים, דארפן זיצן הונגעריג און מיד א גאנצן טאג אין ביהמ"ד. און איינער וויל נאך איך זאל ליב האבן די ימים נוראים?

נאכן דורכטון די זאך, און טרעפנדיג אז יש לנו על מי לסמוך, שטיי איך מער נישט אויף ביים עלות. און אודה ו(לא)אבוש, איך קום אסאך מאל אן ראש השנה כמעט ביי נשמת... (דאס זאג איך שוין נישט אויס פאר מיין טאטן... נאך דאס פעלט מיר אויס...), אבער פון דעמאלס, ביז מען גייט אהיים, האלט איך מיט דאס דאווענען מיט א חיות, און האפענטליך בעהט איך זיך אויס א גוט יאר....

כ'בין אפשר פארקראכן, אבער כ'האב נאר געוואלט אנצייגן ווי איך האב געטוישט עטליכע זאכן אין די מסורה, און אנדערע זאכן נישט, און אויך דאס אז ע"פ רוב האט מיין טאטע געזאגט אז נאך די חתונה קענען מיר טון אנדערש.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 4, 2012 4:28 pm

· #21719
אבער לויט דיינע ווערטער אויבן איז דאך עס ממש ווי א נדר, און א טאטע אויף זיין קינד האט דאך א כח צו מתיר נדר זיין, ווי מיר גייען אי"ה לערנען בקרוב אין פר' מטות.

איחוד פעלד » מיטוואך יולי 4, 2012 4:49 pm

· #21731
מען איז גערעכט אז מנהגים און מסורה זענען אנדערע מושגים וואס ווערען אויס געמישט.
עם כל זה, האבען מנהגים אן הלכה'דיגן תוקף, אויב עס האט א מקום אין הלכה. אויב נישט איז עס נישט קיין מנהג און מען מעג עס ברעכען.

דא לאזט מען זיך אבער אריין אין א שווערע לאך, ווייל מען קען אנהייבען זיך מפלפל זיין ווען עס הייסט א מקום אין הלכה.
דא האט מען דערמאנט געבראקס,
שלאפען ראש השנה
קידוש מאכען פאר תקיעת שופר.

לא ראי זה כראי זה. גאנץ אנדערע ענינים. געבראקס איז א חומרה וואס איז געבויט אויף א חשש וואס האט באמת נישט קיין מקום אין הלכה, דאס הייסט אויף א חשש אז עס איז איבער געבליבען מעל וכו', איז אין הלכה נישטא קיים מקום להחמיר. אבער איינער קען טענה'ן אז עס האט יא א מקור, ווייל אין די גמרא שטייט וכו',.

שלאפען ראש השנה, איז א כל בו בשם הירושלמי וואס איז נישטא, און עס ווערט געברענגט אין שו"ע, וואס איז דאס? ווי אזוי ווערט דאס באהאנדלעט? יא מקום נישט מקום? בכלל קען איינער זאגען מיר איז בעסער אז די מזל שלאפט............

קידוש מאכען פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 6, 2012 11:03 am

· #22126
'מסורה' ווערט ביעקר געניצט כדי צי משכניע זיין דער מענטש צי טאן זאכאן וועס זענען נישט שכל'דיג אין אסאך מאל נישט אויסוגעהאלטןו.
די אלע עבודה זרה'ס וואס איז דא היינט איז אדאנק מסורה דער קריסט אדער מאסלים איז פשוטגעטריי צי זיין טאטעס מסורה, ער איז נישט משנה א קיצי של יוד אדער זיז כל שהוא. וואלטן זיי געטראכט אביסל וואלטן זיי נישט געקימען צי די החלטה אז אותו האיש איז געפלויגן אין די ליפטן אין געמאכט מויפתים ,אדער אז גאט האט פארברענגט מיט מחמד.
אלוהים עשה את האדם ישר ,אויף גיטע זאכן דארף מען נישט 'מסורה' א מענטש פארשטיי אליין וואס איז אויסגעהאלטן.
מען דארף אויסרייסן די מוסג 'מסורה' וואלטן סאך מער מענטשן איינגעזען דעם אמת אז ה' הוא האלוקים.
איי מענטשן וואלטן געגעסען אויבערלענדערס לעדי פינגרס אדער שמערלינגס טשאקלעד אין פסח ,סאיז נאך אלץ כדי .

