☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ויהי ממחרת...

ויהי ממחרת...

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10028

ליפא » מיטוואך יאנואר 13, 2016 11:44 pm

· #317419
ויהי ממחרת...
אין ויהי אלא לשון צער. איך דארף הילף אראפנידערן פון מיין חלום, גראדע ווייט פון א געלט מענטש און דאך אריינגעפאלן אין די נעץ פון די מידיע פרענזי גזלנים.
איך קען באמת נישט צוריקגיין צום רעגולערן רוטין, כ'דריי זיך ארום אין מיין היים רעכטס און לינקס ארויף און אראפ כקראך אריין אין ווענט. וואו זענען מיינע חלומות געגאנגען, כ'האב שוין געזען א שיין הויז, חובות באצאלט, ארעמעלייט שמייכלען און איך א סימבאל וויאזוי א עושר בלייבט א באשיידן מענטש. מיט א אפענע טיר פאר יעדן נצרך.
עההה ווי גיי איך טאקע ווייטער פון דא? איך האב מיר באנארישט כאב געלעבט אין פאנטאזיע א וואך צייט, כאב געמיינט כבין קלוגער פון דעם. דערווייל בין איך נאך האלב שיכור האלב דערנידערט כוועל דארפן צו זיך קומען. ווילאנג וועט עס נעמען?

ליפא » מיטוואך יאנואר 13, 2016 11:53 pm

· #317424
וואס הייסט, ס'שוין דא זיכער איין געווינער אין קאליפארניע

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 12:28 am

· #317436
דו חלומ'סט. עס איז נאך ווייט נישט ממחרת. גיי שלאפן.

וזרח השמש » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 2:23 am

· #317440
Re: ויהי ממחרת...
אזוי ער האט געדמיון'ט אז ער גייט געווינען, האט ער געדמיון'ט אז עס איז מארגען

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:16 am

· #317453
אה יעצט האט שוין פאסירט דער @וזרח השמש, אצינד איז שוין ממחרת.