☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט

א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10014

ענדע צדיק » מאנטאג יאנואר 11, 2016 7:02 am

· #316910
א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
ס'קומט מיר אויס אפצורייזען קיין כינע בקרוב אי"ה.
א רייזע וואס נעמט 16 שעה.
אויב ווען איך פאר קיין לונדון ווער איך צופלאצט - על אחת כמה וכמה קיין כינע.
איך זיך א גוטע - נערמאלע - איידעלע מאווי/שאו וואס איך קענען מיטנעמען צו וואטשען.
די אלע וואס זיי ווייזען אויפן פלעין איז נישט אינטרעסאנט פאר מיר.
די שטיסל איז זייער גוט ווייל ס'איז איידל און אינטרעסאנט און היימישע ענינים.
ווייסט איינער פון נאך אזא סארט מאווי וואס מ'קען באקומען ערגיץ? ענגליש אדער עברית.
ישר כח פון פאראויס

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:19 am

· #316914
FAUDA איז היבש א פאפולער איזרעלי שאו. אויב איז דיר דאס אינטערסאנט קען איך דיר שיקן די טשענעל.

נעגעל וואסער » מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:42 am

· #316917
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
ענדע צדיק
ס'קומט מיר אויס אפצורייזען קיין כינע בקרוב אי"ה.
א רייזע וואס נעמט 16 שעה.
אויב ווען איך פאר קיין לונדון ווער איך צופלאצט - על אחת כמה וכמה קיין כינע.
איך זיך א גוטע - נערמאלע - איידעלע מאווי/שאו וואס איך קענען מיטנעמען צו וואטשען.
די אלע וואס זיי ווייזען אויפן פלעין איז נישט אינטרעסאנט פאר מיר.
די שטיסל איז זייער גוט ווייל ס'איז איידל און אינטרעסאנט און היימישע ענינים.
ווייסט איינער פון נאך אזא סארט מאווי וואס מ'קען באקומען ערגיץ? ענגליש אדער עברית.
ישר כח פון פאראויס

קודם כל.. נישטא נאך אזא שטיסל!...

כ'ווייס נישט פונקטליך וועלכע חלק דערפון וואס די האט געפאלן. ס'איז גראדע דא אן אלטע טי ווי שאו ענליך צו שטיסל, אבער כ'האב פארגעסן ווי אזוי עס הייסט.. לכשיזכיר וועל איך אי"ה מודיע זיין.

פאר א קליינע נאש איז דא "למלא את החלל" און אויף ענגליש הייסט עס "Fill the void". דארט איז אונזער "ליבי" די הויפט עקטרעס.

אויב "אלישבע" פון עונה א' געפעלט דיר מער איז די א פיינע סעריעס וואס הייסט "בני ערובה" ווי זי איז די הויפט עקטרעס דארט. ס'איז זייער דראמאטיש, און זייער איידל. די אמעריקאנע האבן עס אפגעקויפט און איבער געמאכט אויף ענגליש און הייסט "Hostages"

לחיים ולשלום!

ענדע צדיק » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:30 am

· #316923
ס'איז נישט נאר די עקטערס וואס איך גלייך. גוטע עקטערס איז דא אסאך... ס'איז די מעשה מיט אלעס אקום דאס מאכט עס אינטרעסאנט, אונז קענען רילעיטען דערצו, ס'איז היימיש.
כאפסט וואס איך מיין?
איך ווייס ס'איז נישט דא נאך איינס ווי דעם. אבער די סטייל? עפעס? אפשר דאך?