קלוג און יונג » פרייטאג יולי 6, 2012 2:21 pm

· #22220
פשוט פשט 'שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך' מיינט נישט דעס און נישט דעס.
ס'מיינט נישט נאכגיין א טאטענס מסורה, און נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל

פשוט מיינט עס, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון דיין טאטען, אז ער זאגט דיר פאר נישט העכער די ספיד לימיט, פארוואס האסטו אינוועסטירט אינעם סטאק מארקעט ווען די הייבסט נישט אהן צו וויסען ווי אזוי טרעדינג גייט צו.
'נויג נישט אפ פונעם לערנען פון דיין מאמע, ווייל זי לערנט דיך זאכען וואס זענען געווענליך (religion not withstanding( יסודות'דיג און זייער נוצבאר. רעדן איידל, מענערס ביים טיש, זיין צאםגענומען, sharing,אוסקומען מיט פריינד.

די פסוק האט אויבנאויף קיין שייכות מיט

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 6, 2012 2:57 pm

· #22229
קלי וקלי דברי...

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 6, 2012 3:57 pm

· #22243
[ציטאט אראפגענומען]

בראשית איז טייטש 'אידן' בישביל ישראל שנקרא ראשית. אזוי זאגט רשי אין חז''ל ,בראשית - אנפאנג איז א בעלבתישע פשט אין אפשר אמת אויך.

טעלעפאן » מוצ"ש יולי 7, 2012 10:39 pm

· #22290
שמעקעדיג


נאכן דורכטון די זאך, און טרעפנדיג אז יש לנו על מי לסמוך, שטיי איך מער נישט אויף ביים עלות. און אודה ו(לא)אבוש, איך קום אסאך מאל אן ראש השנה כמעט ביי נשמת... (דאס זאג איך שוין נישט אויס פאר מיין טאטן... נאך דאס פעלט מיר אויס...), אבער פון דעמאלס, ביז מען גייט אהיים, האלט איך מיט דאס דאווענען מיט א חיות, און האפענטליך בעהט איך זיך אויס א גוט יאר....

כ'בין אפשר פארקראכן, אבער כ'האב נאר געוואלט אנצייגן ווי איך האב געטוישט עטליכע זאכן אין די מסורה, און אנדערע זאכן נישט, און אויך דאס אז ע"פ רוב האט מיין טאטע געזאגט אז נאך די חתונה קענען מיר טון אנדערש.


כ'געדענק נישט וואו עס ווערט געברענגט, אבער כ'האב אויך געטון דערין און כ'האב געזעהן זייער שארף איבערן שלאפן ר"ה צופרי, איבערהויפט די ערשטע דריי שעה פון דעם עלות, וואס עס שטייט שוין אין די גמרא אז אין די שעות איז דער רבש"ע דן.

נאך חצות איז מער אנגענומען לקולא.

טעלעפאן » מוצ"ש יולי 7, 2012 10:44 pm

· #22291
איחוד פעלד


קידוש מאכען פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.


נישט נאר דאס נאר הלכה׳דיג דארף מען בלאזן שופר לכתחילה פאר חצות. קומט אויס אז אלעס איז ממש איינגעפירט געווארן קעגן די הלכה... וויבאלד מען וויל אויסציען דאס דאווענען. און במילא - מיר זענען דאך נאר מענטשן.. מאכט מען קידוש פאר תקיעת שופר...

אבער דאס קען שוין באמת אריין גיין אין גאנץ א נייע קאטעגאריע וואס נעמט אויך אריין דאווענען שבת צופרי נאך סוף זמן תפילה וכדו׳..

זר זהב » מוצ"ש יולי 7, 2012 10:47 pm

· #22292
דער אייבירשטער איז דן ר"ה צופרי לויט'ן ניו יארקער זייגער אדער אר"י ?

