☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פאליטישע רעקלאמעס 2016

פאליטישע רעקלאמעס 2016

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10022

יואליש » מיטוואך יאנואר 13, 2016 1:15 am

· #317258
פאליטישע רעקלאמעס 2016
פאליטישע רעקלאמעס פארניצן הונדערטער מיליאנען דאלארען א יאר. מידיא קאנסולטענטס ארבייטן מיט פאקוס גרופעס און פסיכילאגן צו פארשטיין די פסיכיק פון די קאנדידאט'ס געצילטע וויילער (אסך מאל נישט מער פון א קליינע גרופע אין א געוויסע סטעיט), ווי אויך צו פארשטייטן א מעגליכע שוואכקייט וואס מ'קען ארויפשמירן אויף א קאנדידאט. אין די איצטיגע סעזאן איז דאס מערסטע געלט געשפענדעט געווארן דורך די בוש "סופער פעק", געפירט דורך א לעגענדארע פאליטישע סטראטעגיסט און מידיא קאנסולטאנט, מייק מורפי.

א ברילאנט ביישפיל איז די לעצטע סטראטעגיע וואס בוש האט גענימען קעגן רוביא, עם צו פארזיגלן אלס א אינגע, קינדיש, לאכעדיגע פליפ-פלאפ, נארסיסיסטיק מיט זיין שטיוועל-שיך און סוט. ס'איז אויך דעזיינט צו זיין catchy

די רעקלאמע הייסט: Boots

אויף די זעלבע theme:

די רעקלאמע הייסט: Vane, מ'קען זעהן פון די פעלדער און פארם אז דאס איז געצילט פאר אייאווא.

שלמה המלך » מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:06 pm

· #317295
איך קאן שוין נישט ווארטען ציזעהן די סחורה אויף טראמפ!! אוי דאס גייט זיין גיטע סחורה.... הגם איך וואויט פאר אים, אבער לצנות טרייבען מיין איך איז דא די מערסטע פון אים!

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 13, 2016 10:44 pm

· #317396
שלמה המלך
איך קאן שוין נישט ווארטען ציזעהן די סחורה אויף טראמפ!! אוי דאס גייט זיין גיטע סחורה.... הגם איך וואויט פאר אים, אבער לצנות טרייבען מיין איך איז דא די מערסטע פון אים!

איך וואונדער מיך וואס שלמה המלך האט אין קאמענט מיט דאנאלד טראמפ ביז איך כאפ מיך...

טויזענט ווייבער! 😂

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 12:03 pm

· #317472
Cruz Commander 😂
https://www.youtube.com/watch?v=0i-9D92bzu8

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 7:12 pm

· #317538
בערני סענדארס נייע טיווי עד
https://www.youtube.com/watch?v=8pmw5CAc3rk

שבת אחים » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 9:46 pm

· #317689

יואליש » דינסטאג פעברואר 9, 2016 11:57 pm

· #320905
Playing Trump
פרישע קרוז רעקלאמע אין סאוט קאראליינע קעגן טראמפ

יואליש » פרייטאג מערץ 18, 2016 2:24 am

· #325588
Trump Clinton Instagram Exchange
טראמפ האט געצימבעלט קלינטאן מיט א קורצע רעקלאמע אויף אינסטעגרעם, צו וואס קלינטאן האט רעספאנדעט מיט א רעקלאמע אויך אויף אינסטעגרעם:

די אטאקע:

די ענטפער:

mevakesh » פרייטאג מערץ 18, 2016 10:50 am

· #325612
Re: פאליטישע רעקלאמעס 2016
Once and for all we will have an election focused on ISSUES! !

יעקב מענטש » פרייטאג מערץ 18, 2016 11:29 am

· #325616
יואליש
טראמפ האט געצימבעלט קלינטאן מיט א קורצע רעקלאמע אויף אינסטעגרעם, צו וואס קלינטאן האט רעספאנדעט מיט א רעקלאמע אויך אויף אינסטעגרעם:

די אטאקע:

די ענטפער:

זיי זענען ביידע גאר גוט, אבער איך מיין אז קלינטאן האט א שווער פעלד ווייל דאס ווייזט ווי נידעריגע זיי וועט זיך דארפן אראפלאזן זיך צו שלאגן מיט טראמפ, ס'איז נישט קיין געשמאקע פלאץ ווייניג קענען דארט סורווייווען, זי קען פרעגן רוביא וואס זיין עקספיריענס איז געווען

יואליש » מיטוואך מערץ 30, 2016 12:05 pm

· #326957
מיר קוקן נישט אויס די זעלבע...[בילד פון חסידים]
היללערי קלינטאן'ס ערשטע רעקלאמע אין ניו יארק פאר די בעפארשטייענדע פריימערי וואלן קעגן סענדערס, דירעקט די נושא קעגן טראמפ אן צייגט א בילד פון חסידים נאכדעם וואס זי זאגט, "ניין, מיר קוקן נישט אלעס אויס די זעלבע, מיר הערן זיך נישט די זעלבע אפי', אבער ווען מיר שלעפן זיך צוזאם טוהן מיר די גרעסטע זאכן אין די וועלט. סאו ווען געוויסע זאגן מיר קענען שליכטן אמעריקע'ס פראבלעמען דורך בויען ווענט און אויסשליסן מענטשן צוליב זייער רעליגיע... וועל, דאס איז ניו יארק און מיר ווייסן בעסער..."