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:36 am

· #316924
קוק דורך די סחורה.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:58 am

· #316926
ענדע צדיק: כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט דערמאנט די אינטרעסאנטע טעלעוויזיע סעריע, וועלכע איז א ביסל עלטער פון ..."שטיסל"... און די בילדער זענען נישט אזוי קלאר/היי דעפ. ווי אויף שטיסל. אבער דאך. ס'איז גאנץ אן אינטרעסאנטע סעריע וועלכע איז געווארן פראדוצירט אין א"י. ס'הייסט..."החצר"...די מעשה דרייט זיך ארום חסידות לייבניץ. וואו דער יונגערער ברודער איז געווארן רבי עפ"י צוואת דעם אלט לייבניצער רבי'ן. און די חסידים פון עלטער'ן ברודער. און דער עלטערער ברודער אליינס פארארבעט'ן מעשים אז דאס חסידות זאלל אריבערגיין צו זיי. אבער דער לייבניצער רבי האט א קלוגע רביצין וועלכע שטייט על המשמר...וכו'...!

נעגעל וואסער » מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:10 pm

· #316928
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
berlbalaguleh

יאפ.. דעס האב איך געמיינט. "החצר".
אבער נאכן זעהן שטיסל, איז עס היבש אומבא'טעמ'ט. די רעזולוציע איז היבש שוואך, ווי אויך די עקטן איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

נעגעל וואסער » מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

· #316929
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
רויטע וואנצעס
קוק דורך די סחורה.

די "אושפיזין" איז גאנץ פיין, אבער נישא גענוג לאנג פאר 16 שעה נסיעה..

די Eyes Wide Open וואלט איך נישט מייעץ געווען, ובפרט בימי השובבים. וד"ל.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:10 pm

· #316949
נעגעל וואסער
berlbalaguleh
ענדע צדיק: כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט דערמאנט די אינטרעסאנטע טעלעוויזיע סעריע, וועלכע איז א ביסל עלטער פון ..."שטיסל"... און די בילדער זענען נישט אזוי קלאר/היי דעפ. ווי אויף שטיסל. אבער דאך. ס'איז גאנץ אן אינטרעסאנטע סעריע וועלכע איז געווארן פראדוצירט אין א"י. ס'הייסט..."החצר"...די מעשה דרייט זיך ארום חסידות לייבניץ. וואו דער יונגערער ברודער איז געווארן רבי עפ"י צוואת דעם אלט לייבניצער רבי'ן. און די חסידים פון עלטער'ן ברודער. און דער עלטערער ברודער אליינס פארארבעט'ן מעשים אז דאס חסידות זאלל אריבערגיין צו זיי. אבער דער לייבניצער רבי האט א קלוגע רביצין וועלכע שטייט על המשמר...וכו'...!

יאפ.. דעס האב איך געמיינט. "החצר".
אבער נאכן זעהן שטיסל, איז עס היבש אומבא'טעמ'ט. די רעזולוציע איז היבש שוואך, ווי אויך די עקטן איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

נעגלוואסער: דו ביסט גערעכט. איך האב געהאט די זעלבע געפיהל. כ'האב עס געטרייט צו פארגלייכן צו שטיסל. פארשטייט זיך אז ס'קומט נישט צו צו די פאדעשוועס/קרסולים פון שטיסל. ערשטנס, ס'איז געמאכט געווארן אין יאר2003/2004. חוץ דעם איז די עקטינג און די סינערי אויף שטיסל אומפארגלייכליך צו סיי וועלכע אנדערע פילמס וועלכע זענען פרעזענטירט געווארן איבער אידן אדער חרדים...!

זוכער » מאנטאג יאנואר 11, 2016 5:58 pm

· #316996
מרחק נגיעה
סרוגים

הויזן טראגער » מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:45 pm

· #317030
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
Katmandu

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:30 pm

· #317044
זוכער
מרחק נגיעה
סרוגים

זוכער:..."מרחק נגיעה" איז בכלל נישט קיין אינטרעסאנטע סעריע. ס'האט נישט קיין הענט און קיין פוס. ..."סרוגים" איז גאנץ אינטרעסאנט. ס'געט אן אויטענטישן אריינבליק אינ'ם לעבן פון די מפד"ל אידן אין ארץ ישראל. אבער די פראדיוסערס לאזן די סצענעס הענגען אין די לופט. זיי ענדיגן נישט צו דעם סיום המעשה...!