דולה ומשקה » מיטוואך יולי 11, 2012 6:28 am

· #23270
דא האב איך געשריבען בנוגע די השתלשלות איבער קטניות,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/370">viewtopic.php?f=13&t=370</a><!-- l -->

אסאך פון אונזער היינטיגע "איסורים", האט זיך אנגעהויבען וואס א פריעדיגע האט פארצייכענט,
דער נעקסטע האט גענומען דער חומרא פאר זיך,
דער דריטע האט געשריבען אז פלוני האט זיך אזוי געפירט,
דער גאנצע שטאט האט זיך אזוי געפירט, עס ווערט א חומרא,
ס'ווערט נתפשט,
עס ווערט יש אומרים אזוי ויש אומרים אזוי
ממוז אזוי טוהן,
עס ווערט הלכה
דער וואס טוט אנדערש...

יידל » מיטוואך יולי 11, 2012 10:38 am

· #23306
א גוטע דוגמא איז די איסור הושטת חפץ לאשתו אין יו"ד סימן קצה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט א תלמיד פון רש"י וואס האט זיך פארצייכנט אז "רש"י היה נזהר בזה".
עס איז געגאנען ווייטער מיט ראשונים וועלכע האבן געשריבן (געבויעט אויף רש"י'ס חומרא) אז וטוב ליזהר בזה, א טור וועלכע האט דאס שוין גענומען פאר א דעה, עס איז געווארן א הלכה און די דרכי משה ברענגט שוין אראפ אז אפילו אריבער ווארפן א חפץ איינער צום צווייטן איז אסור, און עס איז א שמועס אין די שפעטערע תשובה ספרים צו ווען מ'ווארפט סתם ארויף און ווען ס'קומט אראפ כאפט עס די פרוי, איז יא מותר.

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 16, 2012 2:11 am

· #24452
די אלע חומרות זענען אזוי ווי לעיערס פון א צוויבל. יעדע דור לייגט צו נאך א לעיער און פאר די נעקסטע דור איז עס שוין מסורה. ומכאן קריאה יוצאת: ווען מ'נעמט אן א נייע חומרא אדער מנהג דארף מען אנווארענען די קינדער זאלן נישט נאכטון. ווייל אז נישט וועלן זיי דאך מיינען אז ס'איז א מנהג און אז זיי "מוזן" עס טון. פארוואס זאל מען סתם שווער מאכן אידישקייט פאר זיי? ווייל דו האסט א געשמאק אין די חומרא מיינסטו אז אלע דיינע דורות וועלן האבן אין דעם א געשמאק? ביי דע וועי, פארוואס איז קוגל און פערפעל א מנהג פאר אונז, אבער חריף און חומוס איז נישט א מנהג פאר אונזערע קינדער? מאי שנאנ

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 16, 2012 11:33 am

· #24486
געב עס אפאר דורות וועסטו האבן אן אכשול דא דן צו זיין די טאשע טאמאטע דיפ וואס מ'לייגט מער קנאבל, לעומת די צאנזע חריף ווי מ'איז זיך נוהג צו לייגען מער האלאפיניא'ס, און דער צאנזער רב פלעגט עס טאקע אליין צוגרייטן, און ער פלעגט אריינלייגן אזוי פיל פעפער אזש די עולם האט זיך אפגעבריעט נאר פון קוקען אויף דעם, און ער פלעגט אריינלייגען אזא עבודה אין דעם, חסידים פלעגען נאכדערציילן...

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 16, 2012 2:55 pm

· #24577
געפילטע פיש
געב עס אפאר דורות וועסטו האבן אן אכשול דא דן צו זיין די טאשע טאמאטע דיפ וואס מ'לייגט מער קנאבל, לעומת די צאנזע חריף ווי מ'איז זיך נוהג צו לייגען מער האלאפיניא'ס, און דער צאנזער רב פלעגט עס טאקע אליין צוגרייטן, און ער פלעגט אריינלייגן אזוי פיל פעפער אזש די עולם האט זיך אפגעבריעט נאר פון קוקען אויף דעם, און ער פלעגט אריינלייגען אזא עבודה אין דעם, חסידים פלעגען נאכדערציילן...