אין מיין מיינונג איז דאס בילד פון די חסידים איז נישט קיין פערצופאל. דאס ערשטע מאל וואס איך געדענק א קאנדידאט זאל זיכן חסידים'ס שטיצע דורך מאסן מידיא אין ניו יארק. עס טיט אנערקענען די חסידים אלס א חלק ניכר פון ניו יארק'ס פאליטיק.

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 30, 2016 12:43 pm

· #326969
אנטשולדיגט פארן שרייבן אין די אשכול. אבער לדעתי איז די עד אין פעיווער פון טראמפ. רוב אמעריקאנער עגריען מיט טראמפ וועגן די וואנט, די עולם איז דערשראקן פון אייסעס. סא בעסיקלי איז דאס א עד פאר מוסלימענער.

יואליש » מיטוואך מערץ 30, 2016 1:55 pm

· #326981
פרייוויליג
אנטשולדיגט פארן שרייבן אין די אשכול. אבער לדעתי איז די עד אין פעיווער פון טראמפ. רוב אמעריקאנער עגריען מיט טראמפ וועגן די וואנט, די עולם איז דערשראקן פון אייסעס. סא בעסיקלי איז דאס א עד פאר מוסלימענער.

ס'איז משמע אז קלינטאן'ס אינערליכע פאולסטערס און פאקוס גרופעס האלטן נישט אזוי. פון ווי נעמסטו אז רוב עגריען? אלענפאלס איז דאס אן עד פאר ניו יארק סיטי, א מיאריאטעט מינאראטעט סיטי, ווי ס'איז זיכער נישט פאפולער.

כוכב » מיטוואך מערץ 30, 2016 2:11 pm

· #326983
מיין שאלה איז פארוואס די עד צילט קעגן טראמפ ווען זי דארף ווען ענדערש זיך שטעלן קעגן סענדעס

יואליש » מיטוואך מערץ 30, 2016 2:39 pm

· #326990
איינס, דאס שטעלט די טאן אז זי איז די אומפארמאדבארע נאמאני, און ס'צייגט אז זי איז וויליג און קאמפעטענט צו אנגרייפן טראפ (עפעס וואס יעדע דעמאקראט וויל), ס'איז בכלל א פאפולער נושא צווישן דעמאקראטן און ס'מאכט איר באליבט ביי זיי. איר פראבלעם מיט סענדערס איז אז זי וויל זיך נישט מחלק זיין פון אים אין פאליסי און זי קען נישט מחלק זיין אין ענטוזיאזים און לייקעביליטי. אן אנדערע פראבלעם איז אז שטילערהייט האלטן זיי אז זי איז אויפן וועג צו די נאמאנעשאן ממילא. זייער אישו מיט סענדערס איז נישט צו מרחק זיין זיינע שטיצער.

גיין קעגן דעם פארהאסטן טראמפ (עכ"פ אין די דעמאקראטישע וויילער באזע) נעמט קעיר פון די אלע פראבלעמען. טראמפ איז א אישו וואס רייצט אויף ענטוזיאזים קעגן אים, זיין אויפירונג און פאליסיס זענען קלאר אין קאנטראסט צו קלינטאן'ס "און" בערני'ס. בערני וויל זי איגנארירן ווי ווייט מעגליך, ווי א קינד וואס בלאזט ביים שבת טיש און די מאמע ווינקט אז קיינער זאל אים נישט געבן די אטענשאן.

פאר קלינטאן מיט אירע פראבלעמען אלס א קאנדידאט איז א טראמפ קאנדידאטור א געווינס מחמת כמה סיבות, אריינגערעכענט ווייל די אינגע קעגנערשאפט צו טראמפ (ווי מ'זעהט ביי די פראטעסטן) וועט ממלא זיין דעם חלל אין ליבשאפט צו איר. זי וועט ארבייטן אין נאוועמבער אויף די "אם אין אתה יוצא בגיני, צא בגין טראפ" סלאגאן מיט די ליבעראלע סענדערס באזע.

סאו טראמפ איז א מעסעדזש וואס איז מאחד די באזע, בשעת גיין קעגן סענדערס צושפליטערט די באזע.

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 3:43 am

· #328494
Bernie Sanders’ powerful new ad is going viral
http://berniepost.com/2016/04/bernie-sa ... ing-viral/

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 7:37 pm

· #328591
בערני סענדארס ניו יארק עד
http://www.youtube.com/watch?v=2g1BIDIm6Yw&sns=tw

שבת אחים » מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:19 pm

· #329400
$27 כופר נפש 😂
http://youtu.be/3nJhuVBXlXk
א יעדע כופר דארף געבן 27 טאללער בפקידות הרבנים הגאונים שליטא !

שבת אחים » מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:32 pm

· #329421
Sons of New York | Bernie sanders
http://youtu.be/oXRxZyTVOUI

שבת אחים » מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:36 pm

· #329422
די ברוקלין נעטיוו ספייק ליע האט צאמגעשטעלט א פאוערפול עד פאר בערני סענדארס וואס טארגעט די אפריקען-אמעריקען און מינארטי וויילער צו וועלן פאר בערני. געוואלדיגע עד!
Spike Lee's "Wake Up" | Bernie Sanders
http://youtu.be/tFzb3sz2Vww

שבת אחים » דינסטאג אפריל 19, 2016 3:32 am

· #329910
http://www.mangofeed.com/bernie-release-ny-ad

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:22 pm

· #330015
וואוט פאר דאנאלד טראמפ שרייען חסידים.

https://soundcloud.com/user-624422655/a ... 000-133885