ענדע צדיק » דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:46 am

· #317117
א דאנק פאר אלע משתתפים,
ווי קען איך שאפן די דערמאנטע סחורה - בחינם פארשטייט זיך?

נעגעל וואסער » דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:58 am

· #317119
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
ס'רוב איז דא אויף יוטוב. ס'דא פלענטי סייטס ווי מקען אראפלאדענען פון יוטוב.

גנדי » דינסטאג יאנואר 12, 2016 4:14 pm

· #317169
איך וואלט מייעץ געווען DOWNTON ABBY

סאיז נישט חסידיש אדער אידיש. סהאט אבער ענליכקייטן פון משפחה. טראדישאן. מנהגים. די יונגערע נויגן אוועק פון מסורה און ווי אזוי די עלטערן געבן זיך אן עצה.

די מעשה קומט פאר ביי א רייכע משפחה אין ענגלאנד פאר די ערשטע וועלט קריג.

סאיז אויך גאנץ איידל ווייל מען פלעגט גיין צניעות'דיג אנגעטוהן.

וואס האלט די עולם?

נעגעל וואסער » דינסטאג יאנואר 12, 2016 8:13 pm

· #317208
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
גיימער עס בודק זיין, אפילו איך פאר נישט קיין כינע...

יישר כח.

ביי דער וועי, איז דא אן אנדערע אשכול ערגעץ ווי, מיט א ליסט פון אינטערעסאנטע כמו כשר'ע מאוויס וכדומה? ווער קען אהין לינקען?

נעגעל וואסער » דינסטאג יאנואר 12, 2016 8:19 pm

· #317209
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
ווי קעמען שאפן די גאנצע Downton Abbey?
אויב מעגליך מיט אמעריקאנע סאב טייטלס, צו פארשטיין דעם בריטישן עקסענט...(:

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:50 pm

· #317223
@נעגל וואסער, האסט געמיינט דאס?

גענעראלע איד » דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:57 pm

· #317224
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
די קענסט פרובירן אן אמעריקאנער מאווי מיטן נאמען 'יענטל' , http://www.imdb.com/title/tt0086619/

עס איז אויך דא נאך אן אמעריקאנער פילם וואס איך קען זיך נישט דערמאנען דעם נאמען יעצט... עס האנדלט זיך מיט א בחור דער זון פונעם רב וואס האט זיך זיינע אייגענע פלענער אין לעבן... אבער עס טוט זיך מיט זיינע עלטערן און מקורבים...

איך שטעל זיך פאר אז האסט עס שוין געזען... אבער דזשאסט אין קעיס טאמער האסטו נאכנישט געזען 'פידלער אן דער רוף' איז דאס די ערשטע אויפן ליסטע http://www.imdb.com/title/tt0067093/?ref_=nv_sr_1

Sent from my HTC One_M8 using Tapatalk

mevakesh » דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:19 pm

· #317225
Re: א מאווי אזויווי שטיסל סטייל געזיכט
I would recommend the chosen http://m.imdb.com/title/tt0082175/
About a hasidish son of a rebbi who gets to know a secular boy his age might be interesting although it's not so professional

שמואל פרימו » דינסטאג יאנואר 12, 2016 11:50 pm

· #317241
פארוואס האט נאך קיינער נישט דערמאנט? - הסודות! - אוי איז דאס זיס...

בנימין » דינסטאג מאי 10, 2016 3:02 pm

· #332486
דאס זעט אויס אינטערעסאנט. איינער האט מער דיטעילס?
https://youtu.be/DxDfmL4kiek

פרייוויליג » דינסטאג מאי 10, 2016 4:00 pm

· #332506
http://www.thejewishweek.com/news/new-y ... g-soon-you

https://www.facebook.com/SoonByYou/

חברהמאן » דינסטאג מאי 10, 2016 4:06 pm

· #332508
בנימין
דאס זעט אויס אינטערעסאנט. איינער האט מער דיטעילס?
https://youtu.be/DxDfmL4kiek

עס איז גאנץ גיט אבער עס האט נישט די חן וואס שטיסל האט, סארי