געב עס אפאר דורות וועסטו האבן דא אן אשכול איבער רמזים "געפילטע פיש מן התורה...

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 16, 2012 6:17 pm

· #24753
לאדיך אפ
ביי דע וועי, פארוואס איז קוגל און פערפל א מנהג פאר אונז, אבער חריף און חומוס איז נישט א מנהג פאר אונזערע קינדער? מאי שנא


כ'האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אז די מנהגי מאכלי שב"ק ביי חסידים איז מקובל פון פריערדיגע צדיקים און האט אין זיך סודות.

ווילסט עסן חריף? געזונטערהייט (טייל פרומע רבנים לאזן טאקע נישט ווייל מען האט דאס נישט געזעהן ביי די טאטעס, אבער ובני ישראל לא שמעו להם), אבער די אנגענומענע מאכלים האבן א הייליגן מקור און עס פאסט נישט סתם צו מאכן חוזק דערפון.

זר זהב » מאנטאג יולי 16, 2012 6:19 pm

· #24754
חריף און חמס קומט פון די מידעל איסט, עז פאר איי נאו האט עס גארנישט מיט אידישע עסן. די אראבער עסן דאס אויך

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 16, 2012 6:28 pm

· #24762
שמעקעדיג
לאדיך אפ
ביי דע וועי, פארוואס איז קוגל און פערפל א מנהג פאר אונז, אבער חריף און חומוס איז נישט א מנהג פאר אונזערע קינדער? מאי שנא


כ'האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אז די מנהגי מאכלי שב"ק ביי חסידים איז מקובל פון פריערדיגע צדיקים און האט אין זיך סודות.

ווילסט עסן חריף? געזונטערהייט (טייל פרומע רבנים לאזן טאקע נישט ווייל מען האט דאס נישט געזעהן ביי די טאטעס, אבער ובני ישראל לא שמעו להם), אבער די אנגענומענע מאכלים האבן א הייליגן מקור און עס פאסט נישט סתם צו מאכן חוזק דערפון.

דו גייסט מיר זאגן אז א רבי איז אויפגעקומען מיט א רעסעפי פאר קוגל און האט אויפגעהאנגן א צעטל אין שיל אז דו מאכל האט גרויסע סודות אין זיך און יעדער זאל פון היינט מאל אן דאס אנהייבן מאכן?
כ'מיין אז סגעווען פארקערט. מ'האט געמאכט קוגל און א רבי האט געזאגט רמזים פארוואס דער באשעפער האט צוגעפירט מזאל עסן קוגל.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 17, 2012 12:42 pm

· #25059
[ציטאט אראפגענומען]


די סוד פון געפילטע פיש: אונזערע עלטערן זענען נעבעך ארים געווען, האט מען דאס ביסל פיש צוריבען און ציגעלייגט עד כדי ביטול מנותן טעם.

חריף האט טאקע דעם סוד.... נאר וואס פאר א סוד... ס'האט אין זיך שומין, לקיים תקנת עזרא....
און יעצט טאקע,,, אריין אין מאחורי הפרגוד

איך אויך » מיטוואך יולי 18, 2012 11:13 pm

· #25994
זר זהב
חריף און חמס קומט פון די מידעל איסט, עז פאר איי נאו האט עס גארנישט מיט אידישע עסן. די אראבער עסן דאס אויך

און פיצא שטאמט פון איטאליע איז וואס? מיר האבן די הייליגע מנהג צו שטיין אין א לאנגע ליין מוצאי שבת ווארטענדיג אויף א הייס שטיקל חמין זיכער שטעקט דערין סודות נוראים.

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:37 am

· #26122
כידוע איז דג בגימטריא 7 ווי אויך אנדערע מאכלי שבת, האב איך אמאל גיהערט אז דג מלא (דלת גימל) איז עפעס נוטריקון כ'דענק שוין נישט וואס, אבער דאס איז שוין גיווען נאך וואס עס איז גיווען איינגעפיהרט האט מען געטראפן די סודות

קלוג און יונג » זונטאג יולי 22, 2012 12:19 am

· #26765
וואס זאל איך ענק זאגען, צו מיר סאונד עס ווי מסורה איז אזא סארט 'לעסט ריזארט'
וועןסעפעסנישט קיין מקור אין תורה שבכתב אדער בע"פ, עס מאכט נישט קיין סענס, עס האט נישט קיין אבוויאס נוצען
ברענגט מען אפיר דעם מסורה פון קלאזעט.

עס ביי אלע קולטורען נישט נאר ביי אונז. איט העפנס טא בי אז ביי אונז טוט מען
פיר מיליאן נאנ-סענסעבאל זאכען סא לייגט מען עס קייגט מען עס קיינמאל אין קלאזעט. מען האלט עס הענדי צו נוצען איעדע מינוט.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 12:36 am

· #26775
קלוג און יונג
ברענגט מען אפיר דעם מסורה פון קלאזעט.

ס'ליגט אין די זעלבע בעג ווי "ס'פאסט נישט" און "השקפהדיג נישט אויסגעהאלטן".

אוהב דעת » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:45 am

· #59591
שמעקעדיג
לאדיך אפ
ביי דע וועי, פארוואס איז קוגל און פערפל א מנהג פאר אונז, אבער חריף און חומוס איז נישט א מנהג פאר אונזערע קינדער? מאי שנא


כ'האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אז די מנהגי מאכלי שב"ק ביי חסידים איז מקובל פון פריערדיגע צדיקים און האט אין זיך סודות.

ווילסט עסן חריף? געזונטערהייט (טייל פרומע רבנים לאזן טאקע נישט ווייל מען האט דאס נישט געזעהן ביי די טאטעס, אבער ובני ישראל לא שמעו להם), אבער די אנגענומענע מאכלים האבן א הייליגן מקור און עס פאסט נישט סתם צו מאכן חוזק דערפון.

דאכט זיך אז אין די גמרא ווערט גברענגט אז מפלעגט עסן ברויט מיט דיפ ,סא קום מיר נישט זאגען אז טייל ״ פרומע רבנים״ לאזען נישט ...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:20 pm

· #59646
[ציטאט אראפגענומען]

שרייבער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 2:43 pm

· #130764
[ציטאט אראפגענומען]


יעצט געזען די תגובה

איך ווייס נישט וואס דו האסט טענות אויף אים, ביז כ'האב געליינט קאווע שטיבל האב איך אויך אזוי געהאלטן

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:59 pm

· #130853
און פארוואס האסטו געטוישט די מיינד נאך קאווע שטיבל?

כ'מיין אז דער מנהג איז אז מען עסט נישט קיין זאכן וואס האט להדיא אריין געמישט קטניות. פארשטייט זיך אז עס אסר'ט נישט במשהו.

פרישער » פרייטאג יולי 5, 2013 8:10 am

· #130995
איך האב צוויי מסורה'ס וואס איך פיר זיך גענוי ווי מיינע עלטערן

מסורה נומער איינס אז איך האב געזעין אז מיין טאטע פירט זיך נישט ווי זיין טאטע

ממילה פיר איך זיך ווי עים און איך פיר זיך אנדערש

נומער צוויי איז אז ענינם טוישן זיך ביי דו פערציג, ני איך בין דאך נאך נישט פערציג

אייניקעל » מיטוואך מערץ 25, 2015 7:26 am

· #261610
לפי מיטב ידיעתי איז די טעכנעלאגיע פון געפילטע פיש געווען א געניאלע איינפאל צו לייזן די שוועריקייט פון בורר ביים עסן פיש שבת דערפאר האט מען פאר שבת צונומען די פיש אראפגעשינדן די הויט און אוועקגעווארפן די ביינער והיה ליגעפילטע פיש, ממש חזק.

יעצט די יודן וואס לייגן לעת עתה אריין אינעם טעללער א שיינעם סלייס "ביינער פיש" מיט א סלייס "געפילטע פיש" דערנעבן, איז דאך דאס א קלארע תרתי דסתריה, פונדעסטוועגן דאך קומט דער אנטווארט הע מנהג ישראל תורה מ'האט זיך אלץ אזוי געפירט וכו' וכו'.

די עכטע מסורה פון מאכלי שבת איז צו עסן גוטע און רייכע מאכלים העולה על שולחן מלכים, איעדער איינער לפי זיין טאש און אפעטיט, יא מיר טרעפן טאקע אין די תלמוד אז מ'האט געגעסן פיש און פלייש, אבער דאס איז ווייל בדרך כלל זענען די צווויי אלץ געווען חשובע מאכלים, נישט ווייל אזוי הדור קבלוה מסיני.

טאקע צו די שרביטא פון רבא איז געווען הייסע פיש סערווירט אין טאמעטאו סאוס אדער געגרילט מיט חצילים על האש צו מיט אנדערע נישט היימישע אונגארישע מסורהדיגע רעצעפטן זעהט מען נישט קלאר, איז אולי טאקע יא דא א פלאץ צו זאגן אז טאמעטע דיפ איז מקורן פון גאר פריערדיגע, על כל פנים כאטש המוציא מחבירו עליו הראיה אז טאקע נישט.

די אלע רמזים און גימטריות זענען געקומען שפעטער נאכדעם ווס די מאכל איז שוין געווארן היימיש און באליבט ביים ברייטן ציבור, ס'איז זיכער אז די טאג איז נישט ווייט וואס א געשמאקע גימטריא וועט פארבינדען טאמעטא דיפ, חמס אדער סאשי מיט שבת קודש.

איז פערפעל געווען אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש אדער פונעם צווייטן?

אייניקעל » מיטוואך מערץ 25, 2015 7:32 am

· #261611
אולי יש לומר
טמעטא דיפ איז גימטריא 223
2+2+3=7
בגי' שבע כמנין שבת

אייניקעל » מיטוואך מערץ 25, 2015 10:42 am

· #261632
אויך א וועג פון רעכענען 🙂
אבער מער ערענסטער גערעדט ווערט געברענגט אין איינע פון די ספרים אז אלע מאכלי שבת זענען בגימטריה זיבן
יין - בגמטריה 70 - אם נחבר את הספרות של המספר 70 נקבל 7, שזהו בעצם היום השביעי שמרומז ביין.
חלה - בגמטריה 43 - חיבור הספרות נותן 7.
בשר - בגמטריה 502 - חיבור הספרות נותן 7.
דג - בגמטריה 7, כבר ללא חיבור כלשהו.
אפילו הנרות של שבת לא ברחו מהעניין ובאור הנרות של ערב שבת יש משהו שאין בנר שמדליקים ביום חול. נר - בגמטריה 250 - חיבור הספרות נותן 7.

מי אני » דאנערשטאג מאי 9, 2019 3:53 pm

· #430045
וואס איז מסורה?
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז דאך וואס די סוגיא אין שבת סג. קומט באווארענען. דהיינו, אז אפילו חז״ל האבן גע׳דרש׳נט אויף א פסוק [חגור חרבך וגו׳ גייט ארויף אויף תורה וכו׳], איז נאך אלס אין מקרא יוצא מידי פשוטו (אונז זעה מיר אז דאס איז געווען א חידוש פאר רב כהנא) ע״ש.


Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 9, 2019 7:25 pm

· #430060
אז מ'רעדט פון מאכלי שבת איז כדאי צו דערמאנען אז גלידה איז אויך בגימטריא 7 במספר קטן.

און אז מ'רעדט פון מסורה איז זייער וויכטיג צו דערמאנען די פייערדיגע ווערטער פונעם הייליגן רמ"א זי"ע אין או"ח סימן רע"א, וז"ל: "לכתחלה יש ליטול ידיו קודם הקידוש ולקדש על היין וכן המנהג פשוט במדינות אלו ואין לשנות". און דער וואס איז יא משנה ח"ו, און ער מאכט קידוש פאר'ן זיך וואשן ח"ו, זאל וואוסן אז ער שפילט זיך מיט פייער! ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א...

מי אני » דינסטאג יאנואר 7, 2020 10:30 am

· #441106
Re: וואס איז מסורה?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/441105">viewtopic.php?p=441105#p441105</a><!-- l